☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #24

טעמפא » מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:47 am

· #104
עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה
עשן הכבשן, השואה סיבותיה ולימודיה‚ מלקוט מחיבורי ושיעורי רבי אביגדור מיללער זצ"ל ע"י דוד הירש מאיער,ברוקלין תשע"ב, רי"ז עמודים - $15.00

א שיינער ליקוט אויף אלץ ארום די וועלט-מלחמה פון א תורה'דיגן פרעספעקטיוו כדרכו פון הרב אביגדור מיללער זצ"ל. די יסודות'דיגע השקפה און די שיינע געדאנקען זענען אויסגעשטעלט אין א שיינעם פארמאט און איז ממש א מציאה פאר אזא ביליגן פרייז.

רואיק » זונטאג מערץ 4, 2012 5:06 am

· #387
Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה
וואס, די שואה איז געשעהן ווייל אידן זענען געגאנגען צום כותל, ניין?

roasted » זונטאג מערץ 4, 2012 1:53 pm

· #426
Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה
גראדע האב איך געהערט אז הרב מייער ציעל מיטן קנטרס קעגן הרב יהושע געלדצעלער מחבר ספר אמונת יהושע וואס דארט ערווענט ער אויך קעגן ר' אביגדור מילער'ס מהלך

-----

רואיק איך פארשטיי נישט וואס די מיינסט.

roasted » זונטאג מערץ 4, 2012 2:35 pm

· #437
Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה
שמעתי אין זיין ספר אמונת יהושע אין די מבוא

דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 6, 2012 3:26 pm

· #688
Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה
אין דעם ספר ווייזט ער צו זאגט דער סיבה פארוואס דער הולוקאסט איז געקומען. דער וואס שרייבט אזוינע זאכען איז על הכלל כולו יצא. תמוה.

סאסוב » דינסטאג מערץ 13, 2012 1:48 am

· #1275
Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה
א אינטערעסאנטער בר מזל איז הרב אליהו יהושע געלדצעהלער שליט"א, צו קענען ציען אויף זיך קריטיק.
אויף זיין הקדמה צו די פיר בענדער קדשי יהושע על מסכת מסדר קדשים, ווי ער רעדט פון צמצום ועוד על פי משנתו פון זיין גרויסן שווער רבי אליהו אליעזר דעסלער במ"ס מכתב מאליהו [חתן ר' אליהו אליעזר מו"ץ בווילנא חתן רבי ישראל סאלאנטער] האט ר' נחום גרינוואלד געשריבן דערקעגן עטליכע מאמרים אין היכל הבעש"ט.

גוטזאגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:15 pm

· #48731
אויב איך געדענק גוט אז הרב מילער האט יא מיטגעמאכט און איבערגעלעבט די קריג, ער איז טאקע געבוירען געווארען אין אמעריקע, אבער ער איז געפארען לערנען אין אייראפע.

פערינא » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 7:21 pm

· #48877
נניח אז ער רעדט צו דער זאך, איז עס נישט אביסל מאדנע אז גאט האט אויס געגאסן זיין כעס אין אייראפע? וואס, די אמעריקאנע יודעלעך זענען געווען מער דערהויבענע? אדער אייראפע איז אפשר געווען א איזי טארגעיט?

ס'מאכט נישט קיין צוויי סענס אין מיינע פליישיגע אמעריקאנע מגושמ'דיגע אויגן.

איך שטעל דער עסק אויף חזקה. איך האב אין די לעצטע עטליכע צענדליג יארן נישט אנגעטראפן א הסבר אויף א גרויסע צרה וואס זאל זיין קולע אל השערה, ווער רעדט נאך ווען די מדובר איז די שואה.

לאמיר רעדן וועגן דער אלגעמיינער, וואס איז געשען מיט אים. זא בלעטל געווען מלא וגדש מיט א טעם זקנים, די לאנגע שבת ביינאכט און די ווינטער און די נאכמיטאגס אין די זימער. וואו טרעפט מען איינער צו רעפלעיסן אייבשיץ בוק רעוויוס, דובראווסקי'ס מאמרים, די מוסר שמועסן פון די רב אין ברייטאם ביעטש,

וואס איז געבליבן פון אים, א גארנישט מיט גארנישט. איי פון ווי נעמט די יונגערע יארן.

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:03 pm

· #48896
פערינא דיינע צוויי סענט זאגן דיר אז השי"ת האט געדארפט אויס'הרג'נען די אידן פון אמעריקע אויך?

פערינא » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:25 pm

· #48897
איך האב געזאגט אז ווען ס'וואלט געווען בעסער דיווערסיפייד וואלט איך געכאפט די מעסעדזש. די זעלבע זעקס מיליאן,  קיין איינס נישט מער,  אדער ווייניגער.

די גלאז איז נישט האלב פיל, די גלאז איז האלב ליידיג.

