☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פראטעסט כ''א כסליו ביי די וויליאמסבורג'ער ארמערי

פראטעסט כ''א כסליו ביי די וויליאמסבורג'ער ארמערי

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2471

outspoken » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 9:45 am

· #67096
פראטעסט כ''א כסליו ביי די וויליאמסבורג'ער ארמערי
היינט נאכט גייט פארקומען א פראטעסט כ''א כסליו ביי די וויליאמסבורג'ער ארמערי אקעגען מהר''א מ'סאטמאר,פארן האלטן דעם מוצש''ק די דרשה פון ''הכזונה נעשה את אחותנו''

וואלט געווען אינטערסאנט וואס די קאווע טרינקערס האלטן וועגן די דרשה (פארשטייט זיך אז מ'רעדט פון די וואס האלטן פון עלילת 75, אז א אפגעפארענע ר''ל מאכט אן עלילת שקר אויף אן ערליכע עסקן)

1) האט ער בכלל געדארפט רעדן ווען מ'האלט שוין אינמיטן די משפט און ס'איז אין די SPOTLIGHTאון עס קען אויפרעגען די שופט אדער דזשורי אויב זיי ליינען דערוועגען ?
2)לאמיר זאגען אז מ'האט יא געדארפט רעדען, וואלט ער ענדערשט געדארפט ארויסברענגען די עלילת שקר אויף אן ערליכע עסקן ווי אראפרייסען די קלעגער?

א לץ האט געזאגט, זעט אויס אז מחלוקה איז ערגער ווי זי זנות, וויל ביי א זונה דערמאנט מען יעקב'ס נאמען, אבער נישט ביי קיין מחלוקות...

The grand Rebbe of Satmar in Monroe (Rabbi Aron Teitelbaum) used the weekly Torah portion yesterday to call the victim in the Weberman rape trial a whore and a shame onto the community. While despicable in nature, it is also intended to drive a wedge in the community, eliminate any little support she is getting and sets a precedent for future cases by minimizing and trivializing molestation and rape. Decent people cannot allow this to go unchecked.

Tomorrow, Satmar is having their annual Chuf Alef Kislev
event at the armory in Williamsburg. Please come out and lend support, as we peacefully stand outside and protest the tactics being employed by this community towards the victim and her family.

We have secured permits with the 90th precinct, and have been assured 'sight and sound', meaning they will set up our area within eye and earshot of people entering the premises so we make a statement. I have assured the deputy inspector that we will be civil even in our rage, and we would like to show who the decent people here are. So please do not make our side look bad with inappropriate behavior. Signs may and should be made, but you cannot use sticks on the bottom and please refrain from making it too outrageous or offensive.

Should you have media contacts or friends who are photographers and wish to document it, there will be an area set up for them as well.

Please spread the word and see you there tomorrow.

מ גפני » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 9:48 am

· #67099
פארוואס זעהט מען נישט דיין תגובה?

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 9:56 am

· #67101
איך ווייס נישט וואס מען וויל פון אים, וואס מיינען זיי, אז נאר אפגעפארענע האבן ליב צו טינקען אין שמוץ?? פארוואס מעג ער נישט רעדן בטוב טעם ודעת פון די נושא און הנאה האבן דערפון אזוי ווימיר אלע טוען? און וואס ווילסטו ער זאל רעדן, וואספארא גרויסער צדיק וועבערמאן איז, הא? ער וויל רעדן אזוי אז די זאפט זאל רינען דערפון, דער עולם זאל זיך באלעקן די פינגער!
עס איז נאר אינטערעסאנט צו זען ווי די חברה האבן זיך אויסגעלערנט וואספארא שפראך צו נוצן אויף סאטמאר. מיט גוטנס וועט מען אין ערגעץ נישט אנקומען מיט זיי. אזוי האט מען געטון אינדערהיים אין קראלע, אין סאטמאר, און אין ווילעמסבורג אויכעט. כי בדבר אשר זדו עליהם.

outspoken » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 10:01 am

· #67103
פארגעסען צו שרייבען, לאמיר עס נישט אריינטראגען קיין צימעס. LETS KEEP IT COOL

קפנדריא » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 10:06 am

· #67107
אויב די שפלים ונבזים וואס האבן שוין עובר געווען אויף כל עבירות שבתורה [טייל פון זיי זענען שוין מיאוס דורכגעפאלן אפילו מיט די זאכן וואס זיי קומען דא באשולדיגן אנדערע, און מיט א שמוץ אריבער] וועלן גיין פראטעסטירן היינט נאכט, וועט כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א וואקסן אין מיינע אויגן און אין די אויגן פון א גרויס חלק פון כלל ישראל, ווער ס'שטייט אין וועג פאר די לאו לייף'ס איז א גוטער סימן אויף אים.

