☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אי לאו האי יומא, כמה זר'לעך איכא בשוקא

אי לאו האי יומא, כמה זר'לעך איכא בשוקא

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2464

זר זהב » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 2:22 pm

· #66567
אי לאו האי יומא, כמה זר'לעך איכא בשוקא
ס'דערנעטערט זיך שוין דער הייליגער טאג, דער גרויסער טאג, דער פארכטיגער טאג, דער טאג וואס האט טראנספארמירט דעם טמא'נעם אמעריקע; דעם ארץ אוכלת יושביה צו א מקום וואו ארגינעלע אידישקייט וועט בליען און וואקסן!

דער טאג אויף וואס איך קען זאגן מיט'ן פולן צוטרוי: אי לאו האי יומא, כמה זר'ס איכא בשוקא!

אי לאו האי יומא, האי יומא דקא גרים וואלט געווען ידי זר'ים שלטו בנו!!

אהה... כ"א כסליו, א טאג וואס רופט ארויס פרייד, שמחה דקדושה ביי יעדן - לאו דוקא סאטמאר - ערליכן איד אומעטום. איז דארף מען דאנקען ה' יתברך פאר די ניסם וואס ער האט געטון מיט מיר און מיט מיינע עלטערן און מיט מיינע אור עלטערן וואס האבן ב"ה אויך איבערגעלעבט די מלחמה און זיי האבן זיך מדבק געווען אין דעם איש אלוק', דאנקע ג-ט אשר לא השבית לנו גואל. ער האט אונז איבערגעלאזאט אן איש על העדה, איש אשר רוח אלוק' בו. (איש בגימט' סאטמאר)

אין דעם הייליגן יו"ט כ"א כסליו וועל איך נישט שרייבן דא בכלל, אנגעהויבן פון דינסטיג נאכט 72 ר"ת. איך פיר זיך אזוי ווי חוה"מ. און די בני בית טוט אויך נישט קיין מלאכה שאף הם היה באותו הנס.

בדרך התורה נלך, באש ובמים!!

בך בטחו אבותינו בטחו ותפלטמו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו.

אוי יוי בך בטחו אבותינו, בטחו ותפלטמו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו.

אוי חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 2:31 pm

· #66572
אריין אין צימעס!!!!!!!! לץ איינער.
קוקסט שוין באלד אויס ווי ע.כ. וואס האט געטאנצן שמח"ת חסדי ה'........

זר זהב » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 2:40 pm

· #66574
שמעקי, בעליוו מי איך מיין יעדע ווארט ערנסט! נאר מיט 2 לינקס האב איך זיך ערלויבט אביסעלע פרייליך צו מאכן. ווען נישט די 2 לינקס וואלט איך עס געשטעלט אינעם קאווע פארום.

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 3:07 pm

· #66578
און די בני בית טוט אויך נישט קיין מלאכה שאף הם היה באותו הנס.

זי איז אן אייניקל פון יוסף אשכנזי?

זר זהב » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 3:08 pm

· #66580
ניין, זי איז אן אייניקעל פון רבינו יואל'ס פשרה'לאזע אידישקייט דא אין אמעריקע.

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 3:10 pm

· #66581
זר זהב
ניין, זי איז אן אייניקעל פון רבינו יואל'ס פשרה'לאזע אידישקייט דא אין אמעריקע.

דהיינו מגייט אין קארט פשרה'לאז. סיי די תורה לאזט נישט סיי די תורה לאזט יא. מ'גייט!

זר זהב » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 3:18 pm

· #66582
זר זהב
ניין, זי איז אן אייניקעל פון רבינו יואל'ס פשרה'לאזע אידישקייט דא אין אמעריקע.

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 3:20 pm

· #66583
"משום האי יומא כמה זר'לעך איכא בשוקא".

זר זהב » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 3:21 pm

· #66584
זר'לעך אפשר. א 'זר זהב' איז נאר דא איינס! משום האי יומא!!

יידל » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 3:42 pm

· #66589
זר ביסט גוט.

זר זהב » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 3:43 pm

· #66590
יידל
זר ביסט גוט.

איך האב געוויסט העסט ליעב האבן די לינקס...

