☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נקמה! דער איינציג לעבן געבליבענער מומביי טעראריסט, געהאנגען!

נקמה! דער איינציג לעבן געבליבענער מומביי טעראריסט, געהאנגען!

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2404

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:58 pm

· #63186
נקמה! דער איינציג לעבן געבליבענער מומביי טעראריסט, געהאנגען!
אין אינדיע האט מען היינט דער'פגר'ט אגמאל קאסעב. ער איז דער איינציגסטער טעראריסט איבערלעבער פון די מומביי אטאקעס וועלכע האט אומגעברענגט 166 נפשות צווישן זיי עטליכע אידן אינעם חב"ד הויז, הי"ד.

אלע טעראריסטן זענען אומגעקומען דארט בשעת מעשה חוץ דער איינער. היינט האט מען מקיים פסק געווען אויף אים, כן יאבדו כל אוביך ה'.

א באריכט

הדד בן בדד » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:11 am

· #63198
זר, זאלסט אלעמאל ברענגען גוטע בשורות, כן יאבדו כל אויביך ה'

אנאנים, פליז טויש דיין אוועטער, עס איז שרעקעדיג.

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:35 am

· #63214
ער האט זיך געבעטן מ'זאל אים לאזן לעבן.

sunbar » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:40 pm

· #63435
זר זהב
ער האט זיך געבעטן מ'זאל אים לאזן לעבן.


ער וואלט עניוועי געבליבן אין תפיסה... פארוואס האט ער געבעטן?

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 7:16 pm

· #63472
לאמיר זינגען "קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ס'שטייט דאך: "באבוד רשעים רנה" -
חוץ אויב ס'כל הזכיות שמורות

אוי לייבוש! די זעהסט מיך פון דארט?

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 1, 2013 4:41 pm

· #160158
ס'איז יעצט די יארצייט פון די טרייסעלדיגע אטאקע.

א פחד פון א מעשה.

הדד בן בדד » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 1:50 am

· #160256
יא, פינף יאר פאריבער, משה'לע איז שוין א גרויס אינגל, און די גאס האט שוין לאנג פארגעסן דערפון. גראדע איז אין איינע פון די אפטיילונגען פון המודיע געווען די וואך א גאנצע באשרייבונג און אינטערוויו מיט דעם זיידן ר' נחמן האלצבערג און משה'לע.

ישראל קאפקע » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:04 pm

· #236930
דעם שבת און זונטאג געפאלט אויס די זעקסטע יארצייט פון די טעראר אטאקע אין אינדיע.
די טייטלבוים'ס האלטן יארצייט שבת, און די האלצבערג'ס האלטן קומענדיגע זונטאג.

שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:08 pm

· #236933
השם ינקם דמם!