☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשת יפת תואר 2012

אשת יפת תואר 2012

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2407

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 12:30 pm

· #63301
אשת יפת תואר 2012
עס איז אלעמען באקאנט דאס וואס רש"י איז מסביר אין פרשת כי תצא וועגן דער ענין פון יפת תואר
רש"י על דברים פרק כא פסוק יג
והסירה את שמלת שביה - לפי שהם נאים שעובדי כוכבים בנותיהם מתקשטות במלחמה בשביל להזנות אחרים

איך האב דאס אלץ פארשטאנען אז דאס איז נישט דווקא געווען עפעס א סגולה וואס זיי האבען געהאלטען אז דורך דעם וועט דער אייבישטער מעניש זיין די יודען וייל אלקיהם של אלו שונא זימה, [הגם סדא א זיס ווערטל בשם הגר"א אז טאקע פאר דעם האט עס דער אייבישטער מתיר געווען ממילא איז עס שוין נישט קיין עבירה..] נאר ענדערש ע"פ פשוטו איז דאס וייל מיטן מעורר זיין דער יצר הרע און אזוי ארום דיסטרעקטן די לוחמים פון האלטען קאפ אויף די מלחמה כידוע אין אדם חוט אלא אם כן נכנס בו רוח שטות און ווער סאיז ביזי נאכלויפען פרויען האלט ער שוואך קאפ נאכלויפען די סאלדאטן פון דער שונא.

דאס האב איך נישט געוואוסט אז מען נוצט די טאקטיק עד היום הזה, לעצטנס זעה איך אז די דברי התורה זענען נצחיים און ממש היינט נוצט מען זיך מיט די רייץ וואס פרויען זענען מעורר אויף כאפען דערמיט דער שונא.
דא ליין איך א באריכט [גענומען פון דא ] אז פרויען וואס ארבעטן אין דער מוסד, דער איזרעאלישער שפיאנאזש אגענטור, נוצען זייער רייץ אויף באקומען צוטריט צו סודות פון דער שונא.
און דא ליין איך גאר אז דער טאליבאן פראבירט אפילו צו לאקערן אויף אמעריקאנער סאלדאטן דורך פעיסבאק און אזוי ארויסבאקומען אינפארמאציע פון זיי.

מים חיים » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:40 pm

· #63323
זייער אינטערסאנט.

עס איז א אפט באנוצטע זאך ביי אינוועסטיגעישאנס זיך צו באנוצן מיט די נאטורליכע שוואכקייט וואס זכרים האבן צו שיינע נקיבות.

די עף בי איי באנוצט זיך אויך דערמיט.

און איינע פון די באקאנטע פעלער ביי אידן, איז א פאל ווי אן אנגעקלאגטער האט באוויזן צו איבערקלוגן דעם עלעקטראנישן קייטל וואס האט אים געהלאטן דא אין אמעריקא, און ער איז אנטלאפן קיין אויסלאנד. און דורך דעם אור-אלטן יפת תואר מעטאד, האבן זיי באוויזן צו טרעפן זיין באהעלטעניש, ארויסשלעפן פון דארט, און צוריקברענגן קיין אמעריקא.

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:46 pm

· #63327
מים חיים


און איינע פון די באקאנטע פעלער ביי אידן, איז א פאל ווי אן אנגעקלאגטער האט באוויזן צו איבערקלוגן דעם עלעקטראנישן קייטל וואס האט אים געהלאטן דא אין אמעריקא, און ער איז אנטלאפן קיין אויסלאנד. און דורך דעם אור-אלטן יפת תואר מעטאד, האבן זיי באוויזן צו טרעפן זיין באהעלטעניש, ארויסשלעפן פון דארט, און צוריקברענגן קיין אמעריקא.

פרטים?

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:52 pm

· #63331
כאב גראדע געוואלט שרייבען דערפון אין איינע פון די אשכולות, דאס איז כלל נישט קיין נייעס און אלע שפיאנאזש אגענטורן נוטצען דעם מעטאדע, עס הייסט א האניטרעפ (זעה דא באריכות, די רוסן האבן זיך ספעציליזירט אין דעם אבער אויך די אמעריקאנער האבן עס גענוצט).

כאב אמאל געליינט אז די מוסד פלעגט נוטצן די סארט בלעקמעיל אויף די אראבערס אבער עס האט נישט צופיל געארבייט, מען האט דן געווען די סיבות ביז זיי זענען געקומען צו די מסקנה אז דער אראבישער מענטעליטייט ארבייט אנדערש, קודם כל האט ער עטליכע ווייבער און שנית קענסט עם נישט סטראשען אז דו גייסט פארשפרייטן די בילדער ווייל די עפעקט איז נאר פארקערט: ער קומט אן צו זיין דארף און אלע קלאפן עם אין ריקען 'אתה גבר' האסט מצליח געווען איינצוקלאפן מיט א הייסע אידישע מיידל.

