☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » הגיגים: מיין חנוכה

הגיגים: מיין חנוכה

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2467

הציץ ונפגע » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 1:21 pm

· #66822
הגיגים: מיין חנוכה
מיין חנוכה

מאי חנוכה,
פארוואס
צינדן מיר
ליכטעלעך
אכט טאג חנוכה?

מיר זענען אמאל געווען
א פאלק, געוועלטיגט
אין ארץ ישראל.
די גריכן האבן
געפרואווט אונז אונטערברענגן
נישט גופים, נשמות
קולטור
נשמה
כתבו לכם על קרן השור

מתתיהו רעוואלטירט
מי לה' אלי
רבים ביד מעטים
גבורים ביד חלשים
בית המקדש
איבערגעבויעט

א קריגל אויל
ברענט אכט טאג

* * *

לא ארכו ימים
תנאים טראגן נעמען
גריכישע
ספרי יוונים נושרים
קולטור
נשמה
עס איז אלס איינס
די מלחמה פארלוירן
אן זיין

* * *

אדורך יארן
ציונים קוקן צוריק
זעהן גאוה לאומית.
קנאים
א געווינס קעגן קולטור.
איך,
דער מענטשליכער אינסטינקט
פון פרייהייט

יידל » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 1:23 pm

· #66823
מזל טוב צו דיין הונדערסטע תגובה. אויב כ'מעג פרעגן, איז דאס פאעזיע?

הציץ ונפגע » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 1:30 pm

· #66825
יישר כח.
איך ווייס נישט וויאזוי צו ענטפערן אייער פראגע. אפשר איז עס פראזע-פּאעזיע. איך האב בעיקר געוואלט ארויסברענגן א נקודה וואס איך האב נישט געקענט ארויסברענגן אין נארמאלע פראזע, האב איך עס געשריבן אין אזא פארעם.

SHWONTS » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 6:42 pm

· #66931
לויט מיין קליינע היסטארישע וויסנשאפט, האבן אידן פאר דעם נס חנוכה נישט געוועלטיקט אין ארץ ישראל.
די גריכין האבען דא געוועלטיקט איבער 150 יאהר פאר דעם, פון די יאהרן פון אלכסנדר מוקדון.

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 7:51 pm

· #66956
איך האב געקוקט
געפראווט ליינען

פון רעכטס צו לינקס
פון לינקס צו רעכטס
פון אויבן אראפ
פון אונטן ארויף

נישט איך ווייס
נישט איך פארשטיי
וואס הציץ
וויל ארויסברענגען

הייב אן טראכטן
אפשר בין איך
גאר נפגע
פארלוירן דעם חוש
צו קונסט און פאעזיע

האב איך פרובירט
שרייבן אליין
ביטע זאגט
אייער מיינונג

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 3:04 pm

· #67242
איך פארשטיי אז הציץ וויל זאגען, אז כאטש אויבען אויף האבען די חשמונאים מנצח געווען איבער די יונים ,אבער האבען זיי יא איינגעפלאנצט זייער קולטוור אין כלל ישראל אין סהאט עושה רושם געווען שפעטער אין די צייטען פון חז״ל
אין די קנאים היינטיגע צייטען טרייען זיך נאך אנצוכאפען אופן שטריק פון אמאל