ישראל קאפקעער רעדט ווי יעדע דעמאגאג, ווי ער זאגט נאכאנאנד אז ער פארשטייט זייער גוט וואס די אראבער (לייען די עקסטרעמיסטישע פאלעסטינער) האלטן אז גאנץ פאלעסטינע איז זייער און מען מוז פארטרייבן יעדן איד וואס וואוינט דארט, לויט דאס ביסל וואס איך האב געהערט (איך האב נישט ממש א דריי פערטל שעה אים אויסצוהערן) און ער שפירט זיך זייער גוט זיך צו באצייכנען אבל די קעגן שפיגל (mirror image) פון כאמאס אדער כיזבאללא, אז די קעגנערישן צד האט נישט קיין שום זכות צו וואוינען אין די לאנד אויף וואס מען קריגט זיך, ער הויבט אן מיטן אפשפעטן פונעם אינטערוויוער וואס וואלט אויסגעקליבן קאעקזיסטענס,
''איך פארשטיי זיי (די כאמאס) און זייער אידעאלאגיע (קיין ארט פאר די ציוניסטן) אבער איך קען נישט פארשטיין דיין (די אינטערוויוער'ס) וואונטש (פרידן און מיטלעבן) ~ מאיר כהנא
איך פארשטיי פון וואו ער קומט, באט פאר דה לייף אוו מי קען איך נישט פארשטיין וואס אונזערע אידעלעך זעען אין זיין אידעאלאגיע, וואו שטעקט די גרויסע חכמה?
ס'איז זייער פשוט, מען דארף נישט זיין קיין גרויסע חכם צי פארשטיין אז לעבן בשלום זייט ביי זייט מיט די פאלעסטינער איז א דמיון, לויט מיין אפיניען רעדט ער זייער פראקטיש, ס'איז אדער אונז אדער זיי, און למעשה איז עס אונזער לאנד, זאלען זיי מוחל זיין טרעפן א צווייטע לאנד ווי צי גיין, סימפל,