משכיל » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 3:48 pm

· #66595
סא ברענג ארויס אלע זאכען וואס וואלט נישט געווען אי לאו האי יומא .......י

למשל וו"ב - קרויס

זר זהב » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 3:50 pm

· #66596
אי לאו האי יומא, וואלסטו אפשר געווען א גר. היינט ביזטע א משכיל... איז דאס נישט קיהל?

משכיל » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 3:51 pm

· #66597
איך מיין אז די ביסט דשעליס !י

זר זהב » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 3:52 pm

· #66599
דאס איז אלטע נייעס... א גאנצער אשכול האביך געעפענט איבער מיין דזשעלעסי

משכיל » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 3:58 pm

· #66602
בכל אופן טענו בחיטין והודו לזכר קדשו, מה ענין שמיטה אצל וכו' וואס האט צו טועהן דער רבי זי"ע צו מיין סאטוס אין כלל ישראל ?י

דאס איז זיכער אז ווי לאנג איך האב נישט באגעגענט די סאטמארער בין איך געווען מורא'דיג מורא'דיג תמימות'דיג, ווען איך האב זיך אבער בעקענט מיט זיי איז אין מיר אריין דער רוח פון השכלה, איך האב נישט געקענט פארדייען זייערע ביגליגע היפאקריטיע,י

פליז מאך מיך נישט רעדעוודיג, איך קען דא שרייבען גאנצע מגילות

זר זהב » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 4:00 pm

· #66604
שרייב מגילות, דא איז געמאכט צו שרייבן. שווייגן וועסטע אין די אשכול

משכיל » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 4:06 pm

· #66608
דרך אגב איך האב א שוועסטער א פסיכילאג, א חסידישע, זאגט זי מיר, אז איר זוהן זאגט איהר, מאמי וואס איך פארביר איז שוין דא איינער וואס טוט עס בעסער פון מיר, איך אויך פיל א ביסעל אימפאטענט וואס איך פרוביר האט עס שוין איינער געזאגט און געטראכט. אשפ"ג

sunbar » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 4:08 pm

· #66610
בד"וו: פארוואס רופסטו אן יעדער סאטמארער א זר??

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 8:19 pm

· #66689
זו התורה שנמסרה ביד זר'ים. אוי נא לנו כי חטאנו...

זר זהב » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 6:02 pm

· #67338
דאס אינישט געווען אין מיינע צייטן. אבער גראדע זעה איך גארנישט ראנג דערמיט, ס'בלויזע פאקטואלע היסטאריע. (אנדערש ווי אנדערע בלעטער וואס איך האב געזען דא געברענגט פון אנדערע חסידות'ר אויף זייערע לעבעדיגע רבי'ס וואס איז פשוט שוואנצעריש.

זר זהב » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 6:05 pm

· #67339
אופס!! קיינער האט מיר נישט דערמאנט אז ס'איז שוין 72 ר"ת!!

זייטס מיר געזונט, סי יע אין 24 שעה.

לעמיל » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 6:06 pm

· #67342
זר זהב
אופס!! קיינער האט מיר נישט דערמאנט אז ס'איז שוין 72 ר"ת!!

זייטס מיר געזונט, סי יע אין 24 שעה.

לאז מיר זעין אויב דו וועסטו דיך קענען איינהאלטען 24 שעה נישט צו שרייבען דא............

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 8:38 pm

· #67360
ס'איז קלאר נאריש און שוואנציש (די חדר צעטיל).

זר זהב » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 6:20 pm

· #67668
ס'נאך כ"א? אדער איך קען שוין שרייבן?

נס קאווע » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 6:26 pm

· #67671
[ציטאט אראפגענומען]

שלעכט פארשטאנען
אז זיי ווילן זיין/הייסן ערליך זאלן זיי אויך לויבן...

אשכולות אויפוועקער » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 8:49 am

· #239842
אי לאו האי יומא

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:15 pm

· #241830
אי לאו האי יומא...

וואלט מען נישט געדארפט צאלען 5 אלפים פאר א שטריימעל און אויך נישט דארפען האבען א $900 דולרדיגע באגאנו קערידז' ועוד