זר זהב » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 10:08 am

· #67108
מ'דארף ווען מאכן דארט א קאנטער פראטעסט אויך מיט סיינס ETC

מ גפני » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 10:11 am

· #67109
זר זהב
מ'דארף ווען מאכן דארט א קאנטער פראטעסט אויך מיט סיינס ETC


זר די גייסט האלטן א סיין אדער די גייסט קיין קרוינהייטס?

זר זהב » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 10:18 am

· #67112
איך בלייב אינדערהיים

signout » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 10:44 am

· #67123
קפנדריא
אויב די שפלים ונבזים וואס האבן שוין עובר געווען אויף כל עבירות שבתורה [טייל פון זיי זענען שוין מיאוס דורכגעפאלן אפילו מיט די זאכן וואס זיי קומען דא באשולדיגן אנדערע, און מיט א שמוץ אריבער] וועלן גיין פראטעסטירן היינט נאכט, וועט כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א וואקסן אין מיינע אויגן און אין די אויגן פון א גרויס חלק פון כלל ישראל, ווער ס'שטייט אין וועג פאר די לאו לייף'ס איז א גוטער סימן אויף אים.

עס איז מאדנע אין אפשר גאר א בושה פארוואס איז ער דעראיינציגסטער רב וואס האט דערווייל גערעדט? ווי זענען די אנדערע? אפילו די אלע וועלכע האבען אזוי ליעב מוחה צו זיין יעדע שני וחמישי זענען שטוהל

gehlungen » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 10:45 am

· #67124
זר זהב
איך בלייב אינדערהיים

CHICKEN?

signout » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 10:45 am

· #67125
זר זהב
איך בלייב אינדערהיים

אין שווייץ אדער אין אפגאניסטאן?

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 11:22 am

· #67141
עקוואדאר.

שרייבער » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 12:37 pm

· #67184
[ציטאט אראפגענומען]

אזוי האלטסטו, איך הער, איך רעספעקטיר דיין מיינונג

אבער ס'איז דא וואס האלטן אנדערש

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 12:46 pm

· #67190
ס'קען זיין אז מהר"א האט געהאט זיינע סיבות אלס מנהיג פארוואס ער מיז רעדן, אבער כ'האב געקוקט אויפן טעקסט און איך כאפ נישט די סיגנון. ס'קוקט אויז מער ווי א קלאג, אן איכה, ווי איידער אן הדרכה, א משלי. מעגליך אז דאס אז די געמיינדע איז צובראכן און אפשר צומישט האט אים באוואויגן צו רעדן דערפון, נישט קיין חילוק וואס, כדי צו מחזק זיין און צייגן אז די פירערשאפט איז נישט אפגעשראקן. ס'לאזט זיך דעבאטירן פון א הנהגה שטאנדפונקט וואס איז די ריכטיגע ראלע פון א מנהיג (אויב ער האלט אז ס'איז א בילבול) און וויאזוי די ראלע ברויך אויסגעפירט ווערן.

(ס'איז נישט אינטערעסאנט צו הערן אנאליזן פון די וואס גלייכן אים נישט צו ער רעדט יא אדער נישט, און האבן שוין זייער נעגעטיווע מייונג געפארעמט סיי וויאזוי.)

signout » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 1:55 pm

· #67208
[ציטאט אראפגענומען]

די חידוש איז נישט פארוואס ער רעדט, די חידוש איז אויף די וואס רעדן נישט, די שטאט איז אויף מיט א מעשה ווי א גרופע יודן באשמיצן חרדישע יודן, אין יעדער איז שטוהל

שרייבער » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 2:33 pm

· #67225
יואליש
ס'קען זיין אז מהר"א האט געהאט זיינע סיבות אלס מנהיג פארוואס ער מיז רעדן, אבער כ'האב געקוקט אויפן טעקסט און איך כאפ נישט די סיגנון. ס'קוקט אויז מער ווי א קלאג, אן איכה, ווי איידער אן הדרכה, א משלי. מעגליך אז דאס אז די געמיינדע איז צובראכן און אפשר צומישט האט אים באוואויגן צו רעדן דערפון, נישט קיין חילוק וואס, כדי צו מחזק זיין און צייגן אז די פירערשאפט איז נישט אפגעשראקן. ס'לאזט זיך דעבאטירן פון א הנהגה שטאנדפונקט וואס איז די ריכטיגע ראלע פון א מנהיג (אויב ער האלט אז ס'איז א בילבול) און וויאזוי די ראלע ברויך אויסגעפירט ווערן.

