איך פארשטיי באמת נישט וואס באדערט אייך. איך האב געעפענט די אשכול פשוט ווייל איך האב געוואלט פארשטיין און הערן פון אנדערע וועגן די נושא, וויזשע אזוי דען וואלט איך לשיטתכם געדארפט אנפרעגען אזא שאלה? און איך פארשטיי אינגאנצן נישט פארוואס די אשקול (חוץ די נארישע ראבערייען) איז נישט ראוי לעלות על שלחן מלכים? נאך וויל איך וויסן ווען מ׳האט באשטעטיגט די אומבאשריבענע חוקים ווער, וואס, און וויאזוי אנצוהייבן אשכולות? אנטשולדיגט מיר, אבער אייערע אבדזעקציעס שמעקט פון אן אונגארישע סנאביזם און פארמאליטעט (ווער ביסטו אריינצוקומען אין מיין לעין, זעהסט נישט אז איך דרייוו א לעקסעס?!..)
שקויעך פאר די קאמפלימענטס. און איך בין איינשטימיג אז איר זאלט זיך האלטן פעסט מיט אזא עטיקעט אין אלע אייערע אשכולות. און אז מ׳רעדט שוין, זייט אזוי גוט און מאכט צו אייער אויבערשטע קנעפל פון די העמד, פיין, אט אזוי,, טשינאש..
איך בין דאך א שטארקער חסיד פון מאכן אשכולות וואס איז למעשה א וויכטיגער מיטל און שריט אין הצלחה פון א פורום, און באמת איז דאך יעדער בארעכטיגט צו שרייבן און עפענען אשכולות ווען מ'שפירט פאר ריכטיג.
רואיקס טענה איז דאך א שטארקע, ער וויל וויסן אן ענין און פרעגט אן פארן גאנצן ציבור. אין ערגעץ האט מען נישט געשריבן קיין גיידליינס איבער ווי אזוי צו שרייבן אן אשכול.
פון די צווייטע זייט קען איך עפענען אשכולות לאין ערוך און אין א שעה קען איך דא ארויפשטעלן עטליכע צענדליג אשכולות פון כל מיני נושאים און רעיונות, אבער איך וועל אלעמאל מאכן זיכער אז עס האט עפעס דערין, עפעס וואס זאל מאכן אינטערעסאנט פארן ליינער אפילו פאר די וואס האבן שוין א ידיעה אין דעם נעמליכן נושא.
אזוי צי אזוי, זע איך אז ס'האט זיך דא געמאכט א לעבהאפטע שמועס איבער דער ענין, און בעיקר האב איך ארויסגעזען אז ידידינו ר' רואיק האט א גוטער און געשמאקער פעדער. קיפ איט אן!
אזוי ווי די מצות ווערן היינט צו טאגס מער און מער טייער, טאקע לחמא עניא - ברויט וואס פארארעמט, איז שוין לכאורה צייט איבערצוטראכטן אונזער יהרג ועל יעבור שטאנדפונקט בנוגע מאשין מצות. וואס איז בכלל די פראבלעם מיט מאשין מצה?
נישט דא קיין שום פראבלעם מיט מאשין מצות, ס'איז סך הכל נאך א משוגעת צו עסן נאר האנט מצה און א נאך מיטעל צו אויסרייסען געלט פון אידן וואס זענען שוין גענוג געפלאגט מיט פסח הוצאות. איך אליין פלעג האבן די משוגעת, און די לעצטע פאר יאר האב איך אנגעהויבן עסן מאשין מצה און ס'האט גארנישט געשאדט. ויאכלו ענוים וישבעו.
אזוי ווי די מצות ווערן היינט צו טאגס מער און מער טייער, טאקע לחמא עניא - ברויט וואס פארארעמט, איז שוין לכאורה צייט איבערצוטראכטן אונזער יהרג ועל יעבור שטאנדפונקט בנוגע מאשין מצות. וואס איז בכלל די פראבלעם מיט מאשין מצה?
נישט דא קיין שום פראבלעם מיט מאשין מצות, ס'איז סך הכל נאך א משוגעת צו עסן נאר האנט מצה און א נאך מיטעל צו אויסרייסען געלט פון אידן וואס זענען שוין גענוג געפלאגט מיט פסח הוצאות. איך אליין פלעג האבן די משוגעת, און די לעצטע פאר יאר האב איך אנגעהויבן עסן מאשין מצה און ס'האט גארנישט געשאדט. ויאכלו ענוים וישבעו.
