☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » וויכטיגע מודעה איבער איינטריט צום פריוואטן פארום

וויכטיגע מודעה איבער איינטריט צום פריוואטן פארום

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2445

גבאי » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:12 pm

· #65357
וויכטיגע מודעה איבער איינטריט צום פריוואטן פארום
אזוי ווי לעצטענס זענען געווען שוועריגקייטן מיט'ן דורכגיין דעם פראצעדור פון אנגענומען ווערן צום פריוואטן פארום, מאכן מיר א רי-ארגאניזאציע אז ס'זאל קלאפן מהיום והלאה. אלע וואס ווארטן אנגענומען צו ווערן, אפילו די וואס זענען שוין באשטעטיגט געווארן דורך א מנהל, זאלן זיך פריש מעלדן צו מיר.
אלעס בנוגע דעם פריוואטן פארום זאל מען שרייבן צו מיר אין אישית, און נישט צו די אנדערע מנהלים און אחראים, און אויך נישט צו מידת הדין.

לעמיל » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:20 pm

· #65364
אפי' די וואס זענען שוין איינגעשריבען דארפען זיך מעלדען?

גבאי » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 7:51 pm

· #65394
ניין.

לעמאן דזשוס » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 9:24 pm

· #70640
ווייסט איינער ווי די גבאי איז פארלארן געגאנען

איך שיק פארלאנגען, בקשות פאר מיין איינטריט קארטל און מיינע רופן פאלן אויף טויבע אויערן

איך רוף א פאבליק הירינג

א טאון האלל מיטינג ליבערשט

זר זהב » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 9:26 pm

· #70642
האסט דערווייל נאר געלייקט 38 מאל. כדי אריינצוגיין אין פרגוד דארף מען געבן 150 זאכליכע לייקס

לעמאן דזשוס » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 9:39 pm

· #70650
נעם דיר צוויי

ענדע צדיק » דינסטאג יאנואר 1, 2013 3:08 pm

· #74358
איך בין היפש ניי דא,
איך ליין און זעטיג זיך אן פון די אלע רייכע אשכולות,
וואס איז דאס די פריוואטע פארום?
וואס ווערט דארט דיסקאסירט?
און וויאזוי קומט מען אן אהין?

גבאי » דינסטאג יאנואר 1, 2013 4:17 pm

· #74377
זע דא:
<a class="postlink" href="/topic/471">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=12&t=471</a>
און דא:
<a class="postlink" href="/topic/868">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=12&t=868</a>

יתרו » מיטוואך יאנואר 2, 2013 11:16 pm

· #77357
לעמאן דזשוס
ווייסט איינער ווי די גבאי איז פארלארן געגאנען

איך שיק פארלאנגען, בקשות פאר מיין איינטריט קארטל און מיינע רופן פאלן אויף טויבע אויערן

איך רוף א פאבליק הירינג

א טאון האלל מיטינג ליבערשט

למעשה האט מען דיך אריינגעלאזט צום סוף ?
און אויב נישט פארוואס?
און אויב יא פארוואס האט ער זיך נישט וויסענדיג געמאכט גלייך?

דעתי הענייה » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:51 am

· #82029
ווילאנג איז נארמאל עס זאל נעמען פון ווען מען שיקט אן הודעה ביז מען באקומט אן אנטווארט?

לעמיל » מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:30 pm

· #83696
דעתי הענייה
ווילאנג איז נארמאל עס זאל נעמען פון ווען מען שיקט אן הודעה ביז מען באקומט אן אנטווארט?

איך זעי למעשה ביזטו אונגעקומען אינסייד

משולם טענענבוים » מיטוואך פעברואר 6, 2013 9:26 pm

· #85179
וואסי פשט אז כ'ווארט שוין איבער צוויי חדשים פאר פריוואטע פורום ציטריט, כ'האב געשיקט א אישי אין באקומען א אנטווארט צי שיקען א גוגעל טאלק אדרעס כ'האב געשיקט אין דאס איזעס ס'שוין אריבער צוויי חדשים,

נייגעריגער » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 11:03 pm

· #85488
משולם טענענבוים
וואסי פשט אז כ'ווארט שוין איבער צוויי חדשים פאר פריוואטע פורום ציטריט, כ'האב געשיקט א אישי אין באקומען א אנטווארט צי שיקען א גוגעל טאלק אדרעס כ'האב געשיקט אין דאס איזעס ס'שוין אריבער צוויי חדשים,

צו וועמען האסטו געשיקט אן אישי?

מים חיים » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:23 am

· #93002
מידת הדין לעבט? נעמט אן אינווייטס אין גוגל טאלק? ליינט הודעה פרטית?

מזכה » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:29 am

· #93004
מים חיים
מידת הדין לעבט? נעמט אן אינווייטס אין גוגל טאלק? ליינט הודעה פרטית?


גבאי
אזוי ווי לעצטענס זענען געווען שוועריגקייטן מיט'ן דורכגיין דעם פראצעדור פון אנגענומען ווערן צום פריוואטן פארום, מאכן מיר א רי-ארגאניזאציע אז ס'זאל קלאפן מהיום והלאה. אלע וואס ווארטן אנגענומען צו ווערן, אפילו די וואס זענען שוין באשטעטיגט געווארן דורך א מנהל, זאלן זיך פריש מעלדן צו מיר.
אלעס בנוגע דעם פריוואטן פארום זאל מען שרייבן צו מיר אין אישית, און נישט צו די אנדערע מנהלים און אחראים, און אויך נישט צו מידת הדין.

חשבון » זונטאג מערץ 10, 2013 5:57 pm

· #95294
היינט געשיקט א פארלאנג. עמער זען ווי לאנג עס נעמט