☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו

וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #241

אךשמח » פרייטאג מערץ 23, 2012 1:11 am

· #2429
וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
מיט פרייד קום איך צו אייך טייערע חברים מיט די גאר גוטע און היסטארישע נייעס.

ר' יוסף מזרחי קומט קיין וויליאמסבורג קומענדיגן דאנערשטאג ביינאכט פון אכט דרייסיג ביז... ווען ס'וועט זיך אויספעלן...

עס איז קיין סוד אז אין וויליאמסבורג פונקט ווי אין אנדערע היימישע געגנטער, און נאך פיל פיל מער, לאזט מען נישט פרעגן קיין גאנץ נארמאלע פראגעס איבער פשוטע יסודות היהדות און אפגערעדט פון צו לערנען דעם עולם איבער די וויכטיגקייט פון אונזער אמונה און מיט וואס אונזער רעליגיע איז מיט עפעס אנדערש ווי די טויזנטער רעליגיעס וואס דרייען זיך איבער די וועלט.

איך דערמאן זיך צוריק מיט יארן ווען מיין קאפ האט מיר אנגעהויבן שווינדלען און ס'האט מיר אנגעהויבן שווער ווערן פארשידענע שאלות, וואס באמת זענען זיי בכלל נישט געווען קיין שווערע פילאזאפישע קשיות, אבער איך האב נישט געהאט וועמען צו פרעגן. למשל, מיר איז שווער געווען פארוואס און מיט וואס איז אונזער אידישער רעליגיע מער ווי למשל דער קריסטליכער וואס האבן א ביליאן נאכפאלגער?

אט די פשוטע און באמת אומשולדיגע פראגע האב איך נישט געהאט וועם צו פרעגן, און ווען איך האב עס געשטעלט האט מען מיר אפגעוואנדן מיט אזעלכע נארישע תשובות אז איך האב אנגעהויבן צו טראכטן צי בין איך משוגע אדער מיין גויאישער שכן?

אלנפאלס, גאט האט מיר דאן געהאלפן און האט מיר צוגעשיקט די ענטפערס מיט א קלארקייט אז מיין אמונה איז מיר געווארן שטארקער ווי סיי ווען, אבער די ישועה איז מיר געקומען נישט פון א 'היימישן'.

איך וויל דא נישט אריינקריכן אין מיינע אייגענע קישקעס, אבער איך וויל צוקומען צו דעם אז ברוך השם היינט האלט מען שוין אביסל בעסער און עס זענען דא אנשים כערכנו, יונגעלייט וואס ווילן אז מען זאל זיי יא לערנען דעם ריכטיגן לערע און וויסנשאפט איבער די אמתדיגקייט פון זיין רעגליגיע און איר תורה, און די נייעס קומט אן אז ר' יוסף מזרחי וועט זיין אין וויליאמסבורג קומענדיגע וואך. א פלאץ וואס מען האט נישט גע'חלומ'ט עטליכע יאר צוריק אז מען וועט אזא איינעם לאזן רעדן דא. וויליאמסבורג איז דאך א הייליג שטאט וואס א איד א מגולח טאר דערין קיין דריסת הרגל נישט האבן...

דא זענען עטליכע לינקס צו האבן א בליק איבער וועם די רעדע איז:

הרב מזרחי'ס וועבזייטל‬

אביסל איבער דעם חשובן איד

אךשמח » פרייטאג מערץ 23, 2012 2:05 am

· #2449
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
אוי וויי, ווי האב איך געקענט פארגעסן?

עס וועט זיין אין 'כולל וויליאמסבורג' גערופן בלשון חיבה: KW.

280 Rodney St.

מען וועט דארט קענען פרעגן סיי וועלכע שאלות און עס וועט זיין אפן צו סיי וועלכע דעבאטע.

עס איז כדאי צו קוקן אביסל די קליפס פון הרב מזרחי. מיר געפעלט ער זייער.

און ער גייט רעדן אין ענגליש...

נח געציל » פרייטאג מערץ 23, 2012 8:50 am

· #2460
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
ר' יוסף איז געוואלדיג, כאטש ער טוט צוויי עבירות פאר וויליאמסבורג, ער גייט אן א בארד און ער רעדט פון רעליגיע. לאמיר האפן עס זאך דורכגיין מיט א סוקסעס.

ידען » פרייטאג מערץ 23, 2012 10:49 am

· #2471
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
איינער ווייסט וועגן דעם מענטש?