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:40 pm

· #48903
און פארוואס מיט זעקס מיליאן ביזטו יא צופרידן? וואס איז שלעכט מיט 5?

גראדע איז דא א תירוץ אויף דיין קשיא אבער פון דיין וועג פון פרעגן, פון דיינע זילזולדיגע ווערטער כלפי מעלה, קוקט נישט אויס אז דו זיכסט א תירוץ, הלוואי איך וואלט נישט געליינט דיינע נידריגע געשרייבעכץ.

קול גדול » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:45 pm

· #48904
תכלית זען מיר אז סיי רעליגיעזע און סיי נישט רעליגיעזע אידן האבן פונקט די זעלבע געליטן און גאט האט נישט געשיצט זיינע גלויביגע, וואס דאן וואלט אפשר יא געווען א באווייז אז גאט האט געצארנט אויף די אומגלויביגע.

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:47 pm

· #48906
א אינטערנאציאנאלע סיסטעמאטישער האלאקאוסט איז נאר געווען אויף די אידן.

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:48 pm

· #48907
רש"י זאגט דאך "והורגת רעים וטובים"

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:57 am

· #48963
כהאב אמאל געהערט איינער האט געפרעגט לאבאוויטשער רבי , וואס איז פשט פון די האלאקאסט?
האט ער געזאגט אז מען בראבירט צי ענטפערן מיינט אז מען פארענטפערט היטלער.
סנישט דא קיין תיריץ וואס מיר קענען פארשטיין.
למעשה רב מילער האט יא געהאט א תיריץ.

קול גדול » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:24 am

· #48972
זר זהב
רש"י זאגט דאך "והורגת רעים וטובים"

דאן שטעלט זיך די קשיא וואס אברהם אבינו האט געפרעגט: "השופט כל הארץ לא יעשה משפט".

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:50 am

· #48977
פארוואס באדערט די קשיא נאר אויף גרויסע זאכען? ווען איך גיי נעם א גאן און שיס דער דרעסטער צדיק און דער וועלט ר''ל,
וואלט אויך געבאדרט ווי אזוי דער אייבשטער לאזט דאס צי, אדער יעדער וואלט פארשטאנען אז דער אייבישטער האט איבערגעגעבן די וועלט אינעם מענטש'ס בחירה
היטלער איז געווען א גרויסע רשע, און האט געניצט זיין בחירה .איך זע נישט קיין קשיא אויפען אייבערשטען.
ממאכט הנחהס און מפרעגט קשיאס.

די מבול אין נח'ס צייטען איז געווען א דיירעקטע מעשה פון גאט אין דארט זעסטו.קלאר אז דו ערליכע זענען טאקקע געראטוועט געווארן אינעם תיבה.

קול גדול » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:52 pm

· #49008
לויט ווי דו זאגסט אז ס'איז נישט געווען יד אלוקים בדבר אז טאקע נישט קיין קשיא. אבער דא קאמענטירט מען אויף אביגדור מיללער'ס באהויפטונג אז ס'איז יא געווען אן עונש פון גאט, און וויבאלד מ'זעט אז גלויביגע און אומגלויביגע האבן מיטגעטיילט דעם זעלבן שיקזאל, שטעלט זיך די אויבנדערמאנטע קשיא.

גוטזאגער » מיטוואך אקטאבער 3, 2012 11:40 am

· #49212
ר' אביגדור מילער ז"ל ברענגט ארויס - און ער איז דער איינציגסטער וואס פארציילט עס - אז פאר די מלחמה איז די מצב אין פוילן (צו וואו בכלל) נישט געווען אזוי גלאנציג, מילד גערעדט. און אויב עס איז געקומען אזא ביטערע צרה ווי דער חורבן מאך דיר נישט תמ'יש און פרעג וויאזוי האט עס געקענט קומען.

עס איז דא קליפס ווי מען זעט ווי די וואס דארפן צו זיין יודען האבן אין געטא, בשעת זיי זענען שוין געווען אויף צרות, געטאנצען געמישטע טענץ. דאס פאנגט נישט אן צו בארעכטיגן דעם ימח שמו'ניק, און דאס איז אמת אז עס האט באפעסטיגט יודישקייט, פון די איבערלעבערס זענען טאקע אסאך אריינגעפאלן אין יאוש אדער סתם אפגעלאזט יהדות, אבער די גלויביגע וואס האבען במשך די שווערע צייטן אלעמאל פרובירט אפצוהיטען די תורה ווי ווייט מעגליך, זיי האבען זיך געשטארקט און זיי זענען געווארען געשטארקט אין די אמונה עד כדי כך אז אפי' שפעטער אין די שווערסטע אומשטענדן האבען זיי זיך געהאלטען פעסט.

