☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » REPORT: NYPD YOU ARE NOT THE FINEST

REPORT: NYPD YOU ARE NOT THE FINEST

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2493

outspoken » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:03 pm

· #68478
REPORT: NYPD YOU ARE NOT THE FINEST
אינמיטן וויינען אויף אזא טייערען עסקן ששפך דמו כמים, וויל איך ארויסברענגען א וויכטיגע פונקט.

די DISTRICT ATTORNEY וואס זיין דזשאב איז צו ברענגען גערעכטיקייט פארן בירגער פון שטאט, דורך נוצן די פאליציי און DETECTIVES וואס זאלען פארשען א קלאגע, דערנאך טראגט ער עס צום געריכט, פארשטייט זיך אז די פאליציי און DETECTIVES זענען פאר אים די וויכטיגסטע ווייל זענען אויפן גאס און זענען די וואס ברענגען אים אינפארמעשאן.

אין די לעצטע פאר יאר האט די DA געהאט שטארקע פרעשור אז ער טוט נישט גענוג אקעגען מאלעסטינג ביי די היימישע אידן, האט ער אנגעהויבען זיכען ביז עס איז אריינגעקומען א קאמפלענט קעגען א גרויסע פיש, העסקן החשוב ר נחמי' וועבערמאן השם ישמריהו ויצילהו מכל צרה, פארשטייט זיך אז ער האט גענומען די בעסטע DETECTIVE זאל אים ארעסטירען און אויספארשען די מעשה.

ווען מ'האט געמאכט די משפט, איז די מיידל ארויף אויפן STAND און פארציילט איר מעשה, האט מען אויך גערופען די PROFESSIONAL DETECTIVE זאל אויך עדות זאגען וואס ער האט געפארשט, האט זיך אויסגעשטעלט אז ס'האט נישט געשטימט מיט וואס די מיידל האט איצט עדות געזאגט, וואס אין נארמאלע אימשטענדען וואלט א DA געזאגט, YOUR HONOR, מיר האבן נישט קיין קעיס אקעגן די באשולדיגטער.

אבער דא איז געשען אן אינטערסאנטע זאך, מ'האט גענומען די PROFESSIONAL DETECTIVE און מ'הט אים געמאכט כאחד הריקים HE IS NOT FROM THE NYPD FINEST האט די DA געזאגט, און פארוואס? וויל זיין עדות'שאפט איז געווען לטובת ר נחמי'.

אייצט ווילן מיר פרעגען די DA וואספארא פאליציי וועט גיין די עקסטערע סטעפ אויסצופארשען שווערע קעיסעס, ווען זיין REWARD וועט זיין אז מ'וועט אים באשמיטצען אז ער איז נישט פון די NYPD FINEST.?

outspoken » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:20 pm

· #68484
ווער ס'האט TWITTER זאל דאס ארויסברענגען.

יידל » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 8:25 pm

· #68543
איך גלייב אז נישט יעדער אויף טוויטער וועט מסכים זיין צו דיין הנחה אז דער DA האט גענומען זיין *בעסטע דעטעקטיוו* פאר דעם קעיס.

outspoken » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 8:46 am

· #68645
יידל
איך גלייב אז נישט יעדער אויף טוויטער וועט מסכים זיין צו דיין הנחה אז דער DA האט גענומען זיין *בעסטע דעטעקטיוו* פאר דעם קעיס.



איך גלייב אז יעדער אויף טוויטער וואלט יא מסכים געווען אז דער DA האט גענומען זיין *בעסטע דעטעקטיוו* פאר דעם קעיס אויב די מיידל וואלט ביי די משפט געדענקט וואס זי האט אים געזאגט די ערשטע מאל...