ווי קומט ער פון? חלום׳ט ער אדער רעד דברים של טעם? אויב ווילימסבורג האט נישט ווער זאל וויסן די ענינים, דארף ער נישט וויסן צופיל אז מען זאל אים קענען אפפרעגן.

יאנקל האסט שוין געהערט פון מחזירי תשובה?

געב ארויס אביסל פון וואס דו האסט געהערטאון געזען, איך מעג אויך תשובה טוהן... און וועסט מיך קענען גיידען צו די וואס האלסט זענען בעסער. עטליסט וועל איך וויסן וועם נישט צו גיין.

וואס איז מיט דעם זמיר כהן? איך האב דעם נאמען שוין געזען און זיינע קאלארפול ביכלעך שוין געהאט, אבער וואס איז ראנג אין זיינע זאכן?

יידל » מוצ"ש מערץ 24, 2012 10:52 pm

· #2530
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
[ציטאט אראפגענומען]

איך וואלטנישט געזאגט שטותים. הגזמות איז מער ריכטיג. אסאך זאכן וואס ער שרייבט איז אמת. אפאר זאכן זענען אביסל אויפגעבלאזן. נו, נישט געפערליך.

קול גדול » זונטאג מערץ 25, 2012 12:49 am

· #2554
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
ער זעט מיר נישט אויס ווי ער האט עפעס מחדש צו זיין, סך הכל פארקויפט ער די זעלבע סחורה ווי אמנון יצחק און זמיר כהן און אנדערע מחזירי בתשובה.

אךשמח » זונטאג מערץ 25, 2012 2:24 am

· #2578
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
קול גדול
ער זעט מיר נישט אויס ווי ער האט עפעס מחדש צו זיין, סך הכל פארקויפט ער די זעלבע סחורה ווי אמנון יצחק און זמיר כהן און אנדערע מחזירי בתשובה.

איך קען אים נאכנישט. די גאנצע וואס איך ווייס פון אים איז וואס איך האב געזען עטליכע מינוט פון זיין דעבאטע מיטן גלח און ס'מיר זייער געפאלן.

לאמיר זאגן אז ער איז די זעלבע ווי אנדערע וואס טוען אין מקרב זיין אידן, און דער עיקר חידוש דא אז ער קומט קיין וויליאמסבורג, א פלאץ וואס לויט מיין ידיעה האט מען קיינמאל פון די נושאים נישט ארומגערעדט, און דאס איז א זאך וואס דארף באגריסט ווערן.

א גוטער פריינט האט מיר אנגערופן דעם פרייטאג אז ער האט הנאה געהאט פון דעם אשכול וואס איך האב דא ארויפגעלייגט און ער האט צוגעלייגט עטליכע נקודות.

דער חבר מיינער איז א איד א מבקש און איז שוין אנגעקומען צו פילע אידן, געהויבענע אידן, און אנשי שם, און נישט אויף אלע האט ער צו זאגן א גוט ווארט. פילע פון די וואס ער האט אזוי אויסגעטאפט, האט ער געזען אז זיי זענען גאר ווייט פון צו זיין תוכו כברו, אבער אויף דעם איד האט ער הויפנט גוטע ווערטער צו זאגן.

ער איז א איד וואס מיינט זיין ארבעט מיטן גאנצן אמת. פארדינט נישט קיין געלט דערפון. ער זאגט מיר אז ער האט, וויסנדיג זיין מצב, זיך אפגעשפארט א פאר דאלער אים צו געבן.

ע

טעלעפאן » מיטוואך מערץ 28, 2012 7:25 pm

· #3370
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
קול גדול
ער זעט מיר נישט אויס ווי ער האט עפעס מחדש צו זיין, סך הכל פארקויפט ער די זעלבע סחורה ווי אמנון יצחק און זמיר כהן און אנדערע מחזירי בתשובה.

גיוו מי א ברעיק.... הער אים אביסל אויס און נאכדעם רעד ווייטער

פרוביר אים אפילו נישט צו לייגן מיט הרב אמנון יצחק אויף איין שטאפל

קול גדול » מיטוואך מערץ 28, 2012 7:45 pm

· #3371
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
טעלעפאן
קול גדול
ער זעט מיר נישט אויס ווי ער האט עפעס מחדש צו זיין, סך הכל פארקויפט ער די זעלבע סחורה ווי אמנון יצחק און זמיר כהן און אנדערע מחזירי בתשובה.

גיוו מי א ברעיק.... הער אים אביסל אויס און נאכדעם רעד ווייטער

פרוביר אים אפילו נישט צו לייגן מיט הרב אמנון יצחק אויף איין שטאפל

אין עברית איז דא אן אויסדרוק: אותה גברת בשינוי אדרת.
אבער אשרי המאמין.