יעצט דו פרעגסט פ"וו אייראפע? זייער פשוט, נסתרים דרכי ה', מען האט געזינדיגט איז געקומען אן עונש. וואס ווי ווען? איז שוין נישט דיין עסק. אין פשטות שטייט אין די ספרים אז די עונש האט זיך אנגעפאנגען ווי עס האט זיך אנגעפאנגען אסימילאציע וואס דאס איז אין דייטשלאנד, אנווייזענדיג פארוואס דער עונש איז געקומען.

ר' מיכאל בער האט אמאל דעציילט פאר זיינע תלמידים, אז ווען ער איז ארומגעפארען פארן קריג איז אים אויסגעקומען צו זיין אין די דעמאלטסדיגע עיר ואם בישראל ווארשע. גייענדיג אויף די גאס האט ער באגעגנט א יוד מיט א הדרת פנים, א שניי ווייסע בארד, און יענער יוד פרעגט פון רמ"ב אויב ער וויל אריינקומען משלים זיין מנין פאר יציאת נשמה? אוודאי, וואס איז די שאלה? רמ"ב גייט צום בנין ווי יענער איד האט אים אנגעוויזן, ווי נאר ער איז אריינגעקומען און בנין דערזעהט ער פאר זיך א יוד מיט א רעוואלווער אין די האנט זאגנדיג "האלט, געב אהער דיין געלט, אז נישט וועל איך דיר הרג'ענען!" וואס? פרעגט רמ"ב, הרג'ענען א יוד? "דו אונגארישער נאר, (זעט אויס אז ער האט אים דערקענט אויפן לבוש) געב אהער דיין געלט אז נישט...." עכ"פ ר' מיכאל בער האט געוואלט ארויסברענגען די געפאלנקייט פונעם דור אין יענע תקופה.

ודע מה שתשיב. איך האב אמאל געזאגט פאר איינעם וואס האט נישט געקענט קומען צו זיך פ"וו זיינע זיידעס האבן געליטן, אז איך האב גרויס מיטלייד מיט דיין צער און איך פארשטיי דיין דילעמא, אז דיין קליינע שכל זאגט אז א צווייטע וועלט מלחמה מיט ג-ט איז א סתירה, איך האב פאר דיר א געוואלדיגע עצה, לעצטענס איז אויפגעקומען א גרופע האלאקסט לייקענער, שטעל דיך צו מיט לייקענען אז עס איז געווען אזא מין זאך ווי די מלחמה, און אזוי ארום קענסטו ווייטער דינען דעם אייבערשטן מיט אן אמת.....

איבעריג ארויסצוברענגען די עקל בשעת ווען אונזערע זיידעס זענען אריינגעגאנגען אין גאז קאמערן אומגעקומען אויף קידוש השם און נישט אויפגעגעבן זייער אמונה, זיצן אפאר אויפגעקלערטע אויפן באקוועמען פאטעל און שרייען אויף דעם וואס די זיידע האט זיך אוועק גע'הרג'עט להפך קערה על פיה.

ודי למבין » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:01 pm

· #93144
א עלטערע יוד (הרב בעניש ז"ל) האט אמאל געהרט א גאנצע דרשה ווי א בעל דרשן איז מסביר בטוב טעם ודעת פארוואס די חורבן איז געקומען וכו' וכו', נאכן דרשה האט זיך די יוד אנגעריפן, דאס הייסט אז לויט דיר קומט אויס אז אויב עס וואלט נישט געשען וואס איז געשען וואלטן מיר גאר געהאט א קשיא פארוואס האב די באשעפער נישט געברענגט די האלקאסט...

היימישער ליטוואק » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:05 pm

· #93172
ודי למבין
א עלטערע יוד (הרב בעניש ז"ל) האט אמאל געהרט א גאנצע דרשה ווי א בעל דרשן איז מסביר בטוב טעם ודעת פארוואס די חורבן איז געקומען וכו' וכו', נאכן דרשה האט זיך די יוד אנגעריפן, דאס הייסט אז לויט דיר קומט אויס אז אויב עס וואלט נישט געשען וואס איז געשען וואלטן מיר גאר געהאט א קשיא פארוואס האב די באשעפער נישט געברענגט די האלקאסט...

יא!

גם כי אלך » זונטאג פעברואר 23, 2014 1:44 pm

· #185661
עשן הכבשן איז א וואונדערליכער ספר, גוט באארבעט און רייך געשריבן. עס באנעמט די תקופה פאר די קריג מיט זייער א אביעקטיווער בליק.

לגבי די עצם נושא, צי ס'איז שייך צו טענה'ן אז די שואה איז געקומען צוליב די זינד האב איך שוין לאנג געזען א שיינע מאמר וואו סווערט אויסגעשמיסט דעתם פון הרב שך און האדמור מלויבאוויץ דערוועגן, די ישיבהשע בליק איז אז דאס איז פשוט געווען אן עונש, בשעת דער חבד רבי קוקט עס אן מיט א העכערע הסתלקות פון הגשחה וידיעה.

