☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נייע ביזנעס דירעקטארי

נייע ביזנעס דירעקטארי

104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2511
בלאט: 1 2 3

נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 12, 2013 10:59 pm

· #96343
כהער היינט איז געווען פאשקווילן קעגן די ביזנעס דיירעקטארי און ווילי.
מסתמא האט עס די נייע פאן בוק אנגעדרייעט.
איך וויל וויסען די אלע פאשקעווילן ווארפערס ,ווען נישט סדא נאך א בוק וואלט זיי נישט געניצט די ביזנעס דיירעקטארי?
אויב פאר דיר איז דאס גוט ווען סנישט דא אן אלטערנעטיוו מעג עס נישט זיין גוט פאר מיר ווען סדא נאך איינס?

איחוד פעלד » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:03 pm

· #96345
איין מאל די בוק איז אינדערויסען מעגען זיי ווארפען פאשקעווילען אין קדחת אריין, עס מאכט נישט קיין גרויסע נפק"מ.

זר זהב » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:07 pm

· #96346
ער האט מיט 100 זייטן ווייניגער פון דאס לעצט יעריגע ביך.

נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:20 pm

· #96351
100 ווייניגער די געלע בלעטער , אדער דע בוק בכלל איז ווייניגער 100 בלעטער?

זר זהב » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:21 pm

· #96352
פון די עדס

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:11 am

· #96386
פילייכט צוליב די געפאלענע עקאנאמיע.

נולד מאוחר » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:16 am

· #96388
האט שוין איינער גענימען די מיה צי דערגיין וועלכע געשעפטן האבן נישט עדווערטייזעד און ביזנעס דיירעקטארי ?
שמעקידיג אפי' מיט די שוואכע עקאנמי ואלט נאך אלץ געדארפט זיין די זעלבע ווי לעצטע יאר. אה''נ סדא וואס מאכן צי , קומט דאך אבער אויך צי נייע סטארס און סערוויסעס יעדע יאר.
ווער קען טשעקען די חיליק פון צוויי יאר ביז לעצטע , צי זען אויב סשוין געפאלן פארדעם'

אחחן געשעפט איז זיכער old w cafe עם האט מען דאך ציגעמאכט...

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:29 am

· #96397
נולד.... דער סארקאזם דעטעקטאר האט זיך פארלאשן?
(איך מעג אויך פרעגן)?

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:32 am

· #96399
נאך צוויי אזייגער פארטאגס ארבעט עס נישט אזוי גוט.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:38 am

· #96401
נולדד״ס ספעלל טשקער ארסעט זעכער נחשט צו גוט אזו שפעא
אייי געזס מיינז אויך ניש

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:02 pm

· #96648
און אז מרעדט שוין פון עדס מוז מען מעורר זיין א מודעה און א (פריינטליכע) אזהרה. ס'דא א גוישער פלאמבער וואס אדווערטייזד אינעם ביזנעס דירעקטארי א גאנצער זייט. ער געט זיך אן אלץ די בעסטע סערוויס און ביליגסטע פרייזן. צענדליגער מענטשן זענען ביטער אריינגעפאלן מיט אים. ער קומט אראפ און ער שיסט פרייזן, פאר פארשטאפטן טוילעט קען ער בעטן 500 דאלער און פאר דיר וועט ער עס ארפלאזן פאר בלויז 350... ער איז עלול צו שעדיגן אויב מ'וויל אים פארשיקן. ער קומט באוואפנט מיט גענוג טאלס אייך אפצושרעקן!