אלבערט » מיטוואך מערץ 28, 2012 11:14 pm

· #3390
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
וויפיל אזייגער גייט פארקומען דער שיעור מארגן?

אךשמח » מיטוואך מערץ 28, 2012 11:53 pm

· #3396
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
זע אין מיין אריינפיר. צווייטע שורה.

אךשמח » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 8:19 pm

· #3514
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
דערמאנונג. דער שיעור איז היינט נאכט.

נולד מאוחר » מאנטאג אפריל 9, 2012 9:53 pm

· #4224
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
.I'm wondering if there is any relation between the ban on the shetern and the lacture on chakireh?
For the last fifty years we never had lactures on this subjects.

אךשמח » זונטאג אפריל 15, 2012 2:27 am

· #4597
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
יישר כוח זיידעטשקע.

אנטשולדיגט אז איך האב נישט געברענגט קיין באריכט נאכן שיעור. יעצט קען מען אליינס זען ווי עס האט אויסגעזען.

קול דודי » זונטאג אפריל 15, 2012 4:22 am

· #4614
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
What a dissapointment. "Common sense tells me that everything in the world was created for us." Indeed? Wow. Common nonsense would be more like it. What a poor miserable grasp of the fundementals of logic. This in the first couple of minutes. And it goes downhill from there.

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 17, 2012 12:16 am

· #4931
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
קול דודי
What a dissapointment. "Common sense tells me that everything in the world was created for us." Indeed? Wow. Common nonsense would be more like it. What a poor miserable grasp of the fundementals of logic. This in the first couple of minutes. And it goes downhill from there.

?Its selfish. Does he say the logic why every thing is created for humans
.if the world was created for humans אבן עזרא and the רמב"ם I think its a machlokeh between the

טעלעפאן » פרייטאג אפריל 20, 2012 5:52 pm

· #6102
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
[ציטאט אראפגענומען]

נו איז דא איינער וואס איז-רעדט יא גוט?

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 22, 2012 2:09 am

· #6435
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו

טעלעפאן » מאנטאג אפריל 23, 2012 12:07 pm

· #6789
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
נולד מאוחר

ווער-וואס-וואו?? אן איש מוסמך? נישטא קיין קריטיק אויף אים?

יואליש » מאנטאג אפריל 23, 2012 8:31 pm

· #6919
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
טעלעפאן
נולד מאוחר

ווער-וואס-וואו?? אן איש מוסמך? נישטא קיין קריטיק אויף אים?

מוסמך ביי וועם? קריטיק פון וועם? און אז ס'איז יא דא קריטיק?

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:34 am

· #6971
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
טעלעפאן
נולד מאוחר

ווער-וואס-וואו?? אן איש מוסמך? נישטא קיין קריטיק אויף אים?

גלייב מיר איך האב נישט קיין אנונג ,
כ'האב עס גנומען פין פאבליק לייברערי אין סהאט גערעדט צו מיין נשמה.
סהאט געשפירט ווי דבר השם, סהאט מיך דרמאנט פין ספר בראשית.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 6:00 pm

· #8081
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
[ציטאט אראפגענומען]

הרב שעכטער איז א חידוש און ס'איז זייער שווער אים אפצולערנען. ער איז געווען אן ארטאדאקסישער איד, א ליובאוויטשער חסיד און שליח. ער האט אנגעהויבן זיך טוישן נאכ'ן באקענען זיך מיט ספיריטואלע "ניו עידזש" גדולים, אונטער וועמענס השפעה ער האט גענומען LSD. פון דארט איז ער צוריקגעקומען וואס און ווי ער איז.

טשעקאווע, איך האב נארוואס געלייענט א בוך פון דוד זעללער, וועלכער איז געווארן א בעל תשובה. דערציילט ער אז ער האט זיך געטראפן מיט שעכטער, וועלכער האט אים געהאלפן זיך דערנענטערן צו ארטאדאקסיע בו בזמן ווען שעכטער האט געהאלטן אינמיטן זיין וועג ארויס פון ארטאדאקסיע.

kliger » מיטוואך מאי 2, 2012 4:33 pm

· #9399
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
אינטרעסאנט אויף א צווייטע פלאץ האט איינער גאר שטארק פארדאמט די סארט שיעורים אין שרייבט:

אויב אזוי, צוריק צום קעפל "וויכטיגע שיעור ביסודות הדת וכו'", וואס איז אזוי וויכטיג צו הערן אלע מיני בויך ווייען וואס יעדער אפיקורס האט אמאל געהאט? איז בכלל מותר "פאר אינטערעסאנטקייט צו הערן שאלות בעניני אמונה, ווען דערויף שטייט דער אל תקרב פתח ביתה, עכ"פ לפי קבלת אבותינו ורבותינו אז מען רירט נישט צו צו קיין שמוץ והרחק מן הכיעור ומן הדומה?

