☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » 'דער איד' געט נישט אויף

'דער איד' געט נישט אויף

116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2435
בלאט: 1 2 3

אבי גערעדט » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 8:30 pm

· #64646
'דער איד' געט נישט אויף
בלעטערנדיג אין איד די וואך, וואס איך האב אגב הנאה צו דורכקוקן זינט זיי האבן אויפגעהערט שרייבן מיעוס קעגן א מנהיג בישראל, אין ווי אויך האבן זיי שטארק פארבעסערט זייער תוכן, האב איך מיך אנגעשטויסן אין א 'אומשילדיגע' העצעריי בריוו וואס איך האלט ס'איז אינטערעסאנט מיטצוטיילן מיט די ליינער דא
📎 1353892065272.jpg

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 8:33 pm

· #64648
מיינסט אשפר די לעיקוואודע מסיבה וואו מהר"א האט זיך באטייליגט? פארוואס איז עס העצעריש? מ'האט דארט גערעדט ענגליש, ניין?

איז עס נישט היפאקריטיק אז מהר"א זאל זיך דארט באטייליגן?

גאלד » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:56 pm

· #64714
ניין לגמרי נישט
ר' אהרן איז דארט געווען א גאסט
די כנסי' איז נישט פארופן געווארן מטעמו
ער האט נישט געשיקט סאטמארע חסידים אהין
סהאט גארנישט געהאט מיט סאטמאר
אויסער אז דער רבי איז דארט געווען א גאסט פאר א האלבע שעה
ווידער סיטי פיעלד האט עס געזאלט זיין אז סאטמאר איז א שיתוף אין די כינוס די אגענדע איז מיט די הסכמה פון אלע קהלות,
ממילא אז סאטמאר זאל מאכן א אסיפה מיט ענגלישע רעדנער איז א פורץ גדר,
סגארנישט אנדערש ווי ווען א רעדנער זאל זיך אויפשטעלן רעדן ענגליש אין ראדני
והדבר פשוט מאוד

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:58 pm

· #64716
מ'קען עס דעבאטירן. דאס מאכט נאך נישט דעם בריוו 'העצעריש'

גאלד » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:07 pm

· #64717
איך וואלט עס טאקע נישט אנגערופן 'העצעריש' ענדערש 'אידיאטיש'

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:11 pm

· #64719
אקעי. אייל טעיק דעהט, פון דיין פראספעקטיוו.

sunbar » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:13 pm

· #64720
זר"ל, האלט זיך איין פון ענפערן ווייטער. עס ארבעט פילפאכיג בעסער...

שרייבער » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:21 pm

· #64725
ס'גארנישט, ס'באדערט אביסל ווען דער אייגענער מנהיג האט זיך נישט געקענט באטייליגן ביי אזא גרויסע כינוס זייענדיג טרוד במילי דשמיא בקרית חוצות

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:23 pm

· #64727
ס'באדערט אביסל??? סציפט שרעקליך!!! ס'נישט צום אויסהאלטן!!!

אבי גערעדט » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 4:13 am

· #64769
זר זהב
מ'קען עס דעבאטירן. דאס מאכט נאך נישט דעם בריוו 'העצעריש'


אממממ נישט העצעריש? ווען איך ליין ווען נישט דעם בריוו וואלט איך דיך אפשר געגלייבט, אבער ווען עס ליגט אין דער בריוו פעך אין שוועבל אין זויערע ליצנות, איז עס שוין איינמאל געהעצט, עס ווייזט זיך אויס אז מען מיז לאזן די פעך אין שוועבל באזיצערס אויסגעבן זייערע בויך דריקענישן עווערי נאו ענד דען. (איי פארוואס ביסטו נאך אלס ביזי דערמיט, ווען די ביסט דאך די געווינער, אין ר'אהרן די פארלירער אין די נושא?).

אוי טאטי » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:33 am

· #64802
אנאנים, יעצט האט דיר זר'ל באצאלט?..

signout » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:53 am

· #64809
די פריעדיגע רבנים צו ר' אהרן זעלבסט האבען זיך זעלבסט קיינמאל נישט באטייליגט ביי לעיקוואדער מסיבות? וואס פאר פארגלייך איז דאס צו סיטי פיעלד ווען מאיז א חלק פין א כינוס ווי מען שיקט אהין דעם ציבור? אבער דאס איז נישט אינטערסאנט צו דיסקאסירן, ר' אהרן איז היינט א זעלטן שטארקע מנהיג אין אים גייט גאנץ ווייניג אן וואס די גאס זאגט, איך האב נישט געוויסט אז די איד איז נאך אלס ביזי אים צו באזידלען, א מין קראנקע צייטונג

