☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קריגעגרישע חסידות וואס נעמען א צד ביי א צווייטע חסידות

קריגעגרישע חסידות וואס נעמען א צד ביי א צווייטע חסידות

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2455

signout » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:26 pm

· #65977
קריגעגרישע חסידות וואס נעמען א צד ביי א צווייטע חסידות
ליידער זענען דא זייער אסאך חסידות ווי מען שלאגט זיך ארום, אבער ביי די גרויסע וועט מען זעהן אז יעדער צד האט אויך צד ביים אנדערען מחלוקת, עס איז אינטערסאנט איבערצוגיין אין פארשטיין פארוואס דאס איז אזוי
תולדות אהרן - זאליס v תולדות אברהם יצחק - אהרונים
באבאוו רב''צ - אהרונים v באבאוו רמ''ד - זאלונים
תולדות אברהם יצחק, איז ווייל יצחק ראזענבערג איז דער בעל אכסניא פין זייער רבין אין וויבאלד די זאליס האבען פארלאנגט ער זאל טוישן אכסניא אין ער האט געוואלט, האבען זיי בויקאטירט זיין קהילה, נישט אנגענומען זיינע עדס, געקענסלט די ברכה סימא זאל, נישט געלאזט גיין נאך געלט ביז פאר א פאר יאר צירוק ווען די זשאוק האט זיך פאר סאם ריזאן גענדיגט
באבאוו רמ''ד, איז ווייל די זאלונים האבען געוואלט דינגען זייער ישיבה צו דאווענען שבת, אין זיי האבען פארלאנגט אז דער איד זאל זיי דעקן

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:29 pm

· #65978
הגה"ק אספקלריא המאירה כל רז לא אניס צדיק יסוד עולם הגה"ק רבי אביש מ'קיעפ סטריט. אן אהרויני 😠

ווייל ער האלט אז ס'קומט זיך פארן עלצטען.

היסטאריקער » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:38 pm

· #65986
הגה"ק אספקלריא המאירה כל רז לא אניס צדיק יסוד עולם הגה"ק רבי אייזיק מפען סטריט. א זאלי

ווייל ער האלט אז ס'קומט זיך פארן דריטען.

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:39 pm

· #65988
אידאך גוט! ער האט כאטש א גוטער פוינט!

signout » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 2:15 pm

· #66000
ר' אייזיק איז א זאלי ווייל די שפיצערס הייסן אים זיין א זאלי, ווען נישט די שפיצערס וואלט ער אויסעקוקט ווי ר' בעריש ע''ה, ווען זיי וועלן אים הייסן טאנצען אויפן קאפ וועט ער דאס אויך טוהן, אין מיט רעכט

הדד בן בדד » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:09 pm

· #66089
זר זהב
הגה"ק אספקלריא המאירה כל רז לא אניס צדיק יסוד עולם הגה"ק רבי אביש מ'קיעפ סטריט. אן אהרויני 😠

ווייל ער האלט אז ס'קומט זיך פארן עלצטען.


וואס פאלט דיר ביי אז דאס איז זיין סיבה? ער האט גאר אן אנדערן סיבה

גאלד » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:20 pm

· #66097
שנית ער איז נישט דער עלצטער זוהן

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:21 pm

· #66100
גאלד
שנית ער איז נישט דער עלצטער זוהן

דאס איז דאך דער וויץ!!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 8:20 pm

· #66150
קראסנא, איז מיט באסטאן פלעטבוש
און כונת הלב גייט פאר שעדליץ אלל-די-וועי

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 8:22 pm

· #66152
קאווע טרינקער
קראסנא, איז מיט באסטאן פלעטבוש
און כונת הלב גייט פאר שעדליץ אלל-די-וועי

איך בין באקאנט דארט אביסעלע, דער כוונת הלב'ר דיין איז א שטארקער שעדליצער און ער האט דאס אלעס אנגעדרייט

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 8:31 pm

· #66155
אוודאי נאר "אביסעלע", מער ווי "אביסל" איז גארנישט דא דארט

פרענטש וואנילע » פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 12:24 pm

· #66257
גראדע אין די באבו,ע מחלוקה איז נישט דא קיין צד, רמ"ד גייט אייניג צו ביידע, רב"צ פירט גראדע יא א מילדע רוגזה היתכן מ'שרייבט אדמו"ר אויף רמ"ד, אבער ווייט פון א מחלוקת, פון אנדערען זייט, ס'דא זאלוינים וואס זענען שטארק נוטה צו רב"צ און לעומת איז דא שטארקע ארוינים וואס זענען נוטה צו רמ"ד..

signout » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 12:38 pm

· #66801
עס איז נישט אזוי פשוט ווי די לייגסט עס אראפ, מהרז''ל האט זיך פאר סאם ריזאן נישט געטראפען מיט רב''צ אפי' ביי ווען ער איז געווען שבת אין ב''פ, אין דער איד איז די איינציגסטע פין די 3 אידישע צייטונגען וואס דעקן שטארק מהרמ''ד, עס איז פינקט אזוי שטארק ווי די תולדות'ן

היסטאריקער » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 12:49 pm

· #66806
signout
עס איז נישט אזוי פשוט ווי די לייגסט עס אראפ, מהרז''ל האט זיך פאר סאם ריזאן נישט געטראפען מיט רב''צ אפי' ביי ווען ער איז געווען שבת אין ב''פ, אין דער איד איז די איינציגסטע פין די 3 אידישע צייטונגען וואס דעקן שטארק מהרמ''ד, עס איז פינקט אזוי שטארק ווי די תולדות'ן


ער האט זיך נישט געטראפן מיט אים ווייל רב״צ האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט אים

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 5:49 am

· #67464
קאווע טרינקער
קראסנא, איז מיט באסטאן פלעטבוש
און כונת הלב גייט פאר שעדליץ אלל-די-וועי

אויף קראסנע האט יארמע רב געזאגט א שאד אזא שיינע מחלוקת אויף אזא קליינע חסידות.

gehlungen » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 8:31 am

· #67470
signout
ר' אייזיק איז א זאלי ווייל די שפיצערס הייסן אים זיין א זאלי, ווען נישט די שפיצערס וואלט ער אויסעקוקט ווי ר' בעריש ע''ה, ווען זיי וועלן אים הייסן טאנצען אויפן קאפ וועט ער דאס אויך טוהן, אין מיט רעכט

You can't say it any better 😛