☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קאנטעסט מוצ''ש אין בארא פארק ביי סאטמערע דינערס

קאנטעסט מוצ''ש אין בארא פארק ביי סאטמערע דינערס

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2436
בלאט: 1 2

signout » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 1:22 pm

· #64840
קאנטעסט מוצ''ש אין בארא פארק ביי סאטמערע דינערס
ווי יערליך מאכט ר' אהרןס מוסדות אין ב''פ די דינער 2 וואכען בעפאר כ''א כסליו וואס איז אויסגעפאלען פאריגע מוצש''ק, היי יאר האט ר' זלמן לייב צירוקגעקרוקט דיין דינער פאר די סיגוט'ע קהילה אין מוסדות וועלכע קומט געווענליך פאר אנפאנג שבט ארום די עצי חיים'ס יארצייט (מן הסתם וועגן די מסע הקודש), עס זאל זיין די זעלבע נאכט פין ר' אהרן'ס דינער, סוי ביידע רבי'ס האבען אפגעהאלטן גרויסע דינערס דעם מוצ''ש, עס איז געווען א אפציעילע אדער אומפאציעלע קינדערישע קאנטעסט ווער עס האט רוב פין סאטמאר ב''פ, ווער האט פיקטשערס?

מיקוה נייעס » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 1:38 pm

· #64842
זיכער האט ר' אהרן געהאט מער

blauvelt » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 1:41 pm

· #64844
btw the dinner was for siget nacht kollel

a1b2 » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 1:58 pm

· #64847
📎 A8hXi63CAAQlwM2.jpg

מיקוה נייעס » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 2:12 pm

· #64854
עס קוקט אויס צו זיין א פילע אובנאן

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 6:53 pm

· #64956
signout
ווי יערליך מאכט ר' אהרןס מוסדות אין ב''פ די דינער 2 וואכען בעפאר כ''א כסליו וואס איז אויסגעפאלען פאריגע מוצש''ק, היי יאר האט ר' זלמן לייב צירוקגעקרוקט דיין דינער פאר די סיגוט'ע קהילה אין מוסדות וועלכע קומט געווענליך פאר אנפאנג שבט ארום די עצי חיים'ס יארצייט (מן הסתם וועגן די מסע הקודש), עס זאל זיין די זעלבע נאכט פין ר' אהרן'ס דינער, סוי ביידע רבי'ס האבען אפגעהאלטן גרויסע דינערס דעם מוצ''ש, עס איז געווען א אפציעילע אדער אומפאציעלע קינדערישע קאנטעסט ווער עס האט רוב פין סאטמאר ב''פ, ווער האט פיקטשערס?

ווען דען זאל ער מאכן די מלוה מלכה פארן סיגעטער כולל אויב נישט מוצאי-שבת-סיגוט?

פרענטש וואנילע » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 6:59 pm

· #64960
גאנץ א "קיוט" איידיע צו עפענען דעם אשכול, אבער ס'נישט איינגעפירט צו מאכען קיין פארמעסט צווישן א מלוה מלכה פון כולל פון רבינ'ס א זוהן מיט די מסודות פון דעם אנדערען.. קיוט עניוועי.. 😎

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 7:04 pm

· #64966
איי פיל יאר פעין. זאלי-חסיד.
דו און שפיצער-גרעפיקס, האבן איין עצה, קרוך אראפ פון בוים.
מ'דארף נישט זיין די גרעסטע שטערקסטע רייכסטע בלא בלא בלא...
מ'קען זיין א חסידות/קהילה אפילו מ'איז קליין
עניוועי, ענק וויליאמסבורגע האבן נישט דו זכיה, קוקסט צו וועם ענק לויפן, אייזיק ספינקא ועוד.

signout » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 10:47 am

· #65125
פרענטש וואנילע
גאנץ א "קיוט" איידיע צו עפענען דעם אשכול, אבער ס'נישט איינגעפירט צו מאכען קיין פארמעסט צווישן א מלוה מלכה פון כולל פון רבינ'ס א זוהן מיט די מסודות פון דעם אנדערען.. קיוט עניוועי.. 😎

עס איז פשוט אויסגעקומען פינקט די וואך וואס ר' אהרן מאכט די מלוה מלכה?

sunbar » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:11 am

· #65145
פארוואס קען מען נישט מאכן די זעלבע וואך?