עמער זעהן, דערווייל האב איך נאך נישט ארויס די פיקטשער קלאר אלע צדדים. אבער דאס איז אמאל זיכער, אזעליכע אשקולות וועל איך אים פסח בשום אופן נישט אריינלאזן ביי מיר אינדערהיים יעצט אז איך זעה די הארבקייט. 😁
די ליטווישע מאשין פעקטארי אין בית שמש פארבאט נעמען בילדער (נעמט אין אכט אז ביי זיי איז די וועלגערן די איינציגסטע פעולה וואס די מאשין מאכט, גענוי ווי די אריגענעלע מאשין פון יצחק זינגער). אבער ווען הרב אלישיב'ס קינדער זענען געקומען באקן דארט מצות האט מען ארפארגערופן א פאטאגראפירער:
אבער לעצטע וואך האב איך פונקט געזען דעם איד, האבן זיי געהאט א ביילאגע, וואס זיי שרייבן שוין נומער י"א, און עס האט מיך היפש שאקירט די אינפארמאציע וואס זיי ברענגען. זיי האבן געהאט שמועסן מיט די פעלד אנפירער אין אריזאנע, וואס זאגן קלאר אז עס קען זיך יא אראפלאזן רעגנדלעך, עס גייט יא טוי, און נאך אנדערע זאכן . זיי האבן אפילו א האטליין וואו מ'קען אליין הערן די רעקארדירטע שמועסן, זאגן זיי. אויך האבן זיי נאך אינטערעסאנטע טענות (ווי אז מצומחות קען אמאל זיך ישט דערקענען שפעטער, און נאך), וואס האט מיר געוויזן אז עס איז יא דא א צוויטע זייט מטבע. איז מיין שאל, ווייסט איינער עפעס מער אין דעם ענין? כ'דארף דאך שוין באלד גיין למעשה קויפן מצות.
צו ס'רעגנט דאר צו נישט איז א מילתא דעבידא לאגלוי', מען קען נישט זאגן ליגנט אויף דעם. עס זענען דא אנליין דאטא באזעס ווי עס ווערט פארצייכנט פונקטליך ווען ס'האט גערעגנט ווי. איך האב נישט קיין מושג ווי אין אריזאנא די פעלדער געפינען זיך, און צו די טענה פון די פרא-אריזאנא ווייץ איז אז עס רעגנט בכלל נישט א גאנץ יאר, אדער אז רוב יאר רעגנט נישט. די האטליין איז גארנישט ווערט, ווייל איך האב נישט קיין משוג צו דער א.ג. פעלג אנפירער איז טאקע פון אריזאנא. (וואס מיינט בכלל "פעלד אנפירער"?).
דאס אז מצומחות דערקענט זיך נישט שפעטער איז סתם זריקת חול בעיני הציבור, ווייל לויט דעם קומט אויס אז די גאנצע קלייבן וועלכע די גרויסע רבי'ס פלעגן טון מיט די לאנג איילענד ווייץ איז גארנישט ווערט געווען. כ'מיין - דאס אז מ'דערקענט נישט מצומחות ווערט בכלל נישט דערמאנט אין די פוסקים! ס'איז באלד די זעלבע ווי די לעכערליכע טענה פון זאלץ און סאדיום...
צו ס'רעגנט דאר צו נישט איז א מילתא דעבידא לאגלוי', מען קען נישט זאגן ליגנט אויף דעם. עס זענען דא אנליין דאטא באזעס ווי עס ווערט פארצייכנט פונקטליך ווען ס'האט גערעגנט ווי. איך האב נישט קיין מושג ווי אין אריזאנא די פעלדער געפינען זיך, און צו די טענה פון די פרא-אריזאנא ווייץ איז אז עס רעגנט בכלל נישט א גאנץ יאר, אדער אז רוב יאר רעגנט נישט. די האטליין איז גארנישט ווערט, ווייל איך האב נישט קיין משוג צו דער א.ג. פעלג אנפירער איז טאקע פון אריזאנא. (וואס מיינט בכלל "פעלד אנפירער"?).
דאס אז מצומחות דערקענט זיך נישט שפעטער איז סתם זריקת חול בעיני הציבור, ווייל לויט דעם קומט אויס אז די גאנצע קלייבן וועלכע די גרויסע רבי'ס פלעגן טון מיט די לאנג איילענד ווייץ איז גארנישט ווערט געווען. כ'מיין - דאס אז מ'דערקענט נישט מצומחות ווערט בכלל נישט דערמאנט אין די פוסקים! ס'איז באלד די זעלבע ווי די לעכערליכע טענה פון זאלץ און סאדיום...