בארויבטע קאסטומערס האבן געמאכט א ויצעקו צו קרויז פונעם דירעקטארי, היתכן ער לאזט אריין אזא עד. האט ער א גרויסע טובה געטון און צוגעלייגט (שוין אינעם פאריעריגן ביך) עטליכע שורות צו יענעם עד. (קוקט אונטן פונעם עד פאר די צוגעלייגטע טעקסט) -- קען זיין אז ער האט דערמיט יוצא געווען, איך נעם נישט א שטעלונג. אבער מ'דארף וויסן נישט אריינצופאלן מיט דעם רויבער/פלאמער.

book1.jpg

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:18 pm

· #96664
איך מיין ס'גאנץ אבוויעס אויב שטייט דאס נאר ביי דעם עד. קען גאר זיין אז ס'איז אומלעגאל צו דיסקרימינירן און נישט אננעמען א גוי'ס עד.

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:20 pm

· #96666
אויב האט קרויז באווייזן מיט עדות אז דער גוי האט באראבעוועט און געסטראשעט קאסטומערס איז אומלעגאל נישט אנצונעמען זיין עד? איי דאונט טינק סוא.

אבער ס'טאקע מעגליך אז דער צוגעלייגטער טעקסט איז גענוג גוט.

נייגעריגער » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:26 pm

· #96667
דאס זענען פון די גרויליגע פאשקעווילן וואס זענען אויסגעשפרייט געווארן!
פוי, פוי,
וואס איז בלוטיג?! די פאשקעווילן זענען בלוטיג!! געשריבן געווארן מיטן בלוט פון ר' ישראל בער!
📎 IMG-20130313-WA0007.jpg
📎 IMG-20130313-WA0008.jpg

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:34 pm

· #96672
אויב וואלט דאס געוען אונטערגעשריבן וואלט עס געווארן גוט?

מיין פראגע איז צי די קאנטענט איז אמת אדער ליגענט?

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:43 pm

· #96681
זיי האבן עס געווארפן אין ב.פ. אויך, ס'פאני אז זיי מיינען אז איינער אין ב.פ. געט א דעם.

נולד מאוחר » מיטוואך מערץ 13, 2013 8:26 pm

· #96805
שמעקעדיג
נולדד״ס ספעלל טשקער ארסעט זעכער נחשט צו גוט אזו שפעא
אייי געזס מיינז אויך ניש

ספעל טשעקער, סארקאזים דיטעקטער, עטס זענטס צי פארגעשריטען פאר מיר. די זאכן האבן נישט עקזיסטירט בוי מיינע זיידעס.
די ביסט פין די היינטיגע אינגעלייט?

ידען » מיטוואך מערץ 13, 2013 9:32 pm

· #96825
געפילטע פיש
זיי האבן עס געווארפן אין ב.פ. אויך, ס'פאני אז זיי מיינען אז איינער אין ב.פ. געט א דעם.

אין וויליאמסבורג יא?

ווען כאב געזעהן די פאשקעוויל האבעך אהיים געברענגט צוויי דירעקטאריס...

נולד מאוחר » מיטוואך מערץ 13, 2013 9:36 pm

· #96826
ס'איז מיר א חידוש אז אזוי סאך מענטשען האבן געסאפט עדווערטייזען אין די ביזנעס דיירעקטארי.
100 בלעטער פון בערך ניין הונדרעט איז מער ווי צען פראצענט.

מיין מיינונג » מיטוואך מערץ 13, 2013 9:53 pm

· #96828
יעצט אדורכגעבליקט דעם נייעם דירעקטארי. מ'זעט נישט קיין אויפפאלענדער חילוקים, אבער אז מ'קוקט גוט זעט מען, למשל אויפן דעקל פעלן מיללער שטריימעל און חתונה מאלל.

די קארליטע בלעטער אנפאנג ביכל פעלן צאהלער, המספיק, ווייט עיד מעדיקעל, נגינה ארקעסטראו, און עקסענטשועישאנס פורניטשור.

די סתם עדווערטייזמענט בלעטער זענען אקוראט 100 בלעטער ווייניגער פון פאריאר.