היסטאריקער » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:12 am

· #65147
שוין יארן וואס מ׳ מאכט עס מוצ״ש פאר דעם עצ״ח זצ״ל׳ס יארציייט, פארוואס האט מען עס היייאר געמאכט יעצט?

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:14 am

· #65149
איך האב געהערט אז דער עצי חיים'ס יארצייט גייט דעי יאר געפאלן אלף שמות האבן זיי נישט געוואלט מאכן דעם דינער דאן.

קלאר » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:42 am

· #65165
ווער געדענקט ווי די זאליס פלעגן די טענ'ן אז עכט האבען זיי די רוב אין ב''פ
אין די סיבה פארוואס ביי דינער פאר די מוסדות איז דא אזא עולם איז ווייל זייער מענטשן גייען אויך (נישט קיין זשאוק)

היי יאר וועלן זיי דארפן טרעפן א פרישע ספין
די ארונישע דינער האט נישט אויסגעקוקט שוואכער פין די לעצטע יארען - אויב עפעס א שענערע עולם

קלארק » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:45 am

· #65166
קלאר קלאר קלאר שרייב שוין ווייניגער שטוסים. קיינער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט און דו געדענקסט פון דיין חלום ארויס. דע ארונים זענען מסתם עפעס מער און בארא פארק אבער נישט מיט קיין סאך.

קלאר » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:47 am

· #65168
קלארק
קיינער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט און דו געדענקסט פון דיין חלום ארויס. דע ארונים זענען מסתם עפעס מער און בארא פארק אבער נישט מיט קיין סאך.


שרייבסט: קיינער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט און איך געדענק עס פין חלום ארויס
איך וויל נישט ח''ו אנצייכענען אז די ווערסט ווידער נכשל מיט שקר במילתא דעבידא לגלי'
נאר פשוט עטליכע וואס האבען עס געזאגט ברבים

דער איד
שאול פערלשטיין
שניאר קליין
ווילסט נאך?

בד''וו דיין ניק געפעלט מיר זייער
פארוואס קענסטו מיך נישט ענטפרן מיט דיין געהעריגע ניק?

קלארק » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:51 am

· #65170
ס'קען טאקע זיין אז די ארונים זענען ווייניגער, מסתם ווייסן יענע בעסער. מיין שאצונג איז אז ארונים זענען עטוואס מער מיט א משהו

קלאר » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:58 am

· #65172
קלארק
ס'קען טאקע זיין אז די ארונים זענען ווייניגער, מסתם ווייסן יענע בעסער. מיין שאצונג איז אז ארונים זענען עטוואס מער מיט א משהו

האלטען מיר ערגעץ, פריער איז עס געווען מיין חלום, יעצט ווערט עס שאול'ס חלם

כ'האב נישט ערווארטעט מער ווי א מודה במקצת
אבער די דינער מוצ''ש האט אסאך געדעקט פאר די וואס האבען זיך געוואלט איינרעדן

קלארק » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:03 pm

· #65176
אויב שאול זאגט אזוי איז עס נישט קיין חלום. און דער דינער דעקט גארנישט. נישט אלע דארט זענען ארונים. דע דינער גייט שוין אן יארן און גענוג עלטערן פון קינדער וואס גייען זענען בכלל נישט ארונים.