רעגן איז טאקע קלאר פארצייכנט, אבער יענער האט גערעדט פון א לאקאלע קליינע רעגנדל ווי אן איינציגער וואלקנדל ווערט אין די גוסטע און גיסט זיך אראפ. יענער פעלד אייגנטימער דערציילט אפילו אז עס איז איין מאל געווען ווען "די ראבייס" האבן זיך שוין געגרייט צו שניידן ווען פלוצלינג האט מען אנגעהויבן פילן שפריצלעך און מען האט עס אפגעשטופט. די האטליין איז יא ווערט, ווייל זיי שרייבן דעם נאמען גענוי מיט וועם זיי האבן גערעדט און אז ער איז דער אייגנטימער, און אויך אנדערע נעמען מיט זייערע נעמען און נומערן פון אריזאנע פעלדער אנפירער און סתם ארטיגע עקספערטן, סאו אפילו כ'האב עס נישט נאכגעטשעקט וועל איך נישט אננעמען אז עס איז סתם ארויסגעזויגן פון פינגער. ווי געזאגט, כ'פארשטיי קלאר אז זיי זוכן מיט לעכט פראבלעמען זייט דעם ערשטן טאג אויף אריאזאנע ווייץ, נאר ביז היינט האט זיי דאס מזל נישט געשפילט און זיי האבן געמוזט רעדן פון זאלץ און ענליכע שטותים, אבער יעצט קוקט אויס ווי עפעס האבן זיי געפונען, און מיין שאלה איז וואס די אריזאנע צד ענטפערט.
רבי ישראל יעקב פישער ראב"ד ירושלים האט מהדר געוועהן ביים 'סדר' יוצא צו זיין מוציא מצה, כורך, אפיקומן, מיט מצות מכונה. אזוי אויך דא אין אמעריקע האט זיך נוהג געוועהן הגאון הגדול רבי יונתן שטייף זלה"ה.
כאמיר נישט געקנט איינהאלטן פון 2 זאכן. איינס פון טעיסטן מאשין מצות, צווייטס פון עס טעיסטן אום חודש ניסן (דאונט ווארי איך האב באקומען דעם שטראף אויפ'ן פלאץ..) רבותי, די מאשין מצות איז טעמו כטעם קמח חמצ'דיג מצות! איך פארשטיי נישט וויזוי א איד קען האבן א שמחת יו"ט עסענדיג דעי מצות. ברוך הוא אלוקינו וגו' והבדילנו מן התועים ונתן לנו צאנזער רב זי"ע. איך שוין דעי אלע אידן וואס עסן דאס ס'האט נישט קיין אידישן טעם אין די פסח טעג.
בני בני אל תלך בדרך אתם! (אתם ר"ת א'ל ת'אכלו מ'אשין)
<a class="postlink" href="http://weather-warehouse.com/WeatherHistory/PastWeatherData_YumaQuartermasterDep_Yuma_AZ_August.html">http://weather-warehouse.com/WeatherHis ... ugust.html</a> אוגוסט האט גרעגנט (א ביסל)! ווען האט מען געשניטן אין אריזאנע?
Winter Wheat Usual Planting and Harvesting Dates Arizona .......................... Begin \ Most active \ End \ May 15 \ May 30 - Jun 15 \ Jul 1 \ <a class="postlink" href="http://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q=when%20is%20harvest%20day%20of%20wheat%20in%20arizona&source=web&cd=2&cad=rja&ved=0CDgQFjAB&url=http%3A%2F%2Fusda01.library.cornell.edu%2Fusda%2Fnass%2Fplanting%2F%2F2010s%2F2010%2Fplanting-10-29-2010.pdf&ei=FF1FUZyqELjh4AOykoHICQ&usg=AFQjCNGMd4YeZ_KIV58mUlwkLDFFHLt7Qg&sig2=DjWW8D8fyMACYei8vXt1lg&bvm=bv.43828540,d.eWU">http://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q= ... 8540,d.eWU</a>
רבי ישראל יעקב פישער ראב"ד ירושלים האט מהדר געוועהן ביים 'סדר' יוצא צו זיין מוציא מצה, כורך, אפיקומן, מיט מצות מכונה. אזוי אויך דא אין אמעריקע האט זיך נוהג געוועהן הגאון הגדול רבי יונתן שטייף זלה"ה.
געהערט פון א אייניקעל א עד נוכח אז ר' יונתן האט שטארק געקרעכצט אז ער איז געצווינגן צו עסן מאשין מצות מטעם ראשי הקהילה (פאר די פון אונז וואס געדענקען נאך וואס "קהילת ווין" האט געמיינט און אירע גוטע יארן דארף מען נישט מסביר זיין). עפעס ליגט מיר אין קאפ אז יענער האט צוגעלייגט אז די מאשין מצות איז בעיקר געלעגן אויפן טיש ווען די ראשי הקהילה פלעגן ארויפקומן זאגן גוט יו"ט אבער בחדרי חדרים האט ער יא געהאט האנט מצות. איך בין נישט זיכער מיט די חלק.