אין אנדערע לענדער נוצט עס נאך די מוסד אין גרויסן, למשל מרדכי וואנונו דער אטאם שפיאן האבן זיי אזוי אריינגעכאפט, גראדע האט זי זיך אנגעגעבן אלס 'סענדי'.

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:56 pm

· #63332
לעיקוואד
מים חיים


און איינע פון די באקאנטע פעלער ביי אידן, איז א פאל ווי אן אנגעקלאגטער האט באוויזן צו איבערקלוגן דעם עלעקטראנישן קייטל וואס האט אים געהלאטן דא אין אמעריקא, און ער איז אנטלאפן קיין אויסלאנד. און דורך דעם אור-אלטן יפת תואר מעטאד, האבן זיי באוויזן צו טרעפן זיין באהעלטעניש, ארויסשלעפן פון דארט, און צוריקברענגן קיין אמעריקא.

פרטים?

ש.ו, זעה דא.

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:06 pm

· #63338
איך אויך
כאב גראדע געוואלט שרייבען דערפון אין איינע פון די אשכולות, דאס איז כלל נישט קיין נייעס און אלע שפיאנאזש אגענטורן נוטצען דעם מעטאדע, עס הייסט א האניטרעפ (זעה דא באריכות, די רוסן האבן זיך ספעציליזירט אין דעם אבער אויך די אמעריקאנער האבן עס גענוצט).

כאב אמאל געליינט אז די מוסד פלעגט נוטצן די סארט בלעקמעיל אויף די אראבערס אבער עס האט נישט צופיל געארבייט, מען האט דן געווען די סיבות ביז זיי זענען געקומען צו די מסקנה אז דער אראבישער מענטעליטייט ארבייט אנדערש, קודם כל האט ער עטליכע ווייבער און שנית קענסט עם נישט סטראשען אז דו גייסט פארשפרייטן די בילדער ווייל די עפעקט איז נאר פארקערט: ער קומט אן צו זיין דארף און אלע קלאפן עם אין ריקען 'אתה גבר' האסט מצליח געווען איינצוקלאפן מיט א הייסע אידישע מיידל.

אין אנדערע לענדער נוצט עס נאך די מוסד אין גרויסן, למשל מרדכי וואנונו דער אטאם שפיאן האבן זיי אזוי אריינגעכאפט, גראדע האט זי זיך אנגעגעבן אלס 'סענדי'.

כהאב זיך פארגעשטעלט אז דאס איז נישט קיין גרויסע נייעס נאר כהאב נישט געוואסט כהאב זיך פארגעשטעלט אז איינער פון די מיטגלידער דא וועלן שוין וויסען אנגעבן מער כללותדיגע מקורות איבער דער מיטל. א דאנק.

קליינע רעבעלע » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:20 pm

· #63346
איך ווייס א אינגערמאן וואס מען האט ארויס געשלעפט א גט אזוי

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:25 pm

· #63348
נאך א פלאץ ווי מען האס עס גענוצט איז געווען אין די בתי זונות, אנגעהויבן אין די אור אלטע צייטן ביז די צווייטע וועלט קריג און מן הסתם עד היום. ביי די וועלט קריג, אין א נייטראלע לאנד ווי למשל טערקיי האבן כמעט אלע זונות געארבייט פאר איין צד אדער די אנדערע, די געסטאפא האט אפילו געהאט א גאנצע אפטיילונג געווידמעט דערפאר.

הציץ ונפגע » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:34 pm

· #63355
עס איז נישט ממש אווי מען מאכט עס דא. צו ציטירן איינע פון די פרויען (פון די לינק וואס לעיקוואד האט אויבן געגעבן):

אפרת: "אנחנו משתמשות בנשיות כי כל אמצעי כשר. אבל גם אם נחשוב שהדרך הטובה לקידום המטרה היא לשכב עם הרל"ש של אחמדינג'אד, אף אחד במוסד לא יאפשר לנו את זה. גם אם נהיה מוכנות להקריב את עצמנו על מזבח המולדת. אין שימוש בלוחמות למטרות מיניות. יש משחקי פיתוי, יש משיכה, יש ניסיונות לעורר את הצד השני, אבל הגבול הוא במימוש המיני"

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:39 pm

· #63358
כאב יענס געזעהן, פארשטייט זיך אז אין פאבליק (מיט די היינטיגע פאלשע וועלט) מוזען זיי אזוי זאגן אבער מעגסט זיין טויזענט פראצענט זיכער אז אויב האבן זיי א געלעגענהייט אריינצוכאפן דעם איראנער טשיף אוף סטעף וועט 'דאס' נישט זיין קיין אפהאלט.