קלאר » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:32 pm

· #65191
קלארק
אויב שאול זאגט אזוי איז עס נישט קיין חלום. און דער דינער דעקט גארנישט. נישט אלע דארט זענען ארונים. דע דינער גייט שוין אן יארן און גענוג עלטערן פון קינדער וואס גייען זענען בכלל נישט ארונים.


אה, יעצט זאגסטו עפעס וואס איך האב {לשיטתך} פריער ''ג'חלומט''.... איך מאך פראגרעס

אבער גארנישט קומט נישט צי די פערל'דיגע ווערטער ,,אויב שאול זאגט אזוי איז עס נישט קיין חלום. ,, 👍 👍 👍
האט ער דאך יא גיט געזאגט, 'אלעס בלייבט ביים אלטען'

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 11:12 am

· #65562
אז מ'רעט שוין יא, סתם כדי צו דערמאנען די זאליס האבן שוין א היסטאריע צו שפילן פאליטיק מיט די בארא פארקע דינער,
נאך סאך בעפאר זיי האבן געהאט אייגענע מוסדות
נאך בימי הברך משה,
האט זייער רבי ר' זלמן לייב נישט געלאזט זיין טאטע ערשיינען צום יערליכן דינער פון די 3'טע גרעסטע מוסדות תחת נשיאותו,
ר' אהרן פלעגט נאך דעמאלטס מיטאמאל ערשיינען,
די זאכן פארגעסט מען,
אבער אז מ'טראכט צוריק ווי וואסערע קריאזע ווילדע זאכן דער סעפאסעדלי קלוגער סאלידער רבי האט געטאן
איז ממש מיינד באגלינג,

קלארק » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 11:20 am

· #65565
גאלד איך באווינדער דיין זכרון!! איך דענק אבער נאך מער מיין זאלוינישע פרענד האט מיר געזאגד דעמאלטס אז רז"ל האט שוין איין יאר געוואלט לאזן דעם ברך משה זי"ע גיין נאר דאס ווייב חי' שרה האט ניישט מסכים דעווען! נישט פארגעסן פון די שפיץ ווייבעלע זי איז אויך אסאך שולדיג אין וואס איז פארגעקומען. ס'געגאנגען אזוי ווייט אז ס'האט אויסגעבראכן א מחלוקה אויף הויעכע טענער פארשטייט זיך די ווייב האט געווינען

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 11:42 am

· #65576
דער פרט גראדע געדענק איך לגמרי נישט, זעהט אויס כאב נישט אזא גוטן זכרון,

פרענטש וואנילע » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 11:53 am

· #65591
למעשה הער איך האבען די וועלץ מוסדות אויכעט געהאט א שיינעם עולם, ווי מער מוסדות וווי מער דינערס יגדיל תורה ויאדיר...

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 11:56 am

· #65594
איז "וועלץ" מוסדות א נייע קאפשטיק?

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:00 pm

· #65599
גראדע נישט. איך האב שוין לאנג געהערט דעם אויסדריק אפילו פון ארונים.

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:06 pm

· #65603
אהא, לאן יגענו, א פאלנער בעה"ב זאל האבן 4 מאל א גרעסערע מוסדות ווי דער רבי'ס מוסדות

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:07 pm

· #65606
ס'וועט נישט נעמען לאנג, עיין ערך מתיבתא קר"י

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:12 pm

· #65608
מוז אזוי זיין, ס'דאך פשוט נישט מעגליך אז א בעה"ב זאל האבן אזא גרויסער סאטמארע מוסד,

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:13 pm

· #65610
אמת. איך ווינדער זיך נאר פארוואס דער מתיבתא איז אונטערגעגאנגען

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:16 pm

· #65614
איך וואונדער מיך אויך, איך בין לעצטענס געווען דארט ביי די מתיבתא, קיין נפש חי' נישטא דארט, טשיפמאנקס און קעץ לויפן ארום די טונקעלע קארידארן,