אזוי אויך האב איך געכאפט א בליק ביי בוכשטאב H צו זען וואס ס'פעלט. ביי די זאלן, פעלן פרדס פיגא, קאנקארד פלאזא, ריווער טערעס. ביי הארדוועיר פעלט אסאא. היטן פעלט סענדערס, פארק העטערס. העלט פעלט צאהלערס, העלטי טשויס, און נאך אפאר קליינע געשעפטן דא און דארט.

דאס קען מען נאך אלעס אראפשלונגן. ס'גרעסטע נארישקייט און פערדעריי איז דאס אריינדרוקן א בריוו פון אפאר ירושלימער דיינים אז ישרא' בער קרויז איז אומשולדיג און מ'טאר אויף נישט מוציא לעז זיין אדער רעדן לשה"ר. קודם כל דאס אז ער האט געמוזט לויפן ביז ירושלים פאר אזא בריוו, שמעקט שוין נישט גוט. והשנית זע איך בכלל נישט פארוואס ס'פעלט אים אויס צו מאכן א טאלק דערפון. ווען ער שרייבט גארנישט קומט ער דאך אפ בעסער.

elter-zeide » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:19 pm

· #96835
איך קיק צי וויא יעדער ווייסט אין יעדער פארשטייט, אין אלץ אויף יענעמס חשבון, איך וואלט יעדעם עקסטרע געפרעגט ווי אזוי וואלט איר געהאנדעלט ווען איר זענט אויף ר' י' ב' ק' פלאץ? לאהט ווי איך זעה האט ער געהאנדלט דע איידעלסטע וואס נאר מעגלעך,,,, יעדער ווייסט וואס ער האט געזאגט, יעדער ווייסט ער האט געמיינט, אין געטראכט,,, עס איז זייער א שווערע ביטערע פרשה,ווען ער האט ווען א טאטע מיט א שווער וואלטן זיי איינגעריסען אין פארפירט אין איבערגעדרייט גאנטץ וויליאמסבורג, איך וויל נישט אריינגיין ווער עס איז גערעכט ווייל איך ווייס נישט, אין קיינער ווייסט נישט אבער וואס ווילט איר פין ר' י' ב' עס איז נישט בידו להייטיב או להרע, סתם נעמען א מענטש אין זיך באדען אין זיין בליט, איך האב ביז היינט נישט געשריבען וועגן דע פרשה ווייל עס איז זייער א ביטערע, האטץ רחמנות אויף ענק אין אייערע משפחות אין לאטץ עם אפף דעם ר' י' ב' ק', י

אויס מענטש » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:56 pm

· #96848
פלעגט נ.וו. זיין עדווערטייזט אין די ביזנעס דירעקטארי ?
איז עפעס געשטאנען אונטער זיין עד, אז די ארויסגעבערס, נעמען נישט קיין אחריות און מען זאל זיך נאכפרעגן?
סתם איך פרעג

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:58 pm

· #96851
אויס מענטש.... דיין חתימה קומט יעצט צוניץ 😈

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:10 pm

· #96857
elter-zeide
איך קיק צי וויא יעדער ווייסט אין יעדער פארשטייט, אין אלץ אויף יענעמס חשבון, איך וואלט יעדעם עקסטרע געפרעגט ווי אזוי וואלט איר געהאנדעלט ווען איר זענט אויף ר' י' ב' ק' פלאץ?

קודם זאגט וויזוי ער האט געהאנדעלט, וועט מען קענען ענטפערן דיין פראגע. דערווייל הערשט א צומישעניש איבער וויאזוי ער האט למעשה געהאנדעלט.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:22 pm

· #98677
אין די קאונטענארס וואס די שטאט האט אויסגעלייגט אין די וומ"סע גאסען, זעהט מען ים'מען מיט נאך-אין-פלאסטיק ביזנעס דירעקטארי.

הייליגע טאטע אין הימל, קוק אוועק על חוטאים אלו. ווייל אפילו דו זאלסט זיי באשטראפען כדין הראוי, וועלען זיי סייווי דאס תולה זיין אין חטא הידוע, וואס כיום איז דאס גיוס בני הרחובות.

