דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #2460
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2460
כדי בעסער פארשטיין ווי אזוי יעדע גרופע ווערט גרעסער און גרעסער, איז פשוט צוליב דעם וואס די רינג ארום דעם וועלט ווערט גרעסער אלץ ווייטער מ'גייט.
געהערט לעצטע וואך אויף הידברות ראדיא 97.5

דוכט זיך מיר אז אין זמיר כהן'ס בוך "המהפך" האב איך געזען שטיין אז די מספר איז זייער נאענט צו די נומער פון שטערנס וואס נאסא שאצט אז עס זענען דא אין די אוניווערס.
איך געדענק ליינען אז די שטערען וואס מען קען זעהן מיטען נאקעטען אויג, איז בערך פיפציג ביליאן.
אויף די גמרא איז שווער א קשיא, אלע שטערען האט דער אויבערשטער באשאפען פאר אונז, אבער וואס האבען אונז פין די שטערען?
ועוד קשה, גאר אסאך מאהל קומט אויס אז אין די גמרא רעכענט מען זיך נישט מיט די זאכען וואס זענען נישט זעהבאר פארען נאקעטען אויג, צ.ב.ש. די שבעה כוכבי לכת וואס עס איז דא מער, תולעים, וכו', פארוואס דא ווען די גמרא גיבט אהן א מספר, איז עס יא אינקלאדינג שטערען וואס מען קען נישט זעהן?

אין פסוק, בראשית ט"ו פסוק ה' שטייט: ויוצא אותו החוצה ויאמר הבט נא השמימה וספור הכוכבים אם תוכל לספר אתם ויאמר לו כה יהיה זרעך. פרעגט די ר"ן מזעעט דאך יא אז עס ידוע, מ'ווייסט די מספר הככבים? צייכנט די רלב"ג צו און זיין ספר על התורה ס'מיינט נישט אז מ'ווייסט נישט, עס קען זיין מ'ווייסט יא נאר וואס דען? אברהם האט זיכער נישט געוויסט און גאט רעדט דאך דא צו אים! איי אז דער זיידע אברהם האט משיג געווען כל התורה כולו ברוח הקודש האט ער דאך זיכער געוויסט פון די דערמאנטע גמרא? שוין.
און די סיריעס אף פאסטס פון מרן ישראל פ' מארק שאפירא אויף רב קוק און די כתבים וואס איז לעצטענס געדריקט געווארן ווערט אראפ געברענגט א רלב"ג פון מלחמת השם וואס איז נישט געדריקט געווארן און איז נאך נאר אין כתב יד. נישט דא קיין שטערענס וואס מ'קען נישט זעען, זאגט די רלב"ג און ער קריגט זיך אויפן מורה נבוכים וואס האט פארשטאנען אז עס איז דא מער שטערענס וואס די פליישיגע אויגן זעעט. און איז חוזר זיין פשט דארט מלחמת השם. מיט די ווערטער וואס איך האב צוגעצייכענט אויבן פון זיין פירוש על התורה.
זאג די רלב"ג ווערטער וואס ווען לעיקוואד זאל עס דא אראפ ברענגען אן די מקור וואלט מען אים פארמאכט די אקאונט. וויאזוי איז טאקע מעגליך אז חכמינו ז"ל אין די אויבן דערמאנטע גמרא אין ברכות האבן גערעכנט אזוינע נומבערס פון שטערינס? עס איז נישט ימלט אז חכמינו ז"ל האבן נישט געוויסט די מציאות. זיי האבן עס ראנג! און ער צייכנט צו אפאר מראה מקומות ווי מ'זעט אז חז"ל האבן אנגענומען די וועלטליכע ידועות, צו די עקסטענט וואס מ'האט געגלייבט אין יענע יארן און זיך טועה געווען מיטן מציאות.
אוודאי היינט ווייסט מען אז די נומבערס פון שטערענס זענען נישט משיג צו זיין ווער רעדט נאך פון זיי ציילען.
פ' שפירא לייגט צו אגבדיג אז היינט גלייבען סייענטיסט אז עס איז דא מער שטערענס, א שם הכולל, ווי זאמד ביי די ביעטש! ככוכבי השמים וכעפר הארץ!