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:18 pm

· #65617
גאלד
טשיפמאנקס לויפן ארום די טונקעלע קארידארן,

האסט גוט געזען!! דיין איי סייט מוז זיין 20/20

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:26 pm

· #65624
ס'געווען זייער spooky, איך בין אריין אין בנין, מ'הערט נישט קיין קול, איך שריי "האלא!!! עני באדי היר!!!" גארנישט, איך קלאפ פון איין טיר אויפן אנדערן, נאר א ווידער קול הער איך,

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:27 pm

· #65625
אקעי גענוג מיט די FUN,
אי"ה המשך נעקסט טיים,

קלאר » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 2:04 pm

· #65665
קלארק
גאלד איך באווינדער דיין זכרון!! איך דענק אבער נאך מער מיין זאלוינישע פרענד האט מיר געזאגד דעמאלטס אז רז"ל האט שוין איין יאר געוואלט לאזן דעם ברך משה זי"ע גיין נאר דאס ווייב חי' שרה האט ניישט מסכים דעווען! נישט פארגעסן פון די שפיץ ווייבעלע זי איז אויך אסאך שולדיג אין וואס איז פארגעקומען. ס'געגאנגען אזוי ווייט אז ס'האט אויסגעבראכן א מחלוקה אויף הויעכע טענער פארשטייט זיך די ווייב האט געווינען


מאך נישט חוזק פאר דיין רבי אפ'י אינטער דיין קלארק ניק

קלאר » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 2:05 pm

· #65667
זר זהב
אמת. איך ווינדער זיך נאר פארוואס דער מתיבתא איז אונטערגעגאנגען

באלד וועסטו דיך ווינדערען פארוואס די מוסדות אין וויליאמסבורג איז אינטערגעגאנגען

אבי גערעדט » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 2:11 pm

· #65670
זר, די קענסט נישט קאמפלעינען אויף ר' אהרן מער, שטעל דיך פאר אז ער עקזיסטירט ווען נישט, אדער שטעל דיך פאר די ביסט ווען א בעלזער (אפשר ביסטו גאר...) וואס וואלסטו געטון מיטן לאנגן ליבן טאג?

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 3:06 pm

· #65692
אבי גערעדט
זר, די קענסט נישט קאמפלעינען אויף ר' אהרן מער, שטעל דיך פאר אז ער עקזיסטירט ווען נישט, אדער שטעל דיך פאר די ביסט ווען א בעלזער (אפשר ביסטו גאר...) וואס וואלסטו געטון מיטן לאנגן ליבן טאג?


דאס וואס דו און דיין אילק וואלטן געטון ווען כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר וואלט נישט עקזיסטירט

היסטאריקער » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 3:28 pm

· #65699
זר זהב
אבי גערעדט
זר, די קענסט נישט קאמפלעינען אויף ר' אהרן מער, שטעל דיך פאר אז ער עקזיסטירט ווען נישט, אדער שטעל דיך פאר די ביסט ווען א בעלזער (אפשר ביסטו גאר...) וואס וואלסטו געטון מיטן לאנגן ליבן טאג?


דאס וואס דו און דיין אילק וואלטן געטון ווען כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר וואלט נישט עקזיסטירט


צוריק זאגן די זעלבע זאך פאסט פאר איינעם מיט שכל פון א דריי יעריג קינד

אבער וואס קען מען טון אז מ׳ האט נישט וואס צו ענטפערן

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 3:30 pm

· #65700
ווער זאגט איך בין שוין 3?

היסטאריקער » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:04 pm

· #65709
נאכאמאל גענטפערט צו די זאך

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:07 pm

· #65710
וואס פארשטייסטע נישט? פרעג מיין קינד

היסטאריקער » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:29 pm

· #65721
אנטשולדיגט פאר׳ן טרעפן

אויף דיינע זאכליכע תגובות וועל איך דיר ענטפערן אי״ה (אז איך וועל האבן וואס)

דא געב איך דיר דאס לעצטע ווארט

פרענטש וואנילע » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 9:51 am

· #65893
גאלד
איז "וועלץ" מוסדות א נייע קאפשטיק?