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 19, 2013 9:00 pm

· #98703
מיינע הגהות.
כ'האב באמערקט איינעם נ"וו אויף דער וויליאמסבורגער ליסטע, הגם ער וואוינט שוין לאנג נישט אין וויליאמסבורג, מן הסתם א גרייז.
די עירוב מאפע איז פארשוואונדן געווארן.
און דער עד פון דער בלאט איז גרייזיג,דער היימישער צייטונג??
די היימישע צייטונג! שיין זען מיר אויס, א שוסטער מיט צעריסענע שוך.

בן תמליון » מאנטאג מערץ 25, 2013 10:41 am

· #100053
שטיי איך דא ביי שריפת חמץ עס פליען ביזנעס דירעקטאריס, איינער ברענגט פינף שטיק און טראסקעט אריין ווען א טיפער קרעכץ רייסט זיך פון זיינע טיפענישן. אידן ווילן זיך נישט זעצן צום סדר עסן מצה מיט בלוט אין שטוב. מיר האבן קיין חלק אין אריינשליידערן א איד אין גרוב ער זאל דארט אויסגיין צווישן די וועלף. עוד ישראל רד עם קל ועם קדושיו נאמן.

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 25, 2013 11:45 am

· #100060
יענער האט דער ספר תולדות יעקב יוסף מהדורת לויפער אינדערהיים?
אין דעם ספר ליגט מער בלוט וויפיל זאלץ ס'דא אין די בעסערע מצות.

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 25, 2013 11:58 am

· #100064
בן תמליון
שטיי איך דא ביי שריפת חמץ עס פליען ביזנעס דירעקטאריס, איינער ברענגט פינף שטיק און טראסקעט אריין ווען א טיפער קרעכץ רייסט זיך פון זיינע טיפענישן. אידן ווילן זיך נישט זעצן צום סדר עסן מצה מיט בלוט אין שטוב. מיר האבן קיין חלק אין אריינשליידערן א איד אין גרוב ער זאל דארט אויסגיין צווישן די וועלף. עוד ישראל רד עם קל ועם קדושיו נאמן.

באמת וואלטן זיי עם אליין געוואלט אריינווארפן אין פייער, מיט די גאנצע משפחה, און ווער אומער ס'האט זיך נאר דערוואגט צו ווערן מאלעסטעד, נאר ונשלמה פרים שפתינו, מ'האפט אז מיטן ענינו זו פרישות דרך ארץ, תחת אשר עינה, וועט מען יוצא זיין.

וואלפה » מאנטאג מערץ 25, 2013 1:56 pm

· #100077
I saw A video from a shomrim member smacking a boy for coming with a full box business directory phone book, sad his father told him he should burn it
איך האב עס פראבירט ארויף צילייגען אבער עס איז צי גרויס
will try to send a link

ל.רוזן » מאנטאג מערץ 25, 2013 4:08 pm

· #100100
Re: נייע ביזנעס דירעקטארי
איך בין דארט געווען ער האט איהם נישט אנגעפראסקעט נאר אונגעשריגען און אהיים געשיקט

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

jenus20 » מיטוואך אפריל 3, 2013 12:50 pm

· #100889
היינטיעצט ארויסגעקומען די נייע קאנסומער עדווייזאר, זיי האבן אויך אריינגעלייגט די נענמן פון וויליאמסבורג,
העליכע שיינע ארבייט זייער א איידעלע ארבייט
אויך א ביזנעס ליסטינג
בערך 60 מער פעידזעס אין די עדס סעקשאן

ברסלבער » מיטוואך אפריל 3, 2013 12:55 pm

· #100893
jenus20
זייער א איידעלע ארבייט

ווי איידל קען זיין אן ארבעט געשריבן מיט א צווייטנ'ס בלוט? עס איז בכלל נישט משנה ווער עס איז גערעכט אין די סומאטוכע, אבער מיין הארץ ערלויבט מיר נישט אריינצונעמען אינדערהיים אזא "איידעלע" ארבעט.