(ס'איז נישט אינטערעסאנט צו הערן אנאליזן פון די וואס גלייכן אים נישט צו ער רעדט יא אדער נישט, און האבן שוין זייער נעגעטיווע מייונג געפארעמט סיי וויאזוי.)

נו נו, ער האט נישט מער ווי געקלאגט אויפן מצב, און איך האב עס שוין אויבן דערמאנט ער האט נישט גענומען קיין שטעלונג, ווייל ווי קען מען נעמען א שטעלונג אויף א זאך וואס מען ווייסט נישט, דער עצם מצב ווי אזוי ס'פארעמט זיך איז א ווייטאג

נישט שייך קיין הדרכה, נאר וואס ער האט אויסגעפירט דארט, אכטונג געבן אויף די טעכטער מיט זיבן אויגן

איחוד פעלד » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 3:00 pm

· #67241
יחי אדונינו מורינו ורבינו.
כ'מוז זאגען, ער איז דער איינציגעסטער רבי וואס איז א מנהיג במלא מובן המלה.
ווען דער גאנצער עולם דרייט זיך ארום, זה בכה וזה בכה, אסאך מענטשען ווייסען נישט וואס צו האלטען, דארפען די מנהיגים אריין לייגען די ווארט אין מויל אריין, און זאגען דעם עולם וואס זיי האלטען.
אלע אנדערע זענען שטיל, ווייל זיי האבען נישט די גאטס צו רעדען פין די פרשה.
ער אבער גייט דאך מיט דער באקאנטער כלל פין "וישכם ויאמר", זאגען און זאגען אלץ וואס מען האט אין בויך, ממילא רעדט ער און אוי רעדט ער גוט.

כדי צו פארשטיין מוז מען ארויסברענגען נאך א נקודה פין די גאנצע "סומאטאכע".
וו"מ ווערט אנגעלאגט דורך א מיידל.
עס דראהט אים תפיסה ל"ע.
אבער וואס וויל א מנהיג פין זיינע מענטשען?
אויסניצען די קריזיס און עס ניצען די מערסטע ער קען לטובתו.
עס איז גוט פאר א חסידות, גוט פאר חריידיזים, ווען עס קען זיין נאך א רחמנות אין תפיסה, נאך רובאשקען, וואס מען קען דערמיט פלעגען און פארדרייען דער עולם פאר געלט און הייסען זאגען תילים, וכו' וכו' וכו'.
ממילא, דארף מען זאגען פארען עולם, עת צרה הוא ליעקב, עס איז דא א גזירה רעה וואס הויערט אויף כלל ישראל. ממילא האזרו חושים, לאמיר מאכען א יום תפילה, אויסזאגען גאנץ תילים, פאסטען ערב ראש חודש, וכו', די אלע זאכען זענען גוט פאר מנהיגות, און אויך גוט פאר די מענטשען וואס זענען "ננהגים" פין דעם מנהיג, אזוי געניסען זיי א געוואלדיגע סענס פין אחדות, א הרגשה פין זיין געשלאגען און געהאלפען בבת אחת.


איי וו"מ וועט פין דעם נאר האבען מער צרות?
נעך, וואס גייט אים אהן וו"מ, זאל ער זיצען, ער'ז דאך ממילא א ....., אבער דער מנהיג פאר זיך טוט וואס איז גוט פאר אים.

דאס איז דער פשט פין דעם.