איך האב געהערט די בארא פארקע רופען עס אזוי, סאיז גאנץ נערמאל צו רופען א מוסד אויפע'ן נאמען פון די "אונער" (באסס בלע"ז)...

גאלד » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:35 am

· #65924
דעמאלטס איז דער וועלץ א רעפונירטע שווינדלער ווייל אויף די לעדערהעט, באסעס, סיינס, שרייבט ער "סאטמאר" אן קיין זכר פון "וועלץ",

פרענטש וואנילע » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:55 am

· #65927
גאלד
דעמאלטס איז דער וועלץ א רעפונירטע שווינדלער ,

דאס טענה'ט טאקע די אריגינעלע הנהלה פון די ב.פ. מוסדות ביי דין תורה..

קליגער איד » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 12:04 pm

· #65930
לויט ווי איך אני הקטן קליגע איד קוקוט אן די מצב גייט צד מהרז"ל זיין זייער אויסגעשפיעלט היי יאהר כ"א כיסליו פאר א פאר סיבת.. 1] ווייל עס גייט נישט זיין און ווילימסבורג גייען אטאמאטיש ווייניגער מענטשן קומען.. 2] זיי האלטן יעצט אינמיטן ארבעטען פאר די גרויסע חתונה וואס גייט זיין און א"י געבן זיי זיך נישט אזוי אפ פאר די כ"א כיסליו מעמד 3] עס איז אימיטן די וואך קומען וויניגער מענטשן ווי די פאריגע 2 יאהר ווען איז אויסגעפאלן מצאי שבת ווי געזאגט איז דאס מיין בליק ווער עס וויל מעג זיך קריגען מיט מיר

פיינע קאווע » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 12:30 pm

· #65940
קליגער איד, עס גייט אי"ה נישט זיין אויסגעשפיעלט. אויסגעשפיעלט ביי הגז"ל איז נאר ווען מען זיכט ערנסטקייט אדער א דבר תורה. שבועות ביים קרעפל טיש, יארצייט של רבותינו, ערב יוה"ק געזעגענן. הושענה רבה לויפט מען צו ר' טודרוס, צום דיין ריח"מ, אפילו צום לאשאצנער. וכו'
די פאר מאל א יאר ווען ס'איז דא מוזיק אדער פאן ווי נעילת החג, שמחת תורה, הדלקת הנרות ביי חשוף פון יאנקעל אונגער, א רבי'שע חתונה, כ"א כסליו. דעמאלס קומען סיי די וואס ווילן צופיקסען אהרן און סיי דו וואס ווילן פאן, צוזאמען מיט די רינדיגע טישן און ברייטע דורכגענג איז אייביג א פול האוז.
ולסיום הדבר, פערזענליך האב איך שטארק הנאה דערפון. מיינע זאלישע קרובים זענען יעצט מער צופרידענע מענטשען ווי צען יאר צוריק ווען זיי האבן געשאלטן דעם ברך משה טאג און נאכט, עס איז א win win situation

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 12:30 pm

· #65941
א נאו! ס'גייט נישט אויסגעשפילט! טאטי ער טשעפעט מיך!

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 12:32 pm

· #65943
מיר האט איינער געגבן עפעס א נומער א שטיק צייט צוריק וואו מ'קען הערן של"ש תורה פון ר אהרן. וואס זאלכענק זאגן? איך האב געהאט א גאנצע וואך זיך צו קאטשענען פאר געלעכטער. איך האב עס שוין לאנג נישט גערופן.

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 12:40 pm

· #65947
דו לאכסט ווייל דו האסט נישט ווי פאני מהר"זל זאגט תורה יעצט איינמאל האסט געהערט מהר"א ביזטו געוואר געווארן וויפאני מהר"זל זאגט תורה
בלאט: 1 2