☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » george washington bridge ארויף צו $13

george washington bridge ארויף צו $13

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2466

outspoken » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 12:36 pm

· #66799
george washington bridge ארויף צו $13
אנגעהויבען פון היינט איז די טאלל אריבערצופארען george washington bridge ארויף צו $13 וואס איז די צווייטע העכערונג, וואס די PORT AUTHORITY האט פאר א יאר געשטימט אז יעדעס יאר וועט די טאלל ארויפגיין ביז DEC. 2015 און דאן וועט עס קאסטען $15 פארשטייט זיך אז זיי קענען אלץ שטימען פאר נאך העכערונגען. (איך ווייס נישט וואס איז געווארן מיט הרב ווייסהויז'ס LAWSUIT ? קוקט אויס אז ער איז פארנומען מיט פארקויפען די ברסלב'ער ספרים אין די נייע שטעטעל...)

פאר א אינגערמאן וואס דארף פארן צו א חתונה קיין מאנסי/מאנרא קומט דאס אויס זייער טייער, איז דא אן עצה צו פארן מיט די Tappan Zee Bridge וואס קאסט $5 דערנאך איז דא נאך א טאלל Yonkers Toll Barrier וואס קאסט 1.25 דערנאך נעמט מען די Willis Avenue Bridge, אדער די 3rd Avenue Bridge צו די FDR, נישט נעמען די Robert F. Kennedy Bridge ווייל עס קאסט 6.50 .

פאר די וואס ווילן זיך שפארן די Yonkers Toll Barrier וואס קאסט 1.25, קענען אריינגיין נאך די Tappan Zee Bridge צו exit 7A Saw Mill River Parkway S מ'פארט 10.6 מייל דערנאך האלט מען זיך לינקס צום Mosholu Pkwy און נאך 1 מייל גייט מען צירוק צום I-87 S/Deegan Expy exit toward Triboro Bridge (ס'נעמט 5 מינוט לענגער אבער ס'איז די זעלבע מיילעדזש)

ארויסצוגיין פון שטאט זאל מען גיין מיט די george washington bridge ווייל עס קאסט נישט קיין געלט, און מ'זאל נעמען GASOLINE אין NEW JERSEY ווייל עס איז ביליגער.

ד׳ ישמר צאתך ובואך מעתה ועד עולם.

זר זהב » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 12:37 pm

· #66800
אלע ברידזשן זענען ארויף. אוטעבארא גאטלעסס ETC

outspoken » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 12:42 pm

· #66802
זר זהב
אלע ברידזשן זענען ארויף. אוטעבארא גאטלעסס ETC

גערכעט, כמעט אלע, נישט די Tappan Zee Bridge ביזדערווייל (זיי ווילן אז ס'זאל ארויפגיין ביז$14 )

היסטאריקער » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 1:06 pm

· #66814
איך פארשטיי נישט די חוצפה, זיי זאגן אז זיי דארפן די געלט צוליבן ווידעראויפבוי פון טווין טאוערס, צווישן אנדערע זאכן

וואספארא שווארץ יאר דארף איך באצאלן זייערע ביזנעס אינוועסטמענטס, מילא טרעינס וכדומה, אבער דאס? סארא חוצפּה

זר זהב » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 1:11 pm

· #66819
מארגן כ"א כסליו וועט מען אויך אויף דעם טאנצן חסדי ה' אז דער רבי איז אנגעקומען קיין ניו יארק און נישט אין ווייאמינג. 😢

outspoken » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 1:12 pm

· #66820
דאס איז ווייסהויז'ס טענה אין זיין LAWSUIT, אבער אינטערסאנט אז די אלע ארגאנעזאציעס וואס טוען פארן ארימע פאלקס האבן גארנישט געטון דערוועגן.

outspoken » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 1:16 pm

· #66821
די בעל ברך משה ז''ל פלעגט אלטס זאגען, אשאד די שיפן זענען נישט אנגעקומען קיין פלארידא.
זיין שיף איז יא אנגעקומען אין פלארידא צום גדלי' תש''ז, א טאג נאכן רבינ'ס ז''ל אנקומען קיין נ''י.

לאדיך אפ » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 2:52 pm

· #66851
outspoken
דאס איז ווייסמאנס טענה אין זיין LAWSUIT, אבער אינטערסאנט אז די אלע ארגאנעזאציעס וואס טוען פארן ארימע פאלקס האבן גארנישט געטון דערוועגן.

מיינסט צו זאגן ווייסהויז?

outspoken » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 2:56 pm

· #66852
לאדיך אפ
outspoken
דאס איז ווייסמאנס טענה אין זיין LAWSUIT, אבער אינטערסאנט אז די אלע ארגאנעזאציעס וואס טוען פארן ארימע פאלקס האבן גארנישט געטון דערוועגן.

מיינסט צו זאגן ווייסהויז?

גערעכט איך וועל עס פארעכטען BTW איז ער א קרוב צום בעל המפטיר ווייסהויז?

