סעודת הודאה כ"א כסלו - סאטמאר/מהרז"ל קרוינהייטס ארמארי
אזוי ווי אלע יארען גרייטען אלע תלמידי וחסידי סאטמאר צום גרויסען טאג כ"א כסלו, וואס רבינו הקדוש והטהור מסאטמאר זי"ע איז געראטעוועט געווארען פון די הענט פון די זדים הארורים הגרמנים ימ"ש, און האט זוכה געוועזען צו אהערשטעלען א אינזעל ווי אין אייראפע, און איבערגעפלאנצט די טראדיציאנעלע אידישקייט אויף די פרייע אמעריקאנער באדען, ס'איז איינגעפירט צו מאכען א גרויסען סעודה אין דעם טאג צו דאנקען הקב"ה פאר די חסדים וואס מיר גענסיען נאך היינט אז דער אייבערשטער האט אונז איבערגעלאזט אזא גרויסען מנהיג און געוויזען דעם וועג פאר אונז און אונזערע קינדער, ולאורו נסע ונלך עד ביאת הגואל במהרה, די מסיבות זענען פון די גרעסטע געשעענישען אין די סאטמארער קהילה..
ס'איז געווארען איינגעפירט צו אפרעכטען דעם סעודה אינאיינעם מיט די צענטראלע דינער פאר די מוסדות הקדושים, אין די לעצטע פאר יאר איז אזוי אויסגעשטעלט אז ס'זענען פארהאנען צוויי גרויסע סעודות באזונדער דורך די צוויי באזונדערע גרויסע סאטמארע קהילות, יעדער אויף זיין ארט און זיין אופן, די סאטמארער קהילה פון וויליאמסבורג בנשיאות הגה"צ מהרי"י שליט"א גייט דאס יאר מאכען דעם ריזיגען צוזאמענקום אין דעם גיגאנטישען קרוינהייטס ארמארי וואס געפינט זיך בלויז מינוטען אוועק פון וויליאמסבורג..
די זאל ווערט אין די מינוטען דעקארירט און צוגעשטעלט ס'זאל זיין פאסיג פאר אזא גרויסען מעמד און ס'זאל קענען דערהאלטען דעם ריזען ציבור וועלכע וועלכן אי"ה איבערפולען דעם ריזיגען זאל..