שאלת הגמול והעונש לגבי השואה היא שאלה שהתעוררה בעוזה אחרי מאורעו השואה האיומים. יהודים רבים חשו שהתשובה הרגילה של שכר ועונש לא יכולה להסביר מאורעות כאלו גדולים ואיומים. יהודים רבים איבדו את אמונתם בעקבות השואה תוך כדי השאלה הקשה היכן היה אלוקים בשואה.

הרב שך ראה בשואה מאורע שנכנס לתוך המסגרות הרגילות של שכר ועונש. הדברים באו לידי ביטוי בדברים שהוא אמר בחודש טבת בשנת תשנ"א ושהופיעו בתמצית בעיתון יתד נאמן.

איננו יודע אם הדבר שיאמרו כאן, יהיו ערבים לאזני השומעים האם יהיו פופולריים דים, על אף שהמה אמת לאמיתה, האמת הטהורה כמו שהיא ללא רבב. אך אין באפשרותי לדבר אחרת ממה שאני מבין. ואחרת אני לא מסוגל להבין, התחושה הפנימית שלי דוחקת בי לומר את האמת, ובשנותי אלו יש רצון עמוק לומר דברים כהוויתם ללא כחל ושרק, וכל אחד שיתבונן בדברים יראה את האמת כמו שיהא ללא שום תערובת.

ברצוני להציב שאלה, מחשבה שמנקרת אצלי הרבה שנים, היתה שואה לפני עשרות שנים, בשואה זו הושמדו ששה מליון יהודים, עד השואה גם לא היתה רגיעה בעולם, ממלחמת העולם הראשונה, אין מנוחה בעולם, גם ברוסיה סבלו מליוני יהודים. בכל רחבי רוסיה נהרגו יהודים, ועדיין לא נראה הסוף.

השאלה הניצבת לפנינו עם כל הכאב על אבדן ששה מליון מאחינו בני ישראל. אין משפחה שלא סבלה מהשואה, אין הורים או אחים, צאצאים, וסתם קרובים, כולם נפגעו מהשואה הנוראה שנגזרה על עמנו, הלא דבר הוא, אנו לא נעצרים לרגע לשאול, מדוע זה קרה, וכי ח"ו הקב"ה נוהג באכזריות הרי הוא מלך רחום וחנון, מה זאת עשה השם לנו הלא דבר הוא, האם זה בחינם? האם יש בכוחו של בשר ודם פרא אדם כהיטלר ימ"ש, להשמיד ששה מליון יהודים? אם אנו סוברים כך, לוקים אנו באמונה בהשגחת בורא העולם על ברואיו.

אני שואל, איך וכיצד צריך יהודי לחשוב לנוכח שואה נוראה כזו, בודאי שיש חשבון לכל זה, הרי מאות בשנים לא קרה מקרה כזה כהשואה הנוראה הזו.

ברור הוא שהתשובה ברורה עד למאד. הקב"ה ניהל חשבון אחד לאחד. חשבון ארוך המשתרע על פני מאות שנים. עד שהצטבר לחשבון של ששה מליון יהודים וכך התרחשה השואה, כך צריך יהודי להאמין, ואם היהודי לא שלם באמונה זו, הוא כופר בעיקר, והביאור פשוט הוא שזה עצה של הקב"ה, וזה בהכרח עונש. ואם לא נקבל את זה כעונש, הרי כאילו שאנו לא מאמינים בהקב"ה ח"ו.

עיקרה של התשובה של הרב שך רואה בשואה מאורע רגיל שהוא חלק מהחשבון הפשוט של שכר ועונש. מי שרואה בשואה חריגה מהחשבון הרגיל של זכויות ועוונות הוא בעצם כופר בעיקר. לכן, הרב ש"ך רואה בדברים חשבון גדול וארוך שהיה לקב"ה עם עמו, שבו הוא חיכה במשך מאות שנים עד שהתצברו העוונות ואז הוא העניש את עם ישראל בחומרה. החשבון הארוך היה מדוקדק והעונש הנורא הגיע לעם ישראל בעקבות הדברים הללו.
הרב שך

הרב שך

הרב שך ממשיך ואומר שבעקבות זאת יש סיבה לחשוש ששואה גדולה תחזור בגלל שעם ישראל לא מתנהג כראוי והרשעים שולטים. העובדה שהקב"ה מאריך אפו עם עם ישראל לא תמשך לנצח ובאיזה שהוא שלב החשבון ח"י ותמלא ושואה נוספת עלולה לחזור.