jenus20 » מיטוואך אפריל 3, 2013 1:00 pm

· #100895
איידל מיינט, אז ווען נישט די גאנצע חזריי וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגערירט די ב"ד, נאר דער חי רעה פון די נייע בוך האט זיי געצווינגען אריינצולייגן וומס"ב, איך קען די חברה דארט איך האב דארט א עד שוין מער ווי 6 יאר (אויך אין די ב"ד) זייער פיינע מענטשן,
איך בעמערק יעצט אז עס העט נישט די וומס"ב אדרעסן לויט די סטריטס, טראסט מי, לויט ווי איך קען זיי איז דאס נאר נישט צו טשעפענען קיינעם

ברסלבער » מיטוואך אפריל 3, 2013 1:04 pm

· #100898
אה איימעסארי, איך האב נישט געכאפט אז דו רעדטס פון די דירעקטארי וואס קומט שוין ארויס עטליכע יאר, איך האב געמיינט אז דו רעדטס פון די צוויי נייע דירעקטאריס וואס ווילן ארויסקומען.

זר זהב » מיטוואך אפריל 3, 2013 1:06 pm

· #100899
ברסלבער
איך האב געמיינט אז דו רעדטס פון די צוויי נייע דירעקטאריס וואס ווילן ארויסקומען.

און איינע פון יענע צוויי איז אויך נישט א דירעקט קאמפעטישאן. ס'גייט אויף א מהלך פון נאר קליינע עדס, אזוי ווי א ביזנעס ליסטינג.

הדד בן בדד » מיטוואך אפריל 3, 2013 2:23 pm

· #100929
אין ווען ער איז יא א קאמפעטישאן מעג ער אויך. דער חרדישער ציבור האט זיך פיל מער ווי געדאפעלט זייט ער האט אנגעהויבן ארויסקומען און א צווייטער מעג אויך מאכן א דירעקטארי. ער ווערט נאך נישט פאר דעם א בלוט פארגיסער

אוי טאטי » מיטוואך אפריל 3, 2013 7:47 pm

· #101033
jenus20
איידל מיינט, אז ווען נישט די גאנצע חזריי וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגערירט די ב"ד, נאר דער חי רעה פון די נייע בוך האט זיי געצווינגען אריינצולייגן וומס"ב, איך קען די חברה דארט איך האב דארט א עד שוין מער ווי 6 יאר (אויך אין די ב"ד) זייער פיינע מענטשן,
איך בעמערק יעצט אז עס העט נישט די וומס"ב אדרעסן לויט די סטריטס, טראסט מי, לויט ווי איך קען זיי איז דאס נאר נישט צו טשעפענען קיינעם

אפשר ביזטו מסביר פארוואס, און וויאזוי די נייע בוך האט איהם געצווינגען אריינצולייגן וויליאמסבורגע נעמען?
און פארוואס די נייע בוך איז מער א חיה פון איהם, ווען ער איז געווען די ערשטע וואס איז ארויסגעקומען קאמפעטישאן מיט די ביזנעס דירעקטארי?

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 3, 2013 8:19 pm

· #101047
איטס דע טיימינג.

jenus20 » דינסטאג אפריל 16, 2013 10:02 am

· #105277
wow
דער עולם כאפט זיך צו דערצו, (קאנסומער עד.)מען טיילט עס אין וומס"ב ב"פ אין איך זעה דער עולם גייט צו צום טראק מיט גרויס געשמאק

atmybest » דינסטאג אפריל 16, 2013 10:46 am

· #105295
א גוטן. וואס איז פשט פון דיין ניק?