אבי גערעדט » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 4:26 pm

· #64900
די עוולה פון דער איד איז, אז זיי שפילן דא קאזאק הנגזל, ממש כאילו זיי ווייסן בכלל נישט וואס די מיליהאוויצע תקנות זענען, איך גיי יעצט אריינשיקן א בריוו צו זיי אין אויף א שיינע אופן מסביר זיין די חילוק פון די צוויי כינוסים, לאמיר זעהן צו זיי וועלן עס אריינלייגן די וואך, איך וועל מיך אפילו אהערשטעלן אלץ זאלי אין אויסרימען דארט האדמו"ר מהרז"ל (איך האף נאר זיי ליינען נישט קאווע שטיבל...) אויב לייגן זיי עס אריין, מעק איך אויס די אשכול אין איך וועל זיי געבן פול קרעדיט

signout » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 5:01 pm

· #64907
וואס א נפקא מינא, ווען איך שיק אזא בריוו קעגן מנשה פילאפ וועלן זיי עס נישט אריינלייגן נישט קיין נ''מ וואס איך זאל שרייבן, קוקט אויס ווי אפאר טיפשום פירן די גאנצע צייטונג

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 5:13 pm

· #64913
לויט ווי איך האב געהערט איז דער סאטמאר'ע רבי טאקע נישט געווען ביי קיין ענגלישע דרשות. די רבי איז נאר דארט געווען ווען הרב אליהו בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג האט גערעדט "אין אידיש!"

גאלד » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 5:22 pm

· #64916
[ציטאט אראפגענומען]

הדבר פשוט מאוד ואין לי כח וגעדולד להאריך,

נאכאמאל בקיצור:
דאס קעגנשאפט פון ר' אהרן צו געבן די חתימה פאר סיטיפיעלד,
איז לגמרי נישט געטריבן געווארן צוליב "פרומקייט",
אדער ווייל ער איז א גרויסער מחמיר אין לשון העמים,
לא מינהו ולא מקצתו, סהאט מיטאמאל געהאט די משמעות,
זיין גרויסע פראבלעם און מיט רעכט,
איז דאס "ברעכן א פרינציפ" וואס מ'האט "קיינמאל" געבראכן בעפאר,
פורץ זיין א גדר וואס איז געווען מוגדר עד הלום,
דהיינו, אז "סאטמאר" זאל זיך אנשליסן און זיין א גלייכער שיתוף אין א כנסי',
ווי די דרשות בעניני חיזוק הדת, "אדרעסירט צום המון", זאל מען רעדן בלשון העמים,
סאטמאר האט דאס זייטן תקנות מיהאלאוויץ "קיינמאל" געבראכן,
ווידער צו זיין א גאסט אין די פרעמד
ווי מ'איז נישט בעה"ב
און מ'געט קיין שום הסכמה אדער הכשר אויף די אגענדע,
דאס כבר הי' לעולמים אפי' הדברי יואל זצ"ל,
מיט דעם איז מען נישט קיין פורץ גדר,

דער בריוול אין דער איד, איז אדער קורצקעפיגקייט אדער ריינע דעמאגאגיע ולצנות,

פרענטש וואנילע » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 6:53 pm

· #64955
מ'ברעכט זיך קאפ פאר גארנישט, ס'איז זייער פשוט, ביים כינוס כלל ישראל וואס איז פאררופן געווארן דורך אלע רבני ומנהיגי כלל ישראל און יענער געוויסער מנהיג האט נישט געקענט זיין בראש, און יטישט נעמען די קרעדיט, און נישט האבן די צענטראלע בילדער, איז עס געווען אסור באיסור גמור בחרם ובקונם און תקנות מיהאלעוויץ, און מתחבר לרשעים, ועוד ועוד...

מה שאין כן ביי די לעיקוואודער מסיבה וואו מ'האט געקענט זיצן בראש המסובים און ווערן פעסט פאטאגראפירט ס'זאל זיין בילדער לשם ולתפארת אין אלע צייטונגען און פיקטשער בוקס, איז אין כאן לא חרם ולא קונם או איסור, נישט קיין תקנות מיהאלעוויץ, נאר א קום ועשה...

און דער בריוו אין דער איד ברענגט עס ארויס קליפ און קלאר צוקער זיס..

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 7:01 pm

· #64962
שעפטל
לויט ווי איך האב געהערט איז דער סאטמאר'ע רבי טאקע נישט געווען ביי קיין ענגלישע דרשות. די רבי איז נאר דארט געווען ווען הרב אליהו בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג האט גערעדט "אין אידיש!"

כדי שלא יכשל אותו צדיק

דעס קען זיין בדערעכעפשר די כוונה אין מדרש: רצון יראיו יעשה ואת שועתם ישמע ויושיעם, את קולם לא נאמר אלא שועותם, הה"ד שלא שינו את שמם ולשונם.

אז איינער איז נאך פקפק אז ס'איז דא א פראבלעם אין ענגלישע דרשות היינט צו טאגס, דאן בין איך מסופק אויב עמדו אבותיו על הר סיני, ווייל צו דער "עם חכם ונבון" געהערט ער זיכער נישט

פרענטש וואנילע » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 7:03 pm

· #64965
שעפטל
לויט ווי איך האב געהערט איז דער סאטמאר'ע רבי טאקע נישט געווען ביי קיין ענגלישע דרשות. די רבי איז נאר דארט געווען ווען הרב אליהו בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג האט גערעדט "אין אידיש!"


איז נאר די שאלה צו ביים כינוס כלל ישראל האט מען נישט געקענט קומען אויף דעם געניאלען בייפאל...

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 7:07 pm

· #64967
דו זאלי, כ'האב געמיינט דו האסט דעת להבחין.
מהר"א האט געוויזען גבורה ווען ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס (נישט מיינס) טראץ די גרויסע לחץ
משא"כ אחיו הקטן האט עפעס נישט געוואוסט געהעריג ביז עפעס די לעצטע מינוט, און א וואך שפעטער געמאכט עפעס אן אייגינע מיט שאפראנע רב....
לא-לנו

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 7:15 pm

· #64971
קאט די קרעפ.

גאלד » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 7:37 pm

· #64977
פרענטש וואנילע
מ'ברעכט זיך קאפ פאר גארנישט, ס'איז זייער פשוט, ביים כינוס כלל ישראל וואס איז פאררופן געווארן דורך אלע רבני ומנהיגי כלל ישראל און יענער געוויסער מנהיג האט נישט געקענט זיין בראש, און יטישט נעמען די קרעדיט, און נישט האבן די צענטראלע בילדער, איז עס געווען אסור באיסור גמור בחרם ובקונם און תקנות מיהאלעוויץ, און מתחבר לרשעים, ועוד ועוד...

מה שאין כן ביי די לעיקוואודער מסיבה וואו מ'האט געקענט זיצן בראש המסובים און ווערן פעסט פאטאגראפירט ס'זאל זיין בילדער לשם ולתפארת אין אלע צייטונגען און פיקטשער בוקס, איז אין כאן לא חרם ולא קונם או איסור, נישט קיין תקנות מיהאלעוויץ, נאר א קום ועשה...

און דער בריוו אין דער איד ברענגט עס ארויס קליפ און קלאר צוקער זיס..


ריינע רעטאריק און דעמאגאגיע באזירט אויף ריינע קאנספירעסי טעאריעס
וואס איז אין לדבר סוף,
איר זענט ערליך בארעכטיגט עס צו פאנטאזירן,
וואס איך האב געשריבן איז באזירט אויף די ריינער מציאות אן קיין השערות, און דערווייל אומבארירט

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 7:58 pm

· #64979
גאלד

הדבר פשוט מאוד ואין לי כח וגעדולד להאריך,

נאכאמאל בקיצור:
דאס קעגנשאפט פון ר' אהרן צו געבן די חתימה פאר סיטיפיעלד,
איז לגמרי נישט געטריבן געווארן צוליב "פרומקייט",
אדער ווייל ער איז א גרויסער מחמיר אין לשון העמים,
לא מינהו ולא מקצתו, סהאט מיטאמאל געהאט די משמעות,
זיין גרויסע פראבלעם און מיט רעכט,
איז דאס "ברעכן א פרינציפ" וואס מ'האט "קיינמאל" געבראכן בעפאר,
פורץ זיין א גדר וואס איז געווען מוגדר עד הלום,
דהיינו, אז "סאטמאר" זאל זיך אנשליסן און זיין א גלייכער שיתוף אין א כנסי',
ווי די דרשות בעניני חיזוק הדת, "אדרעסירט צום המון", זאל מען רעדן בלשון העמים,
סאטמאר האט דאס זייטן תקנות מיהאלאוויץ "קיינמאל" געבראכן,
ווידער צו זיין א גאסט אין די פרעמד
ווי מ'איז נישט בעה"ב
און מ'געט קיין שום הסכמה אדער הכשר אויף די אגענדע,
דאס כבר הי' לעולמים אפי' הדברי יואל זצ"ל,
מיט דעם איז מען נישט קיין פורץ גדר,

דער בריוול אין דער איד, איז אדער קורצקעפיגקייט אדער ריינע דעמאגאגיע ולצנות,

דער גרעסטער לץ בוזטו! דאס ווייסט יעדער בר דעת אז ס'איז "קיינמאל" נישט געווען אין די היסטאריע פון כלל ישראל אזא סכנה ווי עס איז דער אינטערנעט, גייסטו מיר איינרעדן אז מיהאלוויץ שמיהאלוויץ איז דער פראבלעם? דו מיינסט מיר זענען סלאו? גייסט איינעם איינרעדן אז דיין רבי האט געמיינט עפעס תקנות דא? (אויב טאקע יא ווייזט עס ווי שעדליך ער איז! ער ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס! און ב"ה אז סאטמאר האט א צווייטן רבי'ן א בר דעת) דער אינטערנעט פראבלעם איז עפעס וואס מ'האט נישט פארגעזען, און יעדער גדול האט עס געשטיצט! אפילו דער וואס האט געהאט קריטיק דא און דארט האט נאך אלץ געהאלטן פאר די אויגן א דא קומט פאר עפעס גרעסערס וואס מוז זיין א סוקסעס און מ'טאר עס נישט שטערן.

דו שרייבסט נאך: "און מ'געט קיין שום הסכמה אדער הכשר אויף די אגענדע".. וואו איז נאך דא א גרעסערע הסכמה ווי זיך באטייליגן???
--------
און ווער נאך ווי דיין רבי ווייסט אז מ'מוז אמאל טוישן א פרינציפ? זאל איך דא אראפברענגען וואס דער געוועזענער קר"י רב האט געזאגט איבער מאכן פייערס אום ל"ג בעומר?!? וואסערע קולות ער האט דארט געמאכט אז צו מאכן א פייער האט נישט קיין פשט און מ'האט עס קיינמאל נישט געזען... וואס טוט ער היינט? פאר אביסעלע כבוד און בילדער?

איך וויל נישט אראפברענגען יענע דרשה צוגעטשעפט צו א יו טוב קליפ ווי דיין רבי צינדט אן א גיגאנטישן פייער ל"ג בעומר. וועסט מיר נאך אנרופן 'העצעריש' און 'דעמאגאגיש'..

לץ איינער!!

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 8:40 pm

· #64990
סאטמאר דערמאנט מיך פון דער מענטש וואס האט זיך קיינמאל נישט געוואשן און געהאט א געפערליכער ריח, און ער האט אלס געזאגט אז ער עקלט זיך צו שטיין נעבן אנדערע מענטשן...

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 8:40 pm

· #64991
דו מיינסט דיין ווייב?

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 8:43 pm

· #64992
מיין ווייב איז נישט קיין מענטש...

פיינע קאווע » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 10:45 pm

· #65026
אנאנים, דו פארשטייסט נאך אלס נישט? וועל איך דיר מסביר זיין בקיצור
דער בעל דברי יואל און אחריו בעל ברך משה זי"ע זענען כמ"פ געגאנגען אויף באזיכן צו אסאך גדולי תורה דאהי און בפרט אין ארץ ישראל , צו א גרויס חלק פון זיי וואלטן זיי נישט געלאזט אונז חסידים גיין צו א טיש אדער אין זייער ישיבה מקבל זיין מוסר אדער תורה.
א וועלט'ס רבי און מנהיג ווי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר וואס מנהיגי וגדולי התורה קוקן ארויס אויף זיין חיזוק, גייט שטיצן א עדה קדושה אין לעיקוואד איז א גרויסע נפק"מ ווי שיקן זיין גאנצע קהל צו א כינוס ווי זיין פעטער דער בעל דברי יואל וואלט לפי דעתו נישט געשיקט מקבל זיין מוסר מחמת כמה טעמים וואס מען האט שוין דא אויסגעדראשען ואכמ"ל.

ר' יאנקל איך בין דיר מסביר כיד ה' הטובה ווייל איך האלט אולי ווילסט טאקע פארשטיין, אז נישט שטעל זיך אין די ליין מיט די אנדערע קליגע לייט וואס האבן די וועלטס צייט און פירקלען אן יעדע אשכול 24/7 מיט גרויסע ווערטער לץ. און דאן קענסטו האבן דאס לעצטע ווארט געזינטערהייט

ראדני_שדכן » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:44 pm

· #65042
איך ווייס נישט פארוואס מען רייסט אראפ דער איד, רייסטס ענדערש אראפ חיים שלמה פישער וואס ער האט אריינגעשיקט די בריוו, מערקט סוף פונעם בריוו ווי ער שרייבט זיך אונטער זיין נאמען ח.ש.פ.

גאלד » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 1:32 am

· #65066
זר זהב
גאלד

הדבר פשוט מאוד ואין לי כח וגעדולד להאריך,

נאכאמאל בקיצור:
דאס קעגנשאפט פון ר' אהרן צו געבן די חתימה פאר סיטיפיעלד,
איז לגמרי נישט געטריבן געווארן צוליב "פרומקייט",
אדער ווייל ער איז א גרויסער מחמיר אין לשון העמים,
לא מינהו ולא מקצתו, סהאט מיטאמאל געהאט די משמעות,
זיין גרויסע פראבלעם און מיט רעכט,
איז דאס "ברעכן א פרינציפ" וואס מ'האט "קיינמאל" געבראכן בעפאר,
פורץ זיין א גדר וואס איז געווען מוגדר עד הלום,
דהיינו, אז "סאטמאר" זאל זיך אנשליסן און זיין א גלייכער שיתוף אין א כנסי',
ווי די דרשות בעניני חיזוק הדת, "אדרעסירט צום המון", זאל מען רעדן בלשון העמים,
סאטמאר האט דאס זייטן תקנות מיהאלאוויץ "קיינמאל" געבראכן,
ווידער צו זיין א גאסט אין די פרעמד
ווי מ'איז נישט בעה"ב
און מ'געט קיין שום הסכמה אדער הכשר אויף די אגענדע,
דאס כבר הי' לעולמים אפי' הדברי יואל זצ"ל,
מיט דעם איז מען נישט קיין פורץ גדר,

דער בריוול אין דער איד, איז אדער קורצקעפיגקייט אדער ריינע דעמאגאגיע ולצנות,

דער גרעסטער לץ בוזטו! דאס ווייסט יעדער בר דעת אז ס'איז "קיינמאל" נישט געווען אין די היסטאריע פון כלל ישראל אזא סכנה ווי עס איז דער אינטערנעט, גייסטו מיר איינרעדן אז מיהאלוויץ שמיהאלוויץ איז דער פראבלעם? דו מיינסט מיר זענען סלאו? גייסט איינעם איינרעדן אז דיין רבי האט געמיינט עפעס תקנות דא? (אויב טאקע יא ווייזט עס ווי שעדליך ער איז! ער ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס! און ב"ה אז סאטמאר האט א צווייטן רבי'ן א בר דעת) דער אינטערנעט פראבלעם איז עפעס וואס מ'האט נישט פארגעזען, און יעדער גדול האט עס געשטיצט! אפילו דער וואס האט געהאט קריטיק דא און דארט האט נאך אלץ געהאלטן פאר די אויגן א דא קומט פאר עפעס גרעסערס וואס מוז זיין א סוקסעס און מ'טאר עס נישט שטערן.

דו שרייבסט נאך: "און מ'געט קיין שום הסכמה אדער הכשר אויף די אגענדע".. וואו איז נאך דא א גרעסערע הסכמה ווי זיך באטייליגן???
--------
און ווער נאך ווי דיין רבי ווייסט אז מ'מוז אמאל טוישן א פרינציפ? זאל איך דא אראפברענגען וואס דער געוועזענער קר"י רב האט געזאגט איבער מאכן פייערס אום ל"ג בעומר?!? וואסערע קולות ער האט דארט געמאכט אז צו מאכן א פייער האט נישט קיין פשט און מ'האט עס קיינמאל נישט געזען... וואס טוט ער היינט? פאר אביסעלע כבוד און בילדער?

איך וויל נישט אראפברענגען יענע דרשה צוגעטשעפט צו א יו טוב קליפ ווי דיין רבי צינדט אן א גיגאנטישן פייער ל"ג בעומר. וועסט מיר נאך אנרופן 'העצעריש' און 'דעמאגאגיש'..

לץ איינער!!

גראדע זאגסטו עפעס וואס איך קען זעהן א פוינט
טענה'סט אז רז"ל האט איינגעזעהן לנחיצות הענין
פארלאנגט זיך צו ברעכן א פרינציפ,
א פארשטענדליכע דערהער,
סאטמאר רבי האט אבער געהאלטן
אז טראץ די חומר הענין פון די אינטערנעט מגיפה
איז פארט נישטא קיין שום תועלת
צו למען השם מאכן א געמישטע אסיפה
מיט כלערעליי קרייזן אין פורץ גדר זיין א גדר שגדרו ראשונים
קוקנדיג צוריק זעהט יעדער בר דעת איין
אז ער איז וואויל גערעכט געווען,
אז איינער וויל זיך דינגן הרשות בידו
אלנספאל איז עס א באזונדערע טעמע,
לענינינו דאס עס מדמה צו סאטמאר רבינס באזוך אלס גאסט צו יענעמס כנסי'
דאס איז זיכער - לפענ"ד - אין לו שחר כפי שבארתי

שרייבער » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 8:22 am

· #65075
פרענטש וואנילע
מ'ברעכט זיך קאפ פאר גארנישט, ס'איז זייער פשוט, ביים כינוס כלל ישראל וואס איז פאררופן געווארן דורך אלע רבני ומנהיגי כלל ישראל און יענער געוויסער מנהיג האט נישט געקענט זיין בראש, און יטישט נעמען די קרעדיט, און נישט האבן די צענטראלע בילדער, איז עס געווען אסור באיסור גמור בחרם ובקונם און תקנות מיהאלעוויץ, און מתחבר לרשעים, ועוד ועוד...

מה שאין כן ביי די לעיקוואודער מסיבה וואו מ'האט געקענט זיצן בראש המסובים און ווערן פעסט פאטאגראפירט ס'זאל זיין בילדער לשם ולתפארת אין אלע צייטונגען און פיקטשער בוקס, איז אין כאן לא חרם ולא קונם או איסור, נישט קיין תקנות מיהאלעוויץ, נאר א קום ועשה...

און דער בריוו אין דער איד ברענגט עס ארויס קליפ און קלאר צוקער זיס..

איך פארשטיי נישט
ביים כינוס כלל ישראל וואלט מען נישט געקענט האבן דעם זעלבן זיץ אויבן אן?
די לעיקוואדע מסיבה איז עפעס זיין קרעדיט?
נאר מען דארף וויסן ווי מבחין צו זיין

שרייבער » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 8:28 am

· #65076
[ציטאט אראפגענומען]


בנוסף דעם פראבלעם פון ענגליש איז געווען נאך א פראבלעם, מען קען נישט רעדן איין שפראך צו גאנץ כלל ישראל, כלל ישראל איז נישט מעור אחד
פונקט ווי דער דברי יואל פלעגט אין די שטאט סאטמאר אין איין שול מעורר זיין אויסצוטון שייטלען און אין שול מעורר זיין אנצוטון שייטלען, שטעל דיך פאר דער רבי מאכט א כינוס פון אלע תושבי סאטמאר
די זעלבע דא אויך, מען קען נישט מאכן תקנות פאר גאנץ כלל ישראל אויף איין מהלך, א תקנה פאר סאטמארע חסידים גילט נישט פאר לעיקוואד און א חומרא פאר לעיקוואד איז ביי סאטמאר א לכתחלה שבלכתחלה

און וואס דארפסטו מער ווי דעם וואס יעדער האט זיך איבערגעצייגט ווי מען האט ארומגעדרייט מיט די ווערטער פון בעל שבט הלוי

(שוין, איך רעד מיך איין איך האב יעצט איינעם קאנווינסט, יעדער בלייבט ווייטער האלטן מיט וואס ער וויל...
נו זאל שוין זיין וישלח...)

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 9:46 am

· #65094
אז דו האסט דיר אליינס קאנווינסט איז מיר פונקט גענוג...

בלא בלא בלא

sunbar » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 9:50 am

· #65097
די סאטמארער רבי איז רבי איבער זיינע חסידים. ער האט כמה פעמים גערעדט וועגן די אינטערנעט. זענען געקומען עטליכע מענטשן און געבעטן ער זאל קומען מיט זיין חסידים צו א פלאץ ווי מען וועט רעדן דערוועגן און זוכן אויפצוטון. יעצט לאמיר זאגן אז איינער פון זיין חסידים האט נישט געפאלגט זיין רבי, וועט ער יא פאלגן אנדערע רבנים? אויב די ענטפער איז יא, דעמאלס איז יענער נישט קיין חסיד, ממילא וואלט ער סייווי געגאנגען.

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 9:53 am

· #65098
sunbar
די סאטמארער רבי איז רבי איבער זיינע חסידים. ער האט כמה פעמים גערעדט וועגן די אינטערנעט. זענען געקומען עטליכע מענטשן און געבעטן ער זאל קומען מיט זיין חסידים צו א פלאץ ווי מען וועט רעדן דערוועגן און זוכן אויפצוטון. יעצט לאמיר זאגן אז איינער פון זיין חסידים האט נישט געפאלגט זיין רבי, וועט ער יא פאלגן אנדערע רבנים? אויב די ענטפער איז יא, דעמאלס איז יענער נישט קיין חסיד, ממילא וואלט ער סייווי געגאנגען.

קוק איבער וויענער רב'ס דרשה וועטיר פאענטפרט ווערן דיין קשיא.

sunbar » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 10:00 am

· #65101
זר זהב
sunbar
די סאטמארער רבי איז רבי איבער זיינע חסידים. ער האט כמה פעמים גערעדט וועגן די אינטערנעט. זענען געקומען עטליכע מענטשן און געבעטן ער זאל קומען מיט זיין חסידים צו א פלאץ ווי מען וועט רעדן דערוועגן און זוכן אויפצוטון. יעצט לאמיר זאגן אז איינער פון זיין חסידים האט נישט געפאלגט זיין רבי, וועט ער יא פאלגן אנדערע רבנים? אויב די ענטפער איז יא, דעמאלס איז יענער נישט קיין חסיד, ממילא וואלט ער סייווי געגאנגען.

קוק איבער וויענער רב'ס דרשה וועטיר פאענטפרט ווערן דיין קשיא.


די סאטמארער רבי דארף נישט קיין רשות פון די וויענער רב.

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 10:02 am

· #65102
ער דארף נישט גארנישט. ער האט געהאט בלויז פאליטישע מאטיוון דא. איך רעד אבער ''צו דיר'' אויב דו ווילסט פארשטיין.

sunbar » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 10:05 am

· #65103
זר זהב
ער דארף נישט גארנישט. ער האט געהאט בלויז פאליטישע מאטיוון געהאט דא. איך רעד אבער ''צו דיר'' אויב דו ווילסט פארשטיין.


צו מיר?

אבי גערעדט » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 10:28 am

· #65109
ס'איז זייער אינטערעסאנט, ווי יעדע זאלי וכו' ווייסט פונקטליך אז ר'אהרן האט געהאט פאליטישע מאטיוון, אין מ'קען זיך ניטאמאל מתווכח זיין דערמיט, הגם קיינער קען נישט אנווייזן וואס די פאליטישע מאטיוון זענען, אין פארוואס עס וואלט געווען א פחיתת הכבוד ווען ער גייט ווען יא, אין וויפיל מאל ער האט זיך געבעטן ביי די עסקנים ורבנים אז מ'זאל מאכן א עקסטערע אין אידיש האט מען זיך אויסגעלאכט פון אים (פארשטייט זיך אז די זאליס ווייסן צו זאגן אז דאס אליינס איז אויך געווען פאליטיק) אבער די עיקר איז אז ער האט געמיינט בלויז זיך אין זיך אין נאכאמאל זיך.

בלייבט נאר איבער די שאלה פארוואס 'אלע' כינוסים נאך סיטי פיעלד האט מען (אין היימישע שטעט) יא געמאכט בלויז אידיש

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 10:32 am

· #65113
איינע פון די מאטיוון זענען געווען צו ווייזן אז ער איז גאר דער אנטי ציוני. אין אנהייב איז ארויס א טענה פון קר"י אז מ'וועט נישט קענען רעדן אויף די מדינה. און דער וואס האט פוטער אויפ'ן קאפ אין די נושא האט געדארפט ווייזן אז ער איז גאר דער עכטער סאטמערער רבי. וד"ל

sunbar » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 10:40 am

· #65117
עס קען זיין אז ער האט געהאט אסאך מאטיוון. ער איז אבער גערעכט ווייל ער דארף נישט פאלגן קיינעם

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 10:41 am

· #65119
ער איז גערעכט אז ער דארף נישט פאלגן, קיינער מוז נישט פאלגן קיינעם. נישט דאס איז דער שמועס דא.

sunbar » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 10:52 am

· #65129
זר זהב
ער איז גערעכט אז ער דארף נישט פאלגן, קיינער מוז נישט פאלגן קיינעם. נישט דאס איז דער שמועס דא.


שוין קען מען אויפהערן האבן טענות. עס זענען דא בעסערע זאכן אויף וואס צו האבן טענות...

signout » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 10:53 am

· #65130
זר זהב
גאלד

הדבר פשוט מאוד ואין לי כח וגעדולד להאריך,

נאכאמאל בקיצור:
דאס קעגנשאפט פון ר' אהרן צו געבן די חתימה פאר סיטיפיעלד,
איז לגמרי נישט געטריבן געווארן צוליב "פרומקייט",
אדער ווייל ער איז א גרויסער מחמיר אין לשון העמים,
לא מינהו ולא מקצתו, סהאט מיטאמאל געהאט די משמעות,
זיין גרויסע פראבלעם און מיט רעכט,
איז דאס "ברעכן א פרינציפ" וואס מ'האט "קיינמאל" געבראכן בעפאר,
פורץ זיין א גדר וואס איז געווען מוגדר עד הלום,
דהיינו, אז "סאטמאר" זאל זיך אנשליסן און זיין א גלייכער שיתוף אין א כנסי',
ווי די דרשות בעניני חיזוק הדת, "אדרעסירט צום המון", זאל מען רעדן בלשון העמים,
סאטמאר האט דאס זייטן תקנות מיהאלאוויץ "קיינמאל" געבראכן,
ווידער צו זיין א גאסט אין די פרעמד
ווי מ'איז נישט בעה"ב
און מ'געט קיין שום הסכמה אדער הכשר אויף די אגענדע,
דאס כבר הי' לעולמים אפי' הדברי יואל זצ"ל,
מיט דעם איז מען נישט קיין פורץ גדר,

דער בריוול אין דער איד, איז אדער קורצקעפיגקייט אדער ריינע דעמאגאגיע ולצנות,

דער גרעסטער לץ בוזטו! דאס ווייסט יעדער בר דעת אז ס'איז "קיינמאל" נישט געווען אין די היסטאריע פון כלל ישראל אזא סכנה ווי עס איז דער אינטערנעט, גייסטו מיר איינרעדן אז מיהאלוויץ שמיהאלוויץ איז דער פראבלעם? דו מיינסט מיר זענען סלאו? גייסט איינעם איינרעדן אז דיין רבי האט געמיינט עפעס תקנות דא? (אויב טאקע יא ווייזט עס ווי שעדליך ער איז! ער ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס! און ב"ה אז סאטמאר האט א צווייטן רבי'ן א בר דעת) דער אינטערנעט פראבלעם איז עפעס וואס מ'האט נישט פארגעזען, און יעדער גדול האט עס געשטיצט! אפילו דער וואס האט געהאט קריטיק דא און דארט האט נאך אלץ געהאלטן פאר די אויגן א דא קומט פאר עפעס גרעסערס וואס מוז זיין א סוקסעס און מ'טאר עס נישט שטערן.

דו שרייבסט נאך: "און מ'געט קיין שום הסכמה אדער הכשר אויף די אגענדע".. וואו איז נאך דא א גרעסערע הסכמה ווי זיך באטייליגן???
--------
און ווער נאך ווי דיין רבי ווייסט אז מ'מוז אמאל טוישן א פרינציפ? זאל איך דא אראפברענגען וואס דער געוועזענער קר"י רב האט געזאגט איבער מאכן פייערס אום ל"ג בעומר?!? וואסערע קולות ער האט דארט געמאכט אז צו מאכן א פייער האט נישט קיין פשט און מ'האט עס קיינמאל נישט געזען... וואס טוט ער היינט? פאר אביסעלע כבוד און בילדער?

איך וויל נישט אראפברענגען יענע דרשה צוגעטשעפט צו א יו טוב קליפ ווי דיין רבי צינדט אן א גיגאנטישן פייער ל"ג בעומר. וועסט מיר נאך אנרופן 'העצעריש' און 'דעמאגאגיש'..

לץ איינער!!

די ביזט נישט נאר קיין לץ, נאר אויך א לוזער פארן דאס פארלירן די געוויכט, דאפסט זיך שעמען צו שרייבן אזוי אויף דיין אייגענע רב מ' פילאפ אין יוליש מארגעשטערן אין די אנדערע זאליס וועלכע זענען געווען קעגן סיטי פיעלד? ועוד, בשעת דער סאטמאר רב האט געלעבט האבען 'אלע' סאטמערע געוויסט אז ציונית איז דער גרעסטער צרה פין דור, איז סאטמאר איינמאל געגאנגען מיט די סיטי פיעלד אידן צו א פראטעסט קעגן די ציונים?

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 10:54 am

· #65131
די טענות איז אז א רב פירט אידישקייט מיט פאליטישע מאטיוון, צו וואס דו אליינס ביזט מודה.

sunbar
עס קען זיין אז ער האט געהאט אסאך מאטיוון.

sunbar » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 10:58 am

· #65134
איך בין טאקע מודה. אבער עס האט גוט געארבעט ווייל יעדער גרויסע רבי וואס האט שוין גערעדט אין זיין קהילה וועגן אינטערנעט, און ער איז געגאנגען, ווייזט עס אז ער פילט אז ער איז נישט אין קאנטראל. ווייטער דער רביס וועלכע זענען נישט געגאנגען זענען אפשר control freaks, אבער דער מאל זענען זיי געווען גערעכט.