היסטאריקער » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 3:26 pm

· #66858
זיין זון

פרענטש וואנילע » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 4:24 pm

· #66876
וויי געוואלד! איך מוז דרינגענד וויסען ווער ס'איז דער אנדרייער פון די טאול העכערונג! ס'שוין נישט ס'ערשטע מאהל וואס דאס גייט אין מיין שלום בית אריין, ווען אימער איך פאר דורך דעם טאול בוט קיין נעוו יארק, דזשארזש וואשינגטאן אדער ווערעזאנאו, און מיין זוגתי החשובה באשיינט דעם צווייטען אויבען אן צו רעכטס אויף מזרח פון דעם לעקסוס, און זי מערקט וועלכען פרייז מ'גייט דא צאלען, נעמט'זע געפערליך ברומען אויף וואס איך צאל "שוין ווייטער" אזוי טייער פאר טאול, שוין ווייטער נעמסטו דעם טייערסטען וועג, דעם טייערסטען סוט קויפסטו, דעם טייערסטען אתרוג, טייערסטע קאר, טייערסטע גאזאלין, און יעצט זוכסטו אויף דעם טייערסען טאול! איך פרואוו צומאהל איר צעמישען מיט א שיינע סי די צום הערען, אדער געב כ'איר צו לייענען א שיין ביכעל באלד פארען נאנט טרעטען צום טאול בוט לערבב את הנשים, אבער ווען ס'געלונגט נישט און זי זעהט די געפערליכע גראבע בוכשטאבען וויפיהל דאס קאסט, איז דאס אנ'ערענסטער שלום בית סומאטאכע, ווי זעה'ך מיך ארויס דערפון?..

זר זהב » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 4:25 pm

· #66877
זי קויפט זיך נישט די טייערסטע קליידער/שיך/שייטל?

פרענטש וואנילע » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 4:31 pm

· #66879
זר זהב
זי קויפט זיך נישט די טייערסטע קליידער/שיך/שייטל?


נ'וואדע, אבער דאן דארף'ך זיך אנפולען א מויל מיט אראנדזש דזשוס..

זר זהב » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 4:36 pm

· #66882
און מסתם האט זי דאן טענות אז די קויפסט די טייערע גאלדען פלוי OJ אנשטאט לעיקוואוד

פרענטש וואנילע » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 4:48 pm

· #66890
זר זהב
און מסתם האט זי דאן טענות אז די קויפסט די טייערע גאלדען פלוי OJ אנשטאט לעיקוואוד


לול.. 😂

קאווע טרינקער » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 6:40 pm

· #66929
זר זהב
מארגן כ"א כסליו וועט מען אויך אויף דעם טאנצן חסדי ה' אז דער רבי איז אנגעקומען קיין ניו יארק און נישט אין ווייאמינג. 😢

אונז אידן האבן אייביג דערשמעקט און זיך באזעצט אינעם צענטער. סמוך ונראה צו געלט

זר זהב » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 6:41 pm

· #66930
אין ווייאמינג דארף מען נישט קיין געלט

קאווע טרינקער » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 6:53 pm

· #66937
ייש"כ outspoken
מ'זעהט בחוש ווי אידן געבן זיך אן עצה.....
אלע וואס צאלן יא זענען בהכרח גוים, וואס זעהן נישט קיין אנדערע וועג

outspoken » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 7:31 pm

· #66951
קאווע טרינקער
זר זהב
מארגן כ"א כסליו וועט מען אויך אויף דעם טאנצן חסדי ה' אז דער רבי איז אנגעקומען קיין ניו יארק און נישט אין ווייאמינג. 😢

אונז אידן האבן אייביג דערשמעקט און זיך באזעצט אינעם צענטער. סמוך ונראה צו געלט


על זה דוה ליבינו, מ'זיצט אין שכינות פון WALL ST וואס דארט איז די מח פון די וועלט'ס פיינענשיעלס, עס ווארפט זיך דארט געלט ווי מיסט, און ס'כמעט נישטא א חסידישע איד וואס זאל הנאה האבן דערפון. 😞 😞 😞

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 12:32 am

· #67062
אוודאי האב איך הנאה! זיי קומען אלע אריין אין מיין געשעפט אין מנהעטען און קויפען שיינע טייערע העמעדער אין קאפלינגס , איך מאך ב״ה זייער שיין פרנסה דורך זיי.... 

outspoken » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 9:01 am

· #67090
אוהב דעת
אוודאי האב איך הנאה! זיי קומען אלע אריין אין מיין געשעפט אין מנהעטען און קויפען שיינע טייערע העמעדער אין קאפלינגס , איך מאך ב״ה זייער שיין פרנסה דורך זיי.... 



Some people drink at the fountain of MONEY -others just gargle

מ גפני » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 9:43 am

· #67095
פרענטש וואנילע
וויי געוואלד! איך מוז דרינגענד וויסען ווער ס'איז דער אנדרייער פון די טאול העכערונג! ס'שוין נישט ס'ערשטע מאהל וואס דאס גייט אין מיין שלום בית אריין, ווען אימער איך פאר דורך דעם טאול בוט קיין נעוו יארק, דזשארזש וואשינגטאן אדער ווערעזאנאו, און מיין זוגתי החשובה באשיינט דעם צווייטען אויבען אן צו רעכטס אויף מזרח פון דעם לעקסוס, און זי מערקט וועלכען פרייז מ'גייט דא צאלען, נעמט'זע געפערליך ברומען אויף וואס איך צאל "שוין ווייטער" אזוי טייער פאר טאול, שוין ווייטער נעמסטו דעם טייערסטען וועג, דעם טייערסטען סוט קויפסטו, דעם טייערסטען אתרוג, טייערסטע קאר, טייערסטע גאזאלין, און יעצט זוכסטו אויף דעם טייערסען טאול! איך פרואוו צומאהל איר צעמישען מיט א שיינע סי די צום הערען, אדער געב כ'איר צו לייענען א שיין ביכעל באלד פארען נאנט טרעטען צום טאול בוט לערבב את הנשים, אבער ווען ס'געלונגט נישט און זי זעהט די געפערליכע גראבע בוכשטאבען וויפיהל דאס קאסט, איז דאס אנ'ערענסטער שלום בית סומאטאכע, ווי זעה'ך מיך ארויס דערפון?..


באשטעל EZ PASS וועט זי נישט וויסן וויפיל דו צאלסט