עס קומט דא אויס א אינטרעסאנטע מסקנא.
אין דער צייט וואס וו"מ (און זיינע געטרייע עסקנים) האט געארבעט איבער דרייען די נושא פאר א כלל ישראל נושא, אזוי ווי זיין קעיס איז א קעיס צווישען די פרייע און די פרומע וכו', אלץ כדאי צו צוקומען אז אים זאל זיין דערפין א טובה, אזוי אז יעדער וועט אים גלייבען און ער וועט קענען ארויס פריי, האט דער זעלבע סכנה'סדיגע אקט וואס איז אים געלונגען (דער רוב עולם גלייבט אים, און נישט איר), טוט עס אים צוריק פראסקען אין פנים ביג טיים, ווייל סיי דער עלילת 75 און סיי דער לעצטער דרשה, האבען נאר געמאכט אז ווען פאש קאמס טא שאוו, וועט עס אים קאסטען טייער. (מען וועט אים שטרענגער פאראורטיילען וכדומה).

צדיקל » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 4:41 pm

· #67304
רב איחוד,

קענסט אפשר מסביר זיין ווי די דרשה קען עפעס שאדן מאכן פאר וועבערמאן??
די דרשה קען נישט אןיפגעברענגט ווערן אין קאורט פאר די דזשורי ווייל ס'האט נישט קיין שייכות מיט וועבערמאן.

signout » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 5:18 pm

· #67330
ווי גייט זיין די פראטעסט?

נס קאווע » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 6:11 pm

· #67343
גיהערט ביי יוניאן און וואלאבאוט נישט קאנפירמד

signout » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 6:17 pm

· #67345
נס קאווע
גיהערט ביי יוניאן און וואלאבאוט נישט קאנפירמד

א ברכה לבטלה פאר די געלט קענען זיי עס מאכען אין הארלעם, זיי וועלן האבען מער מענטשן

נס קאווע » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 6:19 pm

· #67348
אמת אבער דאס איז לכאורה די נענסטע וואס זיי האבן גיקענט באקומען ווען נישט גלייב זיי וואלטן געמאכט נענטער
איז דאס נישט לעבן די פארקינג לאט?

איחוד פעלד » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 11:51 pm

· #67416
צדיקל
רב איחוד,

קענסט אפשר מסביר זיין ווי די דרשה קען עפעס שאדן מאכן פאר וועבערמאן??
די דרשה קען נישט אןיפגעברענגט ווערן אין קאורט פאר די דזשורי ווייל ס'האט נישט קיין שייכות מיט וועבערמאן.

אויב איך מאך נישט קיין טעות וועלען די סכום יארען באשטימט ווערען דארך דער שופט.
ער קען צולייגען אפאר יאר נאר צו לערנען די קאמיוניטי א לעסען.
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/118751/2012/12/04/new-york-in-explosive-radio-interview-brooklyn-da-addresses-satmar-rebbe-over-remarks-on-williamsburg-abuse-case/?utm_source=feedburner&utm_medium=feed&utm_campaign=Feed%3A+vin+%28Vos+Iz+Neias%29">http://www.vosizneias.com/118751/2012/1 ... z+Neias%29</a>

יונגערמאנטשיק » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 2:00 am

· #67446
איך האלט אז יואליש איז גערעכט. מהר"א האט דא נישט גערעדט ווייל ער האט געוואלט נעמען א צד, ער האט גערעדט פון די מצב בכלליות, דער עולם איז צוטראגן און ער אלץ מנהיג דארף רעדן. להבדיל פרעזידענט אבאמא האט אויך גערעדט ביי די 'טרעיוואן מארטין' שיסעריי, כאטשיק ער האט נישט גענומען קיין אפעציעלע שטעלונג, נאר וויבאלד זיינע ברודער זענען געווען צוטראגן האט ער געדארפט רעדן פאר זיי.

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 5:00 am

· #67460
די פראטעסט דארף עפעס אויפטוען? אדער זיי זענען דא נאר צו מקיים זיין "חובת מחאה?

קפנדריא » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 10:07 am

· #67482
דעם שיכור מיט'ן רוסישן קוטשמע זע איך נישט דא?

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 10:15 am

· #67483
אויב איינער איז אינטערעסירט אין די אודיו, לינק.

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 10:35 am

· #67493
געפילטע פיש
אויב איינער איז אינטערעסירט אין די אודיו, לינק.

וואס דארף מען דא הערן??

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 10:47 am

· #67497
דברות קודש, חוצבים להבות אש, פון א איד וואס שרייעט אויס זיין ווייטאג אן חלילה נעמען א זייט.