היימישער » מאנטאג אפריל 29, 2013 5:28 pm

· #109940
א היימישע סטאר האט מיר געזאגט אז ער איז זיך מחיה, די ביזנעס דערעקטערי זענען שוין געווען צי גרויס ביי זיך אין די לעצטע פאר יאר געגעבען "עטעטאד"

ריינער » מאנטאג אפריל 29, 2013 7:28 pm

· #109968
איז שוין למעשה ארויסגעקומען די נייע דירעקטארי?

jenus20 » דינסטאג אפריל 30, 2013 7:44 am

· #110134
איך זעה נישט וואס מדארף נאבאיינס
דער קאנסומער איז א פיינער איידעלער בוק

א שיינע האספיטל ליסט -מזאל נישט דארפן
ביזנעס ליסט

היימישער » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:23 pm

· #110270
ריינער
איז שוין למעשה ארויסגעקומען די נייע דירעקטארי?

נאר די קאנסומער עדווייזער, נישט די דזואיש פאון בוק, עס הייסט יעצט נאר 2 חדשים

הדד בן בדד » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:53 pm

· #110279
אוי טאטי
jenus20
איידל מיינט, אז ווען נישט די גאנצע חזריי וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגערירט די ב"ד, נאר דער חי רעה פון די נייע בוך האט זיי געצווינגען אריינצולייגן וומס"ב, איך קען די חברה דארט איך האב דארט א עד שוין מער ווי 6 יאר (אויך אין די ב"ד) זייער פיינע מענטשן,
איך בעמערק יעצט אז עס העט נישט די וומס"ב אדרעסן לויט די סטריטס, טראסט מי, לויט ווי איך קען זיי איז דאס נאר נישט צו טשעפענען קיינעם

אפשר ביזטו מסביר פארוואס, און וויאזוי די נייע בוך האט איהם געצווינגען אריינצולייגן וויליאמסבורגע נעמען?
און פארוואס די נייע בוך איז מער א חיה פון איהם, ווען ער איז געווען די ערשטע וואס איז ארויסגעקומען קאמפעטישאן מיט די ביזנעס דירעקטארי?

חוץ מזה, אויב דינט מיר דער זכרון, פלעגן זיי יא האבן ווילי ווען זיי האבן אנגעהויבן, נאר שפעטער איז געווען עפעס א הסכם, צו מיט א דין תורא צו אן, אבער עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ

היימישער » דינסטאג אפריל 30, 2013 2:10 pm

· #110282
עס איז געווען א דיעל אז 5 יאר גייען זיי נישט אריין לייגן וויליאמסבורג און היי יאר האט זיך עס געענדיגט, זיי האבען גארנישט געמיינט קיין שלעכטס

פרענטש וואנילע » דינסטאג אפריל 30, 2013 4:32 pm

· #110321
איך האב אויכעט גענומען די קאנסומער אדוויזער מיט גרויס געשמאק, אבער צו מיין גרויסע באדויערען האב איך געמערקט אז ער איז גאר פעלערהאפטיגע אין די וויליאמסבורגע נעמען ליסטינגס, ס'פעלט גאנצע משפחות און פיל פרישע יונגעלייט זענען בכלל נישט צום געפינען דארטען, זיי האבען נאך א גרויסע וועג צו גיין בעפאר זיי קענען זיך רעכענען אלץ קאמפעטישען מיט ב"ד, לאמיר זעהן וואס די נייע חברה וועלען באווייזען..

שלשלת » דינסטאג אפריל 30, 2013 7:36 pm

· #110416
געהערט האב איך אז די נייע "דזשואיש פאון-בוק" גייט שוין בקרוב ממש צום דרוק. מען נעמט שוין נישט אן קיין עדס.

ריינער » דינסטאג אפריל 30, 2013 9:56 pm

· #110490
ס'אינטערסאנט אז עס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן ארויסצוגעבן א אידישע טעלפון באק - מיט די נעמען אויף אידיש אזוי ווי ס'דא אין מאנרא - סקווער. אין וויליאמסבורג וואלט עס געווען א גאנגבארע ארטיקל.
בלאט: 1 2 3