ווייס ווי שניי » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:39 pm

· #63359
עס ווערט מיר הייס !!!!!!!!!!! 😂 😂 😂

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:40 pm

· #63363
[ציטאט אראפגענומען]

מינכען ועוד.

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:41 pm

· #63364
the history of the honey trap

אזהרה: נישט קוקען אויף די בילד וואס איז דא דארט, משום שמירת עיניים.
[קרעדיט: חאצקל לקמן]

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:58 pm

· #63374
קליינע רעבעלע
איך ווייס א אינגערמאן וואס מען האט ארויס געשלעפט א גט אזוי

איך ווייס פון א מנוול אין ב"ב וואס שלעפט אזוי ארויס גיטין.

אויב דרייט זיך דא א פרוי וואס איז חושד איר מאן קען זי קאנטאקטן די אגענטור, זיי זיכן אויך ארבייטערס.

גלות יוד » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 8:14 pm

· #63493
די מעשה פון יהודית מיט אליפורני

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 8:18 pm

· #63497
די מעשה פון יעל און סיסרא.

איחוד פעלד » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 9:15 pm

· #63507
און א היימישער אינגערמאן אין ירושללים האט מודה געוועהן אז ער האט געשאקעלט זיין בעיבי צו שטארק און פארדעם איז ער געשטארבען, ווייל דער פרוי וואס האט אים אויסגעפרעגט האט אים געגעבען געשמאקע לטיפות.

חאצקל » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 9:22 pm

· #63510
לעיקוואד

דער לינקט איז אפשר נישט פאסיק דא (דער בילד)

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:33 pm

· #63524
ביזט אזוי שטארק קעגן רייכערען?

חאצקל » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:10 pm

· #63544
מיר האבן שוין אמאל געשמועסט אז א סמאוקינג לעידי קען זיין זייער רייצנד, און דאס טוט ווארשיינליך דער בילד סימבאליזירן.

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 9:33 am

· #71072
אן איראנער וועב זייטל באריכטעט


שרת החוץ הישראלית לשעבר ציפי ליבני הודתה כי עסקה בזנות וביצעה מעשים לא מוסריים עם כמה מנהיגים ערבים במטרה לסחוט אותם כדי לשרת את בטחונה של ישראל, ליבני בראיון לשבועון טיימס האמריקני אמר כי קיימה יחסים עם אישים ערבים במהלך תפקידה במוסד. עוד אמרה כי היתה מוכנה אפילו לרצוח לקראת השגת מידע וציינה כי בכמה מדינות באירופה היו תיקים פליליים נגדה בגין מעשי רצח וסחיטה מינית אך הצליחה להסירן הודות ללחצים שהפעילה הממשלה הישראלית.

יש לציין כי החכם הישראלי אריה שבת התיר לנשים הישראליות לעסוק בזנות בניסיון להשיג מידע חשוב אף שההלכה היהודית אוסרת זאת.


און דא קענט איר ליינען דער תשובה פון הרב אריה יצחק שבט "גילוי עריות למען בטחון המדינה" ווי ער איז נוטה להתיר דער סארט ענין אויך בזמן הזה.
איך בין מעתיק נאר זיינע מסקנות:
1
. פוסקים רבים מקילים בפנויה שאין ביאת גוי נחשבת לגילוי עריות, ודרגת חומרתה היא ככל מצוה שנדחית ע"י פיקוח נפש, אפילו של יחיד.
2. כל שכן לשיטות רבנו תם ואחרים, הסוברים שהוא הדין אפילו באשת איש.
3. כל שכן כשמדובר לא בהצלת יחיד אלא בהצלת רבים, לדעת הפוסקים שדי בכך כדי להתיר עריות; ובוודאי שכך כאשר מדובר להצלה לאומית של כלל ישראל, והוא הדין להצלת עם ישראל היושב בארץ ישראל.
4. מעשיה אינה בפרהסיה (היהודים שבמקום אינם יודעים שהיא ישראלית).
5. כשישראלית נבעלת ע"י גוי יש סוברים להתיר משום שאישה נחשבת תמיד לקרקע עולם, או משום שבשונה משפיכות דמים ועבודה זרה הגוי מתכוון להנאת עצמו.
6. אין צורך בהיתר מיוחד מבית דין או מרוח הקודש.

לעיקוואד » זונטאג יולי 14, 2013 5:55 pm

· #133457
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4404888,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4404888,00.html</a>

לעיקוואד » זונטאג יולי 21, 2013 6:46 am

· #134962
[ציטאט אראפגענומען]


אה בטעות האב איך געלייגט די נישט ריכטיגע לינק. לפי שעה טרעף איך נישט די ריכטיגע.