☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » עלית שאקלאדע

עלית שאקלאדע

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2402

זעמיל מילכיגער » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 7:24 pm

· #63129
עלית שאקלאדע
איך וויל ארויפברענגען א נושא וואס באדערט מיר שוין לאנג אין איך האב קיינמאהל נישט געהאט די געפיל אז מען פארשטייט מיך אדער אז מען הערט מיר אויס ביז איך האב געטראפען אזא רוהיגע ווינקעל דא וויל איך ארויפברענגען מיין שאלה.
ווי ייעדער ווייסט פלעגט קומען נאך פון אלץ קינד ווייז אן א פעקל שאקלאדע איינגעטיילט אין 12 שטיקלעך ווי מען ברעכט אראפ א חתיכה פאר זיך ולכל הנילווים איליו, אבער די לעצטע פאר יאר זייט עס איז ארויס געקומען די עלית שאקלעדע קומט די פעקל איינגעטיילט אין אסאך קליינע חתיכת מיט א בילד פון א קי גאר אויף דעם, אין אינמיטען דעם באר איז דא איין גרויסע חתיכה באלד פינעף מאל אזוי גרויס ווי די אנדרע קליינע.
יעצט ווערט מיר שווער די איבעי׳ ממ״נ אויב איז אכילת אדם א קליינע חתיכה טא וואס איז די גרויסע חתיכה מיטען קי אינמיטען, אין אויב איז די גרויסע כדי אכילת אנוש טא וואס איז די קליינע, אדער אפשר איז גאר א ענין אז די גרויסע קי זאל זיין מסובב מיט אסאך קליינע?
ייעדעס מאל איז מיר א באזינדערע אפקימעניש צו ציטיילען די גרויסע חתיכה, איך וואלט געעווען דאנקבאר ווען איינער קען מיר ווען אפשר פושט זיין די איבעי׳.

נולד מאוחר » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:54 am

· #63222
די זעלבע אבעי' באדערט מייר שוין יארן אויף א פעקל ברויט.
די עקען זענען קליין די סלייסעס אינדערמיט איז געסער .
איז ממה נפשך איז אן עק א שיעור בכדי אכילת אדם פארוואס איז דא אינדערמיט ריזגע סלייסעס... וכו'

מיקוה נייעס » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:12 am

· #63285
וואס א חילוק וויאזוי די טשקעלאד קוקט אויס די עיקר איז א עס איז גוט

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:16 am

· #63286
כנראה אלס די אלט ווארט פון די זיידע: אז מען פאקט מיט א סדר גייט מער אריין.

ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:31 pm

· #63353
צו פארשטאפן דאס מויל פון איינע פון די נלווים.

דער פראבלעם איז נאר ווען דער טיילער דארף דאס מויל פארשטאפעכטס...

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:55 pm

· #63541
עוועלושעניסטן זאגן אז דאס איז איבערגעבליבען פון די קעיוומען ערא ווען די אלפא מעיל איז ארויס פאנגען טשאקלאד און געגעסן א חתיכה הראויה להתכבד פאר זיך, און הערשט דערנאך אהיים גענומען די שריים פאר די גאנצע קלען.