טעפלהדד בן בדדווילאנג א מענטש לעבט איז ער נישט דערנאך. אמנון יצחק איז נאך א אינגער מענטש, און זייער א ענערגישער מענטש, און א געוואלדיגער בעל כשרון. ווען עובדי' יוסף איז געווען אזוי אלט ווי ער איז ער געווען סאך א גרעסערער גארנישט ווי אים.
ער איז יעצט אביסל צוקלאפט ווייל ער האט געכאפט א געזונטן פליק, און ער עקט א היבש ביסל ווי א סאור לוזער, אבער אויב וועט ער זיך צוריק כאפן (בדרך הטבע דארף דאס געשעהן, כאטש מען קען נישט וויסן) און צוריק ווערן דער אייגענער אמנון, קען ער נאך זייער ווייט אנקומען.
אנטשולדיגס ווען
הרב עובדיה יוסף איז געווען זיין עלטער איז ער ארומגעגאנגען און אויפגעטוען פאר אידישקייט אינעם גאנצען לאנד, זיי נישט מזלזל און גלייך נישט צו דעם...אמנון צו הרב עובדיה.
איימסארי, איך האב נישט געוויסט אז דו ביסט א חסיד פון "הרב" עובדי' יוסף און איך האב דיך נישט געוואלט ווייטון. אלנספאלס, איך האב נישט אויסגעלאזט דעם הרב צוליב זילזול.
און לגבי צוגלייכן איז אזוי. אין פאליטיק איז אלעמאל אויסגעהאלטן צוצוגלייכן סיי וועמען, הרב עובדי' איז געווארן א פאליטיקאנט, און יעצט איז הרב אמנון אויך אריין אין פאליטיק, און דעריבער איז קלאר יא אויסגעהאלטן זיי צוצוגלייכן.
אבער אן דעם אלעם, האב איך נישט צוגעגליכן די צוויי מענטשן פערזענליך. (ווען איך שרייב אז סטאלינ'ער רבי למשל, אדער פאפא רבי, איז א גרעסער רבי פון סקולענער רבי, האב איך זיי פארגליכן? איך מאך איינעם גרעסער פונעם אנדערן?) איך האב ארויסגעברענגט א נקודה אז אמנון יצחק לעבט, און ער איז נאכנישט קיין גאנצע זעכציג יאר אלט. ווען עובדי' יוסף (סארי, הרב עובדי' יוסף) איז געווען אין זיינע יארן, איז ער געווען רב הראשי לישראל (נאכן ארויסשטויסן דעם פריערדיגן רב הראשי און אנזייען אסאך בייז בלוט צווישן די ספרד'ישע רבנים), און ער איז נישט ארומגעגאנגען אין ערגעץ אויפטוען פאר אידישקייט. אמת, ער איז געזעצן און געלערנט טאג און נאכט, אבער ארום געפארן אויפטוען פאר אידישקייט איז ער נישט.
די גאנצע ש"ס פארטיי איז אויפגעשטעלט געווארן דורך הרב שך אין די אנהייב מ' יארן, כדי צו פליקן די חסידים און אגודה, און הרב שך האט געשטעלט הרב עובדי'ן אויף זיין פאזיציע, און פאקטיש איז הרב שך געווען דער מורה דרך פון ש"ס ביז הרב יוסף האט אים געוויזן אז ער פייפט אריין אין אים און איז אין די אנהייב נ' יארן צוגעשטאנען צו די לינקע קאאליציע קעגן דעם פסק פון הרב שך.
עכ"פ, הרב עובדי' איז געווארן אזוי גרויס ווי ער איז, בעיקר דורך דעם ש"ס פארטיי וועלכע האט אויפגעשטעלט מוסדות און חדרים אין אלע שטעטלאך אין ארץ ישראל פאר די ספרדים, און האט אויפגעבויעט ארום זיך א ריזיגער פאליטישער פארטיי. איך מאך נישט אוועק זיין אמת'ע גרויסקייט, אבער זיין גרויסקייט היינט אין ארץ ישראל איז נישט צוליב זיין גאונות בתורה נאר צוליב זיין געלונגנקייט און הצלחה אין פאליטיק.
איך בין נישט קיין חסיד פון אמנון יצחק, אבער איך קען פערצופאל דעם מענטש פערזענליך און איך קען זיינע כשרונות. ער פארט שוין ארום בערך פינף און צוואנציג יאר איבער גאנץ ארץ ישראל און טוט אויף פאר אידישקייט, און האט שוין מחזיר בתשובה געווען טויזענטער אידן (אמנון יצחק האט אויפגעשטעלט שופר בערך א דריי פיר יאר נאכדעם וואס הרב שך האט אויפגעשטעלט ש"ס). דאס איז אויסער דעם וואס פאר אסאך יארן איז ער געזעצן און געלערנט כמה שעות אין טאג און געהאט שיעורים תמידים כסדרן, אפילו נאכן אויפשטעלן דעם שופר ארגאניזאציע (היינט ווייס איך נישט, איך האב שוין נישט געהאט קיין שייכות מיט אים פאר עטליכע יאר) און ער איז גאנץ א שיינער תלמיד חכם (כאטש דא וועל איך אים קיינמאל נישט צושטעלן צו הרב עובדי', אבער א רב איז ער). און ווי איך האב שוין געשריבן, נאך אלע קללות פון הרב יוסף און נאך די גאנצע טעראר, האט ער נאך אלץ אנגעצויגן איבער 28 טויזענט וואוטס. נישט קיין שלעכטער נומער. און ער האט גאר גוטע שאנסן מצליח צו זיין בעתיד. פארגעס נישט הרב יוסף איז שוין נישט קיין אינגערמאן...