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 11:36 am

· #67514
געפילטע פיש
דברות קודש, חוצבים להבות אש, פון א איד וואס שרייעט אויס זיין ווייטאג אן חלילה נעמען א זייט.

איי עם ווערי סארי, כ'האב עס שוין דאונלאודעד דריי מאל מ'הערט גארנישט.

signout » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 1:29 pm

· #67548
די פראטעסט איז אין מיינע אויגן א דורכפאל, קיינער ווייסט אפילו נישט אז עפעס איז געווען, עס קומט נישט צו צום שפיץ ווי די קאנטינענטל פראטעסט

קפנדריא » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 1:46 pm

· #67555
ס'איז גראדע יא א היט, די בילדער זענען גאר אינפארמאטיוו, זאל מען וויסן איינמאל פאר אלעמאל ווער זענען די וואס זארגן זיך 'באמת' פאר קדושת ישראל.

sunbar » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 1:59 pm

· #67561
נו, ווער?

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 2:02 pm

· #67562
טעפל
געפילטע פיש
דברות קודש, חוצבים להבות אש, פון א איד וואס שרייעט אויס זיין ווייטאג אן חלילה נעמען א זייט.

איי עם ווערי סארי, כ'האב עס שוין דאונלאודעד דריי מאל מ'הערט גארנישט.

ווי האסטו עס דאונלאודעד? ביי מיר ארבעט עס.

קפנדריא » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 2:07 pm

· #67565
sunbar
נו, ווער?


וואספארא שאלה פרעגסטו, דו זעסט נישט ווער? קוק אויף די בילדער, די גרופע צדיקים קדושים וטהורים וואס זענען געקומען פראטעסטירן.

בן תמליון » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 2:18 pm

· #67571
sunbar
נו, ווער?


זיי זארגן פאר אונזערע קינדער מען זאל זיי נישט אביוזן, פארשטייסט? אונז מאמעס און טאטעס פארשטייען נישט ווי זיי צו היטן די קינדער מוזן זיי קומען מיט סיינס מיט מסירות נפש אולי יחוס עם עני ואביון אויף די אומשולדיקע צאן קדשים. אגב א חלק פון די אויף די בילדער האבן איבערגעלאזט זייערע אייגענע קינדער בלי משען ומשענה צו לעבן אין טראומע וויסנדיק דער טאטע איז געווארן א גוי, אבער זיי זארגן פאר אונזערע אביוזטע קינדער ווי איר זעט בפירוש אויף די סיינס.

sunbar » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 3:41 pm

· #67609
איך זע נישט קיין חתונה געהאטע.. . איך דארף עס זען אויף מיין קאמפיוטער.

outspoken » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 3:44 pm

· #67610
איך זעע געוועזענע חתונה געהאטע, וואס האבן קינדער.

sunbar » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 4:40 pm

· #67633
outspoken
איך זעע געוועזענע חתונה געהאטע, וואס האבן קינדער.


וועלכע? איך פרעג ווייל איך ווייס טאקע שט

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 5:20 pm

· #67643
נאכן איבערלערנען ר' אהרן'ס פייערדיגע ווערטער אפאר מאל, מיין איך אז איך פארשטיי שוין פשט.

די פסוק דערציילט אונז די מעשה ווי דינה איז מאלעסטעד געווארן, און אירע ברודער, שמעון און לוי זענען געגאנגען מאכן א אינוועסטיגעישען, זאגט זיי חמור אבי שכם, מה כל הרעש? לאמיר צאלען די פופציגער קנס, מיר וועלן זיך משדך זיין, שכם וועט גיין פאר טעראפי, מ'וועט מאכן הויז ארעסט, ער וועט זיך מל זיין להכחיש כח התאוה, און מיר וועלן לעבן ווי גוטע מחותנים.

שמעון ולוי האלטן נישט פון די עצה, וייחר להם מאוד כי נבלה עשה בישראל, לשכב את בת יעקב, וכן, לא ייעשה! זיי גייען אויסהארגענען די גאנצע שטאט. יעקב אבינו הערט וואס זיינע בנים האבן אפגעטוהן, לאזט זיי רופן און געט זיי מוסר, היתכן? זיי זענען סאך מער פון אונז, זיי גייען אונז אלע אויסהארגענען, ווי איז די אחריות? האבן די ברודער געענטפערט "ויאמרו, הכזונה, יעשה את אחותנו? סוף פסוק, און מיט דעם האט זיך געענדיגט די דיסקאשען.

