שוין ווייטער מיט אתרא קדישא...
איך האב היינט געזען דעם צעטל, וואס גייט שוין ווייטער פאר
איך אויךדער פראבלעם איז אז דער צעטל פון ביד"ץ איז אליינס מזויף.. בקיצור הפוך על הפוך.
קאווע טרינקעראיך האב שוין ערגעץ דא אין שטיבל געבעטהן פאר הילף.
קען אפשר איינער דא קלאר מאכן ביידע צדדים?
וואס ? ווען ? ווער ?
קאך_לעפליא! די הייליגע מעשים האבן געטראפן אין ציל, און כאשר אירע ליעקב אירע ליוסף, אזוי ווי נאך די הייליגע נשא תורה האבן זיך חיים ליבערמאן, מיט טמא'נעם פארווערס, אלי וויזעל מיטן אלגעמיינעם געפענט זייערע נקבים נקבים חלילים חלילים, און אנגעהויבן גיסען פון זייער צואה רותחות על ה' ועל משיחו, אקוראשט דאס זעלביגע חזרט זיך אציד איבער, דירך די זייערע גילגילים..... ה' הוא מלכינו .... ולו אנחנו עבדים...... התורה היא חוקותינו.... ובה אנו מאמינים...... בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים - אין אנו מאמינים...... ובחוקותיהם אין אנו מתחשבים - אין אנו מתחשבים......בדרך התורה נלך באש ובמים...... בדרך התורה נלך לקדש שם שמים -אוי - לקדש שם שמים!
תמים
ער זאגט אז כאטש וואס ער האט נישט קיין געדינגענע ניקים וואס זאלן זיך אנעמען פאר אים, איז דאס מער וויניגער וויאזוי ער קוקט עס אן.
ליטוואק פון בודאפעסטהרב דוד שמידל שליט"א איז פאר מיר א לאנדסמאן. ער איז נישט קיין ליטוואק, ער איז א פולקאמער אונגארישער. ער איז א מענטש א שטילע באהאלטענע וואס זיצט טאג און נאכט על התורה ועל העבודה. איינער האט מיר פארציילט אז ער איז געווען מיט איהם אויף א פליגע פון נ.י. ביז א"י (עקאנאמי, םארשטייט זיך) און ער האט נישט אויפגעהויבען די קאפ פונ'ם גמרא אגאנצע פליגע. ער איז א דערהויבענע מענטש און מיינט נאר דער זאך. נאר ער האט נישט דער שמעק פאר פאליטיק און דעריבער ווען ער ווערט פארגעהאלטען ביי רבי'ס און אינטערעס'ן וואס האבען נישט מיט איסור והיתר, ווייסט ער נישט ווי אזוי צו פארען דערמיט. מ'זאגט איהם אז ברך משה האלט אזוי, פרעגט ער "ווער איז דאס ברך משה, און פארוואס האלט ער אזוי?" ממילא ווען ס'האט זיך אויסגעפלאצט א מחלוקת לשם שמים צווישען די צדיקי בית סיגוט-סאטמאר האט מען דאס באנוצט איהם צו באזייטיגען, און די ארונים האבען גע'עפענט א צווייטע ארגאניזאציע און וויבאלד זיי האבען אומער מיקל געווען, האבען זיי מצליח געווען מאכען אזא אנשטעל כאילו אתרא קדישא איז די פינסטער מענטשען. אין יוראפ איז געווען אפאר מעשה'ס ווי מ'האט געהאלטען אין מיט'ן אפשטעלען א גראבונג, און קדמוננו האט עס אפגעשטעלט און געלאזט אויסגראבען מיט זייערע הכשר, כגון טוליל"ט און ווילנא\שניפישאק ועוד. הרב קאלמאנאוויטש איז אליינס טאקע א ליטוואק, נאר ער איז אן עדים ביי דער עכטע סאטמארער חסיד פון לעיקוואוד\דזשאקסא"ן\מאנטיסעלל"א מיט'ן נאמען ראזענבערג (דער טאטע פון דער וועלט'ס בארימטע מעקאני"ק פון לעיקוואוד שרולי ראזענבערג)
ליטוואק פון בודאפעסטאבי גערעדט אין געבאקען, ווען אתרא האט זיך געשלאגען מיט אלע אנדערע עסקנים האט יעדע געוואלט מיקל זיין? מיט וואסערע היתר זענען זיי מיקל אין נשר אין און שפאניע ווי זיי האבען מפנה געווען א ביה''ח צואזעמן מיט ארג' זכור?דער פליגעל איז געווען שטארק נויטיג, פארוואס?
די ארגאניזאציע׳ס וואס אתרא קדישא האט זיך נישט געלאזט פאר זיי, וואס האבען זיי אויסגעפעלט? אתרא קדישא איז נישט געלונגען? נאר אזוי ווי מ׳האט געוואלט מיקל זיין אין חפירת קברים, און אתרא קדישא האט נאך נישט געלערנט אז שלאגען וועגען קברים איז נאר א היכי תמצי זיך צו שלאגען מיט ציונים, וואס דאס זעלבסט איז א היכי תמצי זיך אויפצובויען א געשעפט, ממילא האט ער נישט פארשטאנען וואס טוט זיך ווען א.ג. רבנים און רבי׳ס גראבען אליינס קברים. ער האט ווייטער אנגעפיהרט מיט׳ן עבוה׳׳ק און זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון פאליטיק, מאכט, געלט און אלע אנדערע שמות הנרדפים פונ׳ם ווערטער כ׳׳ק אדמו׳׳ר.
signoutהלוואי איך זאל פארשטיין וואס די האטס מיך גענטפרט, ווער וויל דא בויען א חסידות? מיט וואס?