על המחלוקת בין התומכים במצות מכונה למתנגדים: <a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/mahanaim/pesah/matsot.htm">http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/mah ... matsot.htm</a> על הטענות על החששות במצות מכונה בימינו: <a class="postlink" href="http://www.zomet.org.il/?CategoryID=257&ArticleID=321">http://www.zomet.org.il/?CategoryID=257&ArticleID=321</a> מאמר מעניין על המחלוקת על מצת מכונה בהקשר של השוואה בין שתי מהדורות של 'אגרות הראי"ה': <a class="postlink" href="http://musaf-shabbat.com/2011/04/24/%d7%94%d7%9e%d7%a6%d7%95%d7%aa-%d7%94%d7%9e%d7%95%d7%a9%d7%aa%d7%a7%d7%95%d7%aa-%d7%a0%d7%a8%d7%99%d7%94-%d7%92%d7%95%d7%98%d7%9c/#more-2669">http://musaf-shabbat.com/2011/04/24/%d7 ... #more-2669</a>
א פאר הערות אויף די אשכול. @פאר הדור, כדרכו, האט געברענגט א רויטע העררינג. די מאמר אויף הרב קוק איז נישט ווערט די שפייאכטס. הרב קוק האט געהאט מצות שמורה פאר די סדר און פשוט'ער מצות אגאנץ יו"ט, כדרכם של כל ישראל ביז לעצטענס. און די בריוו דארף גארנישט מיינען מער ווי דעם.
די עיקר טענות אויף די אלטע מאשין מצות גילטען נישט היינטיגע צייטען, אבער נייע טענות זענען יא פארהאנען. די לינק צו די מאמר אין תחומין פון מכון צומת איז שוין אן אלטע, און לעצטענס איז ארויס א גאנצע ספר אויף דער ענין. דארט ברענגט ער אפיר אסאך אינטרעסאנטע עניינים, נאר למעשה בין איך נישט אנטציקט פון זיין תורה, וואס שמעקט פון מאדערנע חשבונות אויף תורה'דיגע מושגים.
די איינציגסטע טענה וואס איז קלאר ערגער היינט ווי פארצייטענס איז לשמה. הרב חיים בריסקער, ווי באקאנט, האט מתיר געווען מאשין מצות, זאגענדיג אז וויבאלד די לישה איז בידי אדם לשם מצות מצוה, ווערט אלס פון דארט און ווייטער על דעת הראשונה. די פסק פאסט נאר אין די אלטע מאשינען ווי די ערשטער קנייטען איז געווען דורך א מענטש, נישט היינטיגע צייטען.
הרב יונתן שטייף, כאמור למעלה, האט געבאקען און געגעסען מאשין מצות אונטער זיין השגחה. אלע מעשה'ס פון געצווינגען פון די קהלה זענען געזויגען פון פינגער, כמובן. ערשטנ'ס, ער האט געלערנט די תשובות פון די אלע אוסרים, און געבויט א פאבריק וואס פארענטפערט אלע טענות. ס'האט געהייסען די מהודרת'דיגע מצות אין די מארק און פיהל האבען שטארק מקפיד געווען נאר צו עסען פון זיין מצות. ער האט זאגאר געבאקען ערב פסח מצות אויפ'ן מאשין, וואס די אלע מדקדקים פון ערב פסח מצות און מדקדקים נאר צו עסען מאשין מצות האבען גענוצט. איך האב געהערט אז איינער אן ארבעטארער האט פארלוירען א פינגער אין זיין מאשין, און אזוי האט זיך דער פאבריק פארמאכט.
אין א ספר האב איך אמאהל געזעהן געברענגט, אז ר' שלמה באבובער האט געניצט א מאשין וואס האט גומר געווען די מצה נאכען וועלגערען, איך וואס נישט פונקליך וואס די מאשין האט געטוהן.
דו היינטיגע בעקערייען, בעיקר אין ארץ ישראל, האבן אזעלכע טישען מיט אייזערנע שטעקענעס אויסצוארבעטן די טייג נאכן קנעטען, קען אויך הייסן א מאשין לויט די אמאליגע סטאנדארטן.
מ׳שטייט ביי די טישען און ס׳איז דא אן אייזענע שטעקען באהאפטען צום טיש מיט א לויזע שרויף, און מ׳טאנצט ארויף און אראפ מיט די שטעקען אויף דער טייג ביז ס׳ווערט בעסער געקנויטען. דאס הייסט ביי זיי ׳פינען׳ די טייג.
איך האב געהערט אז די סבה דערצו איז ווייל וויבאלד ס׳רעגענט נישט סשעת הקציר אין א"י, דעריבער איז די ווייץ הארטער, און די מעהל מישט זיך אויס שוואכער מיט די וואסער. נאך א פשט האב איך געהערט אז די מחמירים נוצען ווייניגער וואסער און דעריבער דארף מען בעסער בא׳ארבעטען די טייג.
טאמער די פראבלעם מיט מאשין מצות איז אז אויל קען ארויפשפריצען אויף די מצות, דארף עס דא אויך גילטען. אן אויל וואלט לכאורה אזא סיסטעם נישט גע׳ארבעט