ולאחר השמדת הששה מליון מתחיל חשבון חדש עם עם ישראל, אין לנו מושג כלל על כמה שנים ישתרע חשבון זה, מתי תתמלא הסאה, אם שנה או שנתיים ואולי עשר שנים. הרי נוכחים אנו לדעת שהקב"ה גבי דיליה ומשלם את מה שנגזר, א"כ צריכים אנו לחשוב, אמנם כעת אנו רגועים וטוב לנו, כי עדיין לא נתמלאה הסאה, אבל שתתמלא הסאה והחשבון של הקב"ה יראה שנתמלאה הסאה אז יהיה חשבון חדש, האם זה לא כך? האם יש מישהו שיכול להכחיש דבר זה, הרי לא יתכן אחרת, ואסור לומר אחרת
ומה שאנו רואים שהרשעים שולטים, זה כל עוד שלא התמלאה הסאה, אנו עדים לכך שהמצב הרוחני נהיה יותר גרוע, זה ממלא את הסאה, וזה עלול להיות עוד שנה או עשר שנים, או אפילו מחר. לפני השואה חיכו מאות שנים במצב של רגיעה עד שהתמלאה הסאה.

כאן, בבתי הספר החילוניים מתחנכים אלפי ילדים יהודיים, האם הם יודעים משהו מיהדות? ומה יהיה עם הדור הבא. האם הילדים שלהם יידעו מה זה משה רבנו ע"ה, הרי אלו שלומדים היום בבתי הספר הממלכתיים לא יודעים מי זה משה רבינו, ומי זה אברהם אבינו. ואחרי עשרים שנה גם יהיה אותו דבר. אז גם יהיה ח"ו נתמלאה הסאה.

לכן יש עצה. "שובו אלי ואשובה אליכם", יש לזכור כי דברי חז"ל הם קדוש! קדוש! קדוש! דבריהם הקדושים לא נאמרו ח"ו כבשיגרא בעלמא, או מליצה ח"ו, דבריהם הם אמיתיים וקיימים בל נסוב מדבריהם, ואז יש לנו תקווה.

הרב שך חושש לגורלו של עם ישראל בעקבות ההתחלנות שלו וקורא לתשובה שלמה. הדברים נאמרו תקופה קצרה לפני מלחמת המפרץ הראשונה ונדמה שהרב שך ראה בה אפשרות לסכנה כללית לעם ישראל.

האמירה הפשוטה של חשבון שכר ועונש שנאמרה בדבריו היוותה מצד אחד אמונה פשוטה ומצד שני, היוותה מבחינת יהודים רבים תשובה בלתי אפשרית. אמריה זו הצטרפה בתודעה הישראלית לאמירות שקישרו שנים ספורות לפני כן בין אסון הבונים לבין מזוזות פסולות שהיו בבית הספק או לחילולי שבת.

האדמו"ר מלובביץ' הגיב בצורה מאוד חריפה לדברים הללו של הרב שך. כידוע, בין הרב שך לבין האדמו"ר מלובביץ' היה מתח רב, כאשר בדרך ככל ההתקפות באו מכיוונו של הרב שך על האדמו"ר. במקרה הזה ההתקפה באה מצידו של הרב'ה. הדברים נאמרו בתגובה ישירה ומהירה על דבריו של הרב שך בשיחה באותו שבוע שבו נאמרו דבריו של הרב שך.
האדמו"ר מלבוביץ,

האדמו"ר מלבוביץ,

ישנם ענינים בלתי-רצויים שאינם באים בתור עונש על עונות, כי אם, מפני שכך גזר הקב"ה, ללא טעם והסברה כלל בשכל וחכמת התורה. ובלשון חז"ל (בנוגע להריגתו של רבי עקיבא שסרקו בשרו כמסרקות של ברזל, ועל-דרך-זה כל עשרה הרוגי מלכות) "שתוק כך עלה במחשבה לפני", "גזירה היא מלפני (ולא נאמר על זה "מי חשיד קב"ה דעביד דינא בלא דינא"). ואבוהון דכולהו - גזירת ברית בין הבתרים, כמו-שכתוב "ידוע תדע כי גר יהיה זרעך בארץ לא להם ועבדום וענו אותם ארבע מאות שנה", שאין זה בגלל עונות, אלא שכך גזר הקב"ה.

האדמו"ר מתחיל בכך שיש עניינים רעים שקורים מחוץ להנהגה של שכר ועונש, כגון רבי עקיבא שנהרג על ידי הרומאים או כמו גזירת ברית בין הבתרים. בדברים אלו שנעשים ללא סיבה לא שייכת השאלה האם הקב"ה עושה דין ללא משפט.

ובנדון-דידן: השמדת ששה מליון יהודים באכזריות הכי גדולה ונוראה - שואה איומה שלא היתה (ולא תהיה רחמנא-לצלן) דוגמתה במשך כל הדורות - לא יכולה להיות בתור עונש על עונות, שכן, אפילו השטן עצמו לא יוכל למצוא חשבת עונות בדור ההוא שיהיה בו כדי להצדיק ח"ו עונש חמור כזה, אין לנו שום הסבר וביאור כלל וכלל על השואה. אין לנו שום הסבר וביאור (ע"פ חכמת התורה) כלל וכלל על השואה, כי-אם רק ידיעת העובדה ש"כך עלה במחשבה לפני", ואשר "גזירה היא מלפני" … ובודאי ובודאי לא ההסבר דעונש על עונות.