דער תירוץ וועט זיכער זיין אז מען רעדט צו די וואס וואקלען זיך ליידער צווישן דעם אמת אינעם שקר רח"ל, פיין, וויפיל אזעלכע אידן זענען דא אין וויליאמסבורג?

(והאמת, די וואס האבן ליידער קושיות העלפט ליידער גאנץ קנאפ די תירוצים וד"ל, מען דארף בכלל נישט קיין אויפקלערונג אויפציווייזן אז א גלעזל מילך קען נישט געבוירן קיין טישטעכער, און ווער יא דארף אדער א דאקטער אדער "יראת שמים", ודוק כי קצרתי מאוד).

קען איינער ביטע מסביר וואז אזא מענטש מיט IQ טראכט??

יואליש » מיטוואך מאי 2, 2012 4:46 pm

· #9401
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
kliger

ס'הייבט זיך אן ווען די וועלכע האלטן אז "מען דארף בכלל נישט קיין אויפקלערונג אויפציווייזן אז א גלעזעל מילך קען נישט געבוירן קיין טישטעכער" פרעגן די פאר וועם עס "העלפט ליידער גאנץ קנאפ די תירוצים." דו שאלה איז פאר אינטערעסאנטקייט "וואס אזא מענטש מיט IQ טראכט." א מינוט שפעטער טרעפט מען זיך אליינס "וואקלן זיך ליידער צווישן דעם אמת אינעם שקר" און מ'אייסערט זיך אז מ'האט ווירקליך געזעהן א גלעזעל גאלדען פלאו מילך געבן געבורט צו א ציכטיג שבת'דיגע 'וואנט פון כינע' טישטוך. סאו פאלג די "קבלת אבותינו ורבותינו" און ריר "נישט צו צו קיין שמוץ." ממילא, ווייסט דאך, "וויפיל אזעלכע אידן זענען דא אין וויליאמסבורג?" מסתם צוויי דריי אפגעריסענע, זעלבסט דערקלערטע אויבערחכמים וואס זענען קיינמאל נישט געווען צופרידן און זיכן בכלל נישט דעם אמת. ודוק כי קצרתי מאוד מאוד מאוד.

יידל » מיטוואך מאי 2, 2012 8:08 pm

· #9436
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
יואליש

יואליש, איך שפיר אז דו זאגסט גאר גוט, אבער כ'האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט. אנא, בטובך הגדול, זיי נישט אזוי מאוד מאוד מקצר...

kliger » מיטוואך מאי 2, 2012 8:40 pm

· #9456
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו
אזוי אויך די גלעזל מילך משל דעקט בכלל נישט די חלק פון תורה מסיני, און אמיתת תורה של בעל פה,
און פארוואס עס שטייט נישט עולם הבא און יענע וועלט און משיח אין תורה שבכתב,אין פארוואס די צדוקים זענען פאלש וכו'
ועוד ועוד

הכלל עס איז גאר וויכטיג יסודות הדת!

ונבנתה העיר » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 2:31 am

· #169501
די המודיע מאגאזין האט איהם די וואך באשריבן.

ער פארציילט אז צוויי על-קאידא טעראריסטן האבן איהם געקאנטאקט, איינער פון זיי האט געוואלט וויסן צו ער וועט קענען בלייבן מיט זיין מוסלעמענישער שמאטע... אשרי המאמין, והכופר לא הפסיד כאדם הקורא בטארא בארא...

טאמבל סאס » זונטאג מערץ 15, 2015 5:10 pm

· #258715

ברסלבער » זונטאג מערץ 15, 2015 5:26 pm

· #258720
<a class="postlink" href="http://www.hidabroot.org/he/question/33713">http://www.hidabroot.org/he/question/33713</a>

טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 18, 2015 6:16 pm

· #259612
ברסלבער
http://www.hidabroot.org/he/question/33713

גערעכט! וחסירי מחסרא - אינ'אמת'ן וואלט געדארפט שטיין, "כל דג שיש לו קשקשת וכו'"

מרדכי » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 1:22 am

· #299478
Re: וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו

קאצקע ציקער » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 7:38 pm

· #301598
יעצט זאגסטו מיך 😉