און דאס האט רעב אהרן געמיינט, הכזונה יעשה את אחותינו? אונזערע טעכטער זענען דען הפקר? אז איינער טשעפעט יעקב'ס א טאכטער קומט אים מיתה, נאר היינט קען מען דאך נישט טוהן וואס מ'וויל, איז תפיסה די נענסטע זאך צו דעם.

דיסקלעימער: דאס איז נישט מיין אפיניאן, איך בין נאר מסביר וואס ר' אהרן מיינט דא, ער האט געהאט טיפע כוונות, איך האלט נאכאלץ אז נ"וו, אדער מרס. דייטש קען זיין אומשולדיג.

פיינע קאווע » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 5:50 pm

· #67655
פשיהא, מען לערנט איבער די דרשה אפאר מאל. ווער האט זיך דאס געגלייבט. אפשר זאלסטו ארויס געבן א פירוש אויף זיינע דרשות, פארבינד זיך שנעל מיט זיין וועד להוצאת ספריו הק'

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 6:05 pm

· #67662
WOW, אזוי טיף צו לערנען פשט, אשריך מה טוב חלקך.

סתם להערה בעלמא, די דעסקאשן האט זיך דא געענדיגט בלויז אין די סדרה; זיי הייבן נאך אריין פון יעקב'ן ביי די צווייטע "ואני" אין ויחי, ווי יעקב מוסר'ט זיי אויס בעפאר זיין פטירה, שמעון ולוי אחים כלי חמס מכרותיהם.

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 6:15 pm

· #67666
טאקע א שטארקע קושיא, העמער פרעגן ערעב אהרנ'ען.

בעיסיקלי וואס כ'האב געוואלט ארויסברענגען איז אז היינט ווערט די פסוק הכזונה גענוצט אלס א דערנידערונג אויפן פרוי, הכזונה יעשה את אחותינו, גיין מיט א טו-פיס דאסטער? וכדו', אבער די ארגינעלע פשט איז פונקט פארקערט.

רואיק » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 8:05 pm

· #67708
געפילטע פיש
טאקע א שטארקע קושיא, העמער פרעגן ערעב אהרנ'ען.

בעיסיקלי וואס כ'האב געוואלט ארויסברענגען איז אז היינט ווערט די פסוק הכזונה גענוצט אלס א דערנידערונג אויפן פרוי, הכזונה יעשה את אחותינו, גיין מיט א טו-פיס דאסטער? וכדו', אבער די ארגינעלע פשט איז פונקט פארקערט.


יא, זיין דרשה איז אביסל אמהארציש.

יואליש » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 9:15 pm

· #67731
מאויבי תחכמינו, אז מ'זעהט די פושעים זענען קעגן מאלעסטעשאן, ליגט א חיוב אויף יעדען עהרליכע איד וואס איז נאכנישט קיין מאלעסטאר צו זאפארט ווערן א מאלעסטאר.

יואליש » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 9:19 pm

· #67733
קפנדריא
ס'איז גראדע יא א היט, די בילדער זענען גאר אינפארמאטיוו, זאל מען וויסן איינמאל פאר אלעמאל ווער זענען די וואס זארגן זיך 'באמת' פאר קדושת ישראל.


דאס איגנאראנץ פון אפלערנען מאלעסטעשאן אלס א קדשתן של ישראל פראבלעם איז פון די גרעסטע סיבות פארוואס מיר זענען אזוי פארשלייפט און גלייכגילטיג צו די פראבלעם. דאס איז א געזונטהייט פראבלעם. פינטל.

טעפל » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 4:18 am

· #67856
יואליש
מאויבי תחכמינו, אז מ'זעהט די פושעים זענען קעגן מאלעסטעשאן, ליגט א חיוב אויף יעדען עהרליכע איד וואס איז נאכנישט קיין מאלעסטאר צו זאפארט ווערן א מאלעסטאר.

רעדט נישט ווייל ס'קענען אפאר קרומע קעפ טאקע אזוי אפלערנען די זאך....

פיקציע » זונטאג דעצעמבער 9, 2012 2:14 pm

· #68037
קפנדריא
דעם שיכור מיט'ן רוסישן קוטשמע זע איך נישט דא?

דא איז ער
📎 nachu.jpg 📎 nach.jpg