איך זאג נישט אייגענס. איך שרייב נאך א רלב"ג. זעע עטעטשט.
געדענק, ווילאנג די האלטסט דיך אבזשעקטיוו וועט מען דיר אויפנעמען מיט צושפרייטע ארעמעס ווען די רייסט אונטער יוסף בן גריון.

ממי שאמרו, דעם שמועס צו חז"ל האבן זיך יא אדער נישט טועה געווען בעניני המדע איז שוין געווארן איבערגעקייעט דא אפאר מאל. עס איז אפילו דא א גאנצער אשכול איבער דעם ענין <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/489">viewtopic.php?f=13&t=489</a><!-- l -->
ס'איז נישט מיין קשיא. די ר"ן פרעגט. די האסט מכוון געווען צו די ווערטער פון רלב"ג. דאס איז זיין תירוץ. אברהם האט נישט געהאט די נאמבער אין ס'איז נישט גרינג פאר אים צוציילען.
יעדעס מאל מ'רעדט די ווינדער פון די וועלט, ספעציעל פון די שטערענס דערקוטשעט עס מיר. שטעלט אייך פאר אז די ביזט א גורו אין אינדיע און די פארקויפסט דיך אלץ א גאט, גייסט צום ים, נעמסט אפיר א הערינג פון צווישען די ביליאנע הערינג סקולס, לייגסט אים אריין און א פיש טענק, גיסט עס א נאמען, לאמיר זאגען פערינעלע, און די שרייבסט אים א בריוו.
הער דיך צו פערינעלא, די גאנצע וואסער, די ווארעמע און די קאלטע, די אייזבערג און די וואסער פאלס, טייכען און ים, פרישע און זאלציגע וואסער, אלע פיש, סטאר פיש, שארקס, פויגלען, סיעלס, בערן, נארט ענד סאוט פאול, אלע וואסערן און אלע פיש, פארשטייט זיך אלע הערינג אויף די וועלט, אלעס האב איך באשעפען כדאי דיך צו פאנגען, זאלסט לעבן צוויי יאר און האבן קינדער, ביליאנע אייניקליך, און כ'האב אויסגעלערענט פאר די דאלפין א ספעציעלע טריק וויאזוי דיך צו פאנגען, כדאי זיי זאלן ווערן זאט פון דיינע אייניקלעך אזוי וועלן די קילער וועילס האבן בעסערע עסען, מילא ווען איינע פון די קילער וועלס וועלן שטארבען און די וואסער וועט אים אויסשפייען וועט די בער האבן וואס צו עסען מילא וועט קענען שפייזען זיינע קאבס, מילא וועט זיינע קאבס האבן שטארקע קינדער מילא וועט זייער פויר זיין ווארעם וועט מיינע אייניקליך האבן ווארעמע קאוטס.. די הערינג וואלט דיך אנגעקוקט פארטאמט א שאקל מיטן וויידעל און ווייטער געגאנגען מיט זיין רוטיען.. און אז א נארמאלע בר דעת שטייט דערנעבען וועט ער טראכטען, קענסט יא? לאמיר זעען, באשאף א ווארימע קאוט, נישט 4 אקינוס מיט א גאנצע איקאו סיסטעם.
טראכט אריין, אונז יידעלעך זענען מיר סך וויניגער ווי די איין איינציג הערינג ביי די גורו, און די גרויסע וועלט און די מעכטיגע יוניווערס זען מיר א קלענערע פראצאנט ווי א הערינג אין די אושען, די שומרי תורה זענען קוים קוים א קליינע פרעצענט פוו די יידען. אלעס, די גאנצע יקום שטייט וועגן אונז, פאר אונז, אויף אונזער זכות.

פערינא, ביזט נישט דער ערשטער וואס סטראגעלט צו אינטערנעלייזן דעם "בשבילי נברא העולם"...
דיר ארויסצוהעלפן וואלט איך דיר געראטן צו קוקן דעם ווידעא וואס הציץ ונפגע האט ארויפגעשטעלט דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/64261">viewtopic.php?p=64261#p64261</a><!-- l -->, קודם זאלסט פארשטיין דעם חביב אדם שנברא בצלם. דערנאך וועלן מיר גיין ווייטער צום חביבין ישראל...