דוכט זיך אז אין דעם שול האט מען מחרים געווען דעם דברי חיים זי"ע.
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » 'תפארת ישראל' שוהל אין ירושלים וועט איבערגעבויעט ווערן
'תפארת ישראל' שוהל אין ירושלים וועט איבערגעבויעט ווערן
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2450
סאו די מוצאי-שבת מעשה אז דערפאר איז דערשוהל אינטערגעגאנגען --- העי, יידל דער וואוסענשאפער כאפט מיך אויס - וועט זיך מוזן טוישן....
ביים חנוכת הבית וועט זיצען דארט ביאינע רבי נעבן עפעס א צאנזע אייניקל
ביים חנוכת הבית וועט זיצען דארט ביאינע רבי נעבן עפעס א צאנזע אייניקל
סופר, האסט מיר ממש מחי' געווען מיט די גוטע נייעס. מיין זיידע ז"ל איז אויפגעוואקסן אין דעם שול, דארט האט ער געדאוונט אלס קינד אלע תפילות שבת ביז אלטשטאט איז געפאלן צו די אראבער. ער פלעגט שטענדיג רעדן מיט נאסטאלגיע פון דער פראכטפולער שול און אירע אומשאצבארע כלי קודש וואס ר' ניסן בק אליין האט מנדב געווען. ווען איך בין געווען באזוכן אין אלט שטאט האט מיר אנגעכאפט א ווייטאג צו זען ווי אזוי אלע שולן זענען שיין צוריקגעבויט און נאר דער ריזשינער שול שטייט אזוי פאר'יתומ'ט מיט די צובראכענע שניצונגען אלס זכר לחורבן. איך געדענק אז דער טור גייד האט זיך געוויצלט אז די חסידים זענען שטענדיג פארשלעפט... יעצט פריי איך זיך זייער צו הערן אז מען וועט צוריקשטעלן עטרה ליושנה.
נו שוין, יעצט איז נאר געבליבן נאך איין אלטע שוהל וועלכע איז אמאל געשטאנען אין ירושלים, צוריק צובויען. עס איז חרוב געווארן דורך די אקופירער, נאך מיט א תקופה פאר די אראבער, און איז נאך אויך ליידער נישט צוריק געבויעט געווארן, מיר האפן און ווארטן אויף איר צוריק אויפבוי, און נישט דורך די שטאט ראט פון דשערוזאלעם.