מיקוה נייעס » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:01 am

· #65136
זר קודם טעק איד איזי עסט דיך נישט אויף דיינע אינגע יארן וויל אויב יא וועט גארנישט בלייבן דערפון, איך וויס נישט וואס מען מאכט אזא רעש פון דעם אז מהר"א איז געגאנגען צו די לעוואדער צוזאמקום איך וויס פאר א פאקט אז די דברי יואל איז געגאנגען צו אזא מעמעד ווי זיי האבן יעצט אפגעראכטן די ברך משה איז געגאנגען צו אזא מסיבה מסיבה וואס מען האט אפגעראכטן און מהר"א גייט אויך. פאר די שרייבער פון די בריוו האט געבאדערט איין זאך פארוואס מהרז"ל איז נישט געגאנגען , וועט דער עולם פרעגן פארוואס איז מהרז"ל טאקע נישט געגאנגען? ער האט נישט געדארפט קיין ביזיונות נאר דאס פעלט אים אויס אז הרב קאטלער זאל נעמען רעדן פון לערנען ? האט ער נאר געשיקט א מיכתב קודש מיט זיין זוהן...

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:02 am

· #65137
sunbar
איך בין טאקע מודה. אבער עס האט גוט געארבעט ווייל יעדער גרויסע רבי וואס האט שוין גערעדט אין זיין קהילה וועגן אינטערנעט, און ער איז געגאנגען, ווייזט עס אז ער פילט אז ער איז נישט אין קאנטראל. ווייטער דער רביס וועלכע זענען נישט געגאנגען זענען אפשר control freaks, אבער דער מאל זענען זיי געווען גערעכט.

דיין תגובה פארלאנגט נישט קיין רעספאנס. בתקוה למחילה.

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:03 am

· #65138
מיקוה נייעס
זר קודם טעק איד איזי עסט דיך נישט אויף דיינע אינגע יארן וויל אויב יא וועט גארנישט בלייבן דערפון, איך וויס נישט וואס מען מאכט אזא רעש פון דעם אז מהר"א איז געגאנגען צו די לעוואדער צוזאמקום איך וויס פאר א פאקט אז די דברי יואל איז געגאנגען צו אזא מעמעד ווי זיי האבן יעצט אפגעראכטן די ברך משה איז געגאנגען צו אזא מסיבה מסיבה וואס מען האט אפגעראכטן און מהר"א גייט אויך. פאר די שרייבער פון די בריוו האט געבאדערט איין זאך פארוואס מהרז"ל איז נישט געגאנגען , וועט דער עולם פרעגן פארוואס איז מהרז"ל טאקע נישט געגאנגען? ער האט נישט געדארפט קיין ביזיונות נאר דאס פעלט אים אויס אז הרב קאטלער זאל נעמען רעדן פון לערנען ? האט ער נאר געשיקט א מיכתב קודש מיט זיין זוהן...

ענדליך איינער רעד צום זאך! פארפאלן, איך גיב אויף

sunbar » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:08 am

· #65142
זר זהב
sunbar
איך בין טאקע מודה. אבער עס האט גוט געארבעט ווייל יעדער גרויסע רבי וואס האט שוין גערעדט אין זיין קהילה וועגן אינטערנעט, און ער איז געגאנגען, ווייזט עס אז ער פילט אז ער איז נישט אין קאנטראל. ווייטער דער רביס וועלכע זענען נישט געגאנגען זענען אפשר control freaks, אבער דער מאל זענען זיי געווען גערעכט.

דיין תגובה פארלאנגט נישט קיין רעספאנס. בתקוה למחילה.


האסט גוט געענטפערט

קלאר » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:28 am

· #65156
אבי גערעדט
ס'איז זייער אינטערעסאנט, ווי יעדע זאלי וכו' ווייסט פונקטליך אז ר'אהרן האט געהאט פאליטישע מאטיוון, אין מ'קען זיך ניטאמאל מתווכח זיין דערמיט, הגם קיינער קען נישט אנווייזן וואס די פאליטישע מאטיוון זענען, אין פארוואס עס וואלט געווען א פחיתת הכבוד ווען ער גייט ווען יא, אין וויפיל מאל ער האט זיך געבעטן ביי די עסקנים ורבנים אז מ'זאל מאכן א עקסטערע אין אידיש האט מען זיך אויסגעלאכט פון אים (פארשטייט זיך אז די זאליס ווייסן צו זאגן אז דאס אליינס איז אויך געווען פאליטיק) אבער די עיקר איז אז ער האט געמיינט בלויז זיך אין זיך אין נאכאמאל זיך.

בלייבט נאר איבער די שאלה פארוואס 'אלע' כינוסים נאך סיטי פיעלד האט מען (אין היימישע שטעט) יא געמאכט בלויז אידיש

ער וואלט נאך געהאט אין סיטי פיעל אזא כבוד ווי אין לעיקוואד
ס'נאר א פראבע פין א פרישע ספין צו פארענטפרן דער איד

ווי האט איינער זיך אויסגעדריקט:
Ner Mitzva released a wonderfull DREIDEL for the Zalys, spins great & wins every time....
בלאט: 1 2 3