פריש אויף די פאליצעס: "המצב-מאגאזין". לויפט און קויפט!
היינטיגען דאנערשטאג ווען איר וועט אריינשפאצירן אין די געשעפטן וועט איר זיך באגעגענען אויף די פאליצעס מיט א נייער הערליכע אויסגאבע מיט'ן נאמען 'המצב', א הערליך גראפירטער פובליקאציע וועלכע אנטהאלט אין זיך 72 זייטן פון דראמאטישע בילדער, נייעס באריכטן, אפהאנדלונגען, איבער די 'פילער-דעפענ'ס אפעראציע' וועלכע איז אינטערגענומען געווארן דורך מדינת ישראל, און איבער די שווערע קריג צושטאנד ווען פליענדע ראקעטן האבן באהאגעלט פילע געגענטער איבער ארץ ישראל. "המצב" וועט אייך נעמען אויף א שפאציר איבער די גאסן אין ארץ ישראל און עזה וואו איר וועט מיטהאלט'ן פון די נאנט דו אנגסט און פאניק, פארכט און אנגעצויגענקייט מיט וואס אונזערע ברודער אין ארצינו הקדושה האבן מיטגעלעבט. "המצב" מאגאזין טוט די וואך דעקן אלעס ארום דער 'מלחמה', און קומט און א ספעציעלער קליינער פארמאט וועלכע פארגרינגערט דאס ליינען.
דער פובליקאציע איז הערליך-שיין גראפירט, און געשמאק אדורכצובליקן דורכאויס דעם שב"ק, און וועט אייך ברענגען א ריכטיגער עונג שבת בעזר השם, און ס'איז דא צובאקומען אין אלע חרדישע געגענטער.
לויפט און קויפט!
אדוואקאטהיינטיגען דאנערשטאג ווען איר וועט אריינשפאצירן אין די געשעפטן וועט איר זיך באגעגענען אויף די פאליצעס מיט א נייער הערליכע אויסגאבע מיט'ן נאמען 'המצב', א הערליך גראפירטער פובליקאציע וועלכע אנטהאלט אין זיך 72 זייטן פון דראמאטישע בילדער, נייעס באריכטן, אפהאנדלונגען, איבער די 'פילער-דעפענ'ס אפעראציע' וועלכע איז אינטערגענומען געווארן דורך מדינת ישראל, און איבער די שווערע קריג צושטאנד ווען פליענדע ראקעטן האבן באהאגעלט פילע געגענטער איבער ארץ ישראל. "המצב" וועט אייך נעמען אויף א שפאציר איבער די גאסן אין ארץ ישראל און עזה וואו איר וועט מיטהאלט'ן פון די נאנט דו אנגסט און פאניק, פארכט און אנגעצויגענקייט מיט וואס אונזערע ברודער אין ארצינו הקדושה האבן מיטגעלעבט. "המצב" מאגאזין טוט די וואך דעקן אלעס ארום דער 'מלחמה', און קומט און א ספעציעלער קליינער פארמאט וועלכע פארגרינגערט דאס ליינען.
דער פובליקאציע איז הערליך-שיין גראפירט, און געשמאק אדורכצובליקן דורכאויס דעם שב"ק, און וועט אייך ברענגען א ריכטיגער עונג שבת בעזר השם, און ס'איז דא צובאקומען אין אלע חרדישע געגענטער.
לויפט און קויפט!
Is this another pocket for "DEE VOCH?
אין מיין גראסערי איז שוין נישטא נאך פלאץ פאר איבריגע פובליקאציעס.
ס'וועט דאך סייווי זיכער זיין בילדער אין יעדע איינציגע אויסגאבע, וויפיל איז דער שיעור פון קוקן בילדער און בילדער.
מיר ווערן פארטעמפט פון אזויפיל בילדער!
לאמיר טוישן דעם אשכול צו דעם:
גייט אריין אין ביהמ"ד, וועט איר טרעפן שיינע נייע תהלימ'לעך, איבערגעזעצט מיט אותיות גדולות ובהירות, וויינט אייך אויס ביים תהלימ'ל אויפן מצב הכלל סיי דאהי מיט פרנסות וחורבנות ברוחניות ובגשמיות, און סיי אין ארץ הקודש וואו אונזערע ברודער גייען דורך אנגסט, פחד און אנגעצויגענקייטן. נאכן זאגן א יום תהלים וועט איר שפירן א פארלייכטערונג אין אייער געמיט, ס'וועט אייך גרינגער ווערן אויפן הארצן, און וועט אייך ברענגען א ריכטיגע עונג שבת בעזר השם, און אויך א עונג ימי החול, און הן קל כביר לא ימאס, און מ'וועט הערן בשורות טובות.
האט אפשר איינער א בילד פון די דעקל?
אבי געזינט פון א אויסגאבע
אבי גערעדט, מיסטער 'אבי-גערעדט'...
איך האב נארוואס געזען דער נייע אויסגאבע אין א געשעפט. זיי האבן פארמאכט די בוך מיט א סטיקער כדי מען זאל עס נישט קענען ליינען אין געשעפט. דאס מיינט אז מענטשן וועלן עס לכאורה נישט אויפרייסן ווי זיי רייסן אויף די וואך... ממילא וועל איך 'נישט' האבן מער טרעפיק ווען איך וויל טון דער מאדנע זאך ווי 'קויפן' די צייטונגען. ( געווענליך דארף איך זיך דורכשטופן די מענטשן וואס ליינען אין געשעפט)
סאו, פון מיין זייט בין איך מסכים צו די נייע אויסגאבע. נאו, בעק טא יא, אמממ.. . ווי איז ער געלאפן דער רעפארטער?? ווי?? ער האט יא אויפגעריסן איין????
צו מיינע חשובע קאלעגעס דא אין 'קאווע-שטובעל'.
ס'איז געווען מיין גרייז. איך בין באפוילן געווארן דאס צו באריכטן, און איך האב שלעכט פארשטאנען. דער סעזאן פובליקאציע פארמאגט 72 זייטן. רוב פון די מאגאזין איז בילדער נאר ארום דער קאנפליקט צווישן מדינת ישראל-כאמאס. און צו זיין פונקטליך אנטהאלט עס ארום 3 זייטן פון נייעס באריכטן, און צוויי ארטיקלן.
מיט אנטשולדיגונג! קויפט'ס און האט'ס הנאה!!!
זיי האבן שוין אן אדוואקעט אויך.
פאר איך פלאש אראפ די פאר דאללער, דארף איך וויסען ווער שטייט "מאחורי המצב"
וועלכע קברים-גרובינגען גייען זיי באריכטען?
אדוואקאטצו מיינע חשובע קאלעגעס דא אין 'קאווע-שטובעל'.
ס'איז געווען מיין גרייז. איך בין באפוילן געווארן דאס צו באריכטן, און איך האב שלעכט פארשטאנען. דער סעזאן פובליקאציע פארמאגט 72 זייטן. רוב פון די מאגאזין איז בילדער נאר ארום דער קאנפליקט צווישן מדינת ישראל-כאמאס. און צו זיין פונקטליך אנטהאלט עס ארום 3 זייטן פון נייעס באריכטן, און צוויי ארטיקלן.
מיט אנטשולדיגונג! קויפט'ס און האט'ס הנאה!!!
דורך וועמען ביסטו "באפוילן" געווארן? דורך דיין ווייב. אדער דעם ארויסגעבער/קאלעקטאר פון די בילדער!