האדמו"ר ממשיך ואומר שלא ניתן להסביר שהשואה היא עונש על עוונות כי אפילו השטן בכבודו ובעצמו לא היה מצליח למצוא הצדקה לעונש כזה. הנוראיות של ימי השואה לא מאפשרים לומר שהדבר הזה הוא מוצדק כעונש ראוי. הטענה שאפילו השטן לא היה יכול לראות את השואה כעונש מוצדק היא מעניינת בגובה לרב שך שראה בשואה עונש מוצדק. נדמה לי שאין תורך לפרט מדוע הגישה הזו שרואה בארוע ההסטורי חריגה מעולם השכר והעונש היא מהפכנית.

ואדרבה: כל אלה שנהרגו בשואה הם קדושים (כפי שנקראים בפי כל ישראל) כיון שנהרגו על קדושת השם (בגלל היותם יהודים), והשם ינקום דמם (כפי שמוסיף כל יהודי שמזכיר קרבנות השואה), ובנוסח התפלה ד"אב הרחמים": "קהלות הקודש שמסרו נפשם על קדושת השם . . וינקום נקמת דם עבדיו השפוך, ככתוב בתורת משה . . כי דם עבדיו יקום . . ובכתבי הקודש נאמר . . יודע בגוים לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך", היינו, שהקב"ה מעיד עליהם שהם "עבדיו" (שמציאותו של העבד היא מציאות האדון), ומבטיח ש"ינקום נקמת דם עבדיו השפוך", כיון ששפיכת דמם הוא היפך חפצו…

האדמו"ר ממשיך וטוען שלא רק שלא ניתן לראות את השואה כעונש וממילא את הרוגי השואה ככאלו שהיה ראוי להעניש, אלא שיש להתייחס לכל הרוגי השואה כקדושים שאין שום בריה יכולה לעמוד במחיצתם. היחס להריגם היא מתוך התקווה שה' ייקום דמם כי הוא בוודאי לא רצה במובן הפשוט שכך יקרה להם אלא שהייתה גזירה.

בהמשך דבריו הרב שניאורוסון יוצא בתקיפות גדולה נגד השימוש בהפחדה של האפשרות של הישנות שואה כדי להפחיד את עם ישראל מעוונות. הוא אומר שבדורנו לא שייך מול אוד מוצר מאש, שנמלט מהשואה, לנסות ללכת בדרך של הפחדה אלא רק בדרך של חיזוק החיים.

ומושלל מלהשתמש בשואה בתור הפחדה בנוגע לעונש על עונות, ובפרט בנוגע לדורנו זה, "אוד מוצל מאש", שארית הפליטה מהשואה הנוראה, אשר, בהנהגתו בחיים ע"פ הוראת תורת-חיים ממשיך בדרך החיים של דור הקדושים לאורך ימים ושנים טובות, בבחינת "זרעו בחיים אף הוא בחיים". ובודאי שדברי שטנה אלה לא יעשו שום רושם כלל וכלל…

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 9, 2014 2:07 am

· #199740
גם כי אלך, געוואלדיג!
ונראין דברי הרב מלבוביץ זצ"ל.

עפל סיידער » פרייטאג מאי 9, 2014 2:21 pm

· #199796
נולד מאוחר
כהאב אמאל געהערט איינער האט געפרעגט לאבאוויטשער רבי , וואס איז פשט פון די האלאקאסט?
האט ער געזאגט אז מען בראבירט צי ענטפערן מיינט אז מען פארענטפערט היטלער.
סנישט דא קיין תיריץ וואס מיר קענען פארשטיין.
.

דא שטייט גאנץ א פארשטענדליכער הסבר עס דויערט אביסעל צייט דורכצוקוקען אבער ס'לוינט
<a class="postlink" href="https://www.copy.com/s/sFRFR4eQ4JQ4UqqA/Hebrewbooks_org_35333.pdf">https://www.copy.com/s/sFRFR4eQ4JQ4UqqA ... _35333.pdf</a>

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:16 pm

· #233796
villager
פערינא דיינע צוויי סענט זאגן דיר אז השי"ת האט געדארפט אויס'הרג'נען די אידן פון אמעריקע אויך?

ניין. אבער זיין טענה איז אז אויב דאס וואס הרב מילער האט געזאגט איז ריכטיג, וואלטן די אמעריקאנער אידן פונקט אזוי פארדינט א שואה. פארוואס דווקא אייראפע?!...!
איך פערזענליך האלט אז הרב מילער במחכת"ה האט אריינגערעדט אין אן ענין וואס גרעסערע פון איהם (בתורה וצידקות) ווי דער חפץ חיים און שינאווער רב זי"ע וזצ"ל, האבן געזעהן ברוח קדשם און האבן גארנישט געקענט טון כדי מבטל צו זיין די גזירה, און האבן מודה געווען אז זיי פארשטייען נישט...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:25 pm

· #233798
קול גדול
תכלית זען מיר אז סיי רעליגיעזע און סיי נישט רעליגיעזע אידן האבן פונקט די זעלבע געליטן און גאט האט נישט געשיצט זיינע גלויביגע, וואס דאן וואלט אפשר יא געווען א באווייז אז גאט האט געצארנט אויף די אומגלויביגע.

דאס איז די פירכא אויף הרב אביגדור מילער'ס מסקנא. און איז אויך א מוסר השכל פאר די היינטיגע נארישע מענטשן וועלכע לייגן אריין אלע צרות און אנטיסעמיטיזם וואס געשעהט איבער די וועלט און איז געשעהן מימות מתן תורה מסיני, אין ציוניזם. פאר אלץ און אלעמען זענען די ציונים שולדיג...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:37 pm

· #233804
גוטזאגער: (אויב דו לעיבסט נאך?) : איך האב נאר איין קליינע באמערקונג אויף דיין מעשה'לע מיט ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ע"ה אין ווארשע.
נאך א מזל דער רויבער אין ווארשע מיט'ן גאן איז געוועין א איד. ווייל א שחור אין הארלעם אדער בעדפארד סטייווסענט אדער בושוויק וואלט נישט געטענה'ט מיט'ן קרבן נאר גלייך געשאסן...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 6:30 pm

· #233895
אנאנים: אבער די קשיא בלייבט נאך אלץ. ווייל ר' אביגדור מילער אליינס האט נישט געליטן אין האלאקאוסט און האט נישט פארלוירן קיינעם פון זיין משפחה, ווי עלטערן און געשוויסטער און קינדער. ממילא קען ער נישט קומען און ראציאנאליזירן עפעס וואס איז געשעען צו אנדערע אידן וועלכע האבן יא געשפירט דעם חורבן אויף זייער אייגענע הויט...!
דאס מערסטע וואס זייטיגע מענטשן קענען טון איז זאגן "הצור תמים פעלו. כל דרכיו משפט א-ל אמונה ואין עמו עוול". מצדיק את הדין זיין. אבער נישט פרובירן פארשטיין און אריינטייטשן א שולד אויף קדושים וטהורים וועלכע זענען אומגעקומען על קדושת שמו יתברך. ווייל אינז דארפן מיר געדענקען אז די פארשאלטענע נאציס, ימח שמם וזכרם, ווען זיי האבן מבזה געוועין ערליכע אידן מיט בארד און פיאות און דעם צלם אלוקים, ותפילין בראשם, האבן זיי די רשעים ארורים אויך מחלל געוועין דעם אייבישטנ'ס נאמען. אויך ווען זיי האבן מבזה געוועין ספרי תורה און דברים שבקדושה. די אלע הייליגע אידן וועלכע טוען בארעכטיגן אלע עונשים אויף אידן און זיי ווייסן קלאר צוליעב וועלכע עוונות דאס איז געקומען, ווי ציונות, למשל. זיי אלע פארגעסן דעם גרויסן חילול ה' וואס געשעעט ווען ס'קומען ח"ו צרות אויף כלל ישראל.
אז מ'רעדט שוין איז כדאי צו פרעיגן וועלכע עונשים חמורים קומט זיך פאר אזעלכע ברואים ווי די וואס זיצן אין אזוי-גערופענעם התאחדות הרע בנים און זענען מעוות ומענה את הדין בשאט נפש שוין יארן לאנג. איך וואלט געוואלט זען וועלכע עונשים און מיתות משונות און חולאים רעים קומט זיך פאר אט די ברואים. דאן וועל איך אויך מצדיק זיין את הדין און אנווייזן פונקטליך פארוואס אט די עונשים זענען געקומען אויף זיי...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 8:29 pm

· #233932
[ציטאט אראפגענומען]

א שאד מ'קען נישט זעהן וויאזוי איך לאך....! אפשר זאגט איר מיר פונקטליך אוואו די גרעניץ פון דברי כפירה אין מיינע רייד זענען?...!

פרייוויליג » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 8:34 pm

· #310896
איך וויל לייקן דעם הרב שש הונדערט מאל.

בן אדם » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 9:20 pm

· #310899
[ציטאט אראפגענומען]

נישט קיין איין חסידישער רבי ? אפשר זענען זיי געווען אפיקורסים...

ירא שמים » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 10:27 pm

· #310904
Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה
ס׳ריכטיג אז צרות קומען אלס עונשים פאר חטאים, אבער די אופן העונש איז נאך אלס דרכי השם וואס מפארשטייט נישט, ד.ה. אזוי ווי איינער האט געפרעגט פארוואס די אידן אין אמעריקע וואוו אידישקייט איז געווען שוואכער זענען נישט נענש געווארן און פארוואס צדיקים ואנשי מעשה זענען יא געשלאגן געווארן וכדו׳, ממילא זאגן אז די עונש קומט וועגן די חטא איז נישט אזוי פשוט.

ירא שמים » דינסטאג דעצעמבער 1, 2015 12:03 am

· #310911
Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה
וואס גייט שטימען? פארוואס אידן אין אמעריקע זענען געשוינט געווארן? לו יצויר וועסט קענען פארענטפערן אלע קשיות בנוגע דעם האלאקאסט וועסטו נאכאלס מוזן מודה זיין צו די נקודה וואס איך האב ארויסגעברענגט בנוגע כלל הצרות והיסורין, השתא דאתית להכי פעלט שוין נישט אויס צו פארענטפערן, אויב דו האסט א שיינע תורה קענסטו עס נאכאלס זאגן אבער לגופו של ענין זע איך נישט קיין נחיצות.

גיבור » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 12:02 pm

· #311057
[ציטאט אראפגענומען]

לכאורה האסטו נישט גענוג געלייענט פון די שואה, פארדעם האלטסטו אז זיי זענען תמימים אדער חס ושלום אפיקורסים,
איך בין דיר ממליץ צו ליינען נאך א בוך און נאך א בוך איבער די ביטערע תקופה, קוקען נאך א עדות און נאך איינס, ביז די וועסט פארשטיין די יודען,
און זאלסט וויסען דעמאלטס אז די האסט נאכאלץ נישט קיין השגה וואס דארטן איז געווען,
אדרבה ברענג מיר איין גדול וואס הא דאס אלעס דורכגעמאכט און זאגט אויך אזוי............

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 12:53 pm

· #311060
בן אדם
[ציטאט אראפגענומען]

נישט קיין איין חסידישער רבי ? אפשר זענען זיי געווען אפיקורסים...

ס'זענען געווען עטליכע חסיד'ישע רבי'ס וועלכע האבן בפירוש או ברמז גערעדט איבער'ן אנקומענדן האלאקאוסט. איינער פון זיי איז געווען הרהגה"צ משינאווע זצ"ל. לויט ווי ס'איז באשריבן אין עטליכע פלעצער איז ער אמאל אין א ליל ששי אריינגעקומען אין בית המדרש. ער האט געזעהן אז דער עולם שטייט און קהל'צט. האט ער זיך אנגערופן. רבותיי, שטעלט'ס ענק זאגן תהילים. ווייל ס'איז יעצט געבוירן געווארן א גרויסער רשע, וואס אויב ער וועט בלייבן לעבן, וועט ער ח"ו גוזר זיין א גזירת כליה אויף כלל ישראל...!
אויך, דער ספינקער רבי, דער חקל יצחק, זי"ע, האט תיכף נאך די ערשטע וועלט מלחמה זיך אפגעשטעלט אויף א געוויסן פלאץ און ער האט זיך זייער שטארק צו וויינט. און געזאגט בזה"ל...אוי וויי. מ'שניידט שטיקער פון כלל ישראל....מ'שלאגט און מ'הרג'עט אידן. און קיינער האט גארנישט געזעהן אדער געהערט. און מענטשן האבן געמיינט אז ער איז ח"ו יצא מדעתו...! מ'זאגט אז פון יענעם ארט האבן די נאציס, ימח שמם וזכרם אוועקגעפיהרט די אידן קיין אוישוויץ...!
אויך דער פריער'דיגער בלאזשוב'ער רבי האט תיכף נאך די ערשטע וועלט מלחמה, ווען ס'איז געקומען א רעפארט אז אין פוילן האט מען געהר'גט זעקס אידן, און די אנטיסעמיטישע, פוילישע רעגירונג האט זיך נישט געמאכט צו טון דערפון. האט ער זיך אנגערופן בזה הלשון...ס'וועט נאך קומען א צייט וואס מ'וועט הרג'נען צענדליגער און הונדערטער טויזנטער אידן, און קיינער וועט זיך נישט מאכן וויסנדיג דערפון...נאר די בארד, (מיינענדיג זיך אליין) וועט שוין דאן נישט זיין דא...!
אויך דער חת"ם סופר, ווען מ'האט געמאכט אין די שטאט פרעשבורג א גרויסע סעודה לכבוד די עמאנציפאציע און גלייכע רעכטן וואס די אידן האבן באקומען, האט זיך שטארק צו וויינט און געזאגט. כ'האב שטארק מורא אז ס'וועט נאך אויפשטיין א המן הרשע און וועט ח"ו פארניכטן כלל ישראל, ווייל מ'איז נהנה מסעודת אחשורוש...!
פון די פריער'דיגע צדיקים רעדט מען דאך נישט, אז זיי האבן פאראויסגעזעהן דעם האלאקאוסט. אויף ר"ר מיילעך און ר"ר זושא איז באוואוסט אז דאס איז געווען איינס פון די טעמים פארוואס זיי זענען געגאנגען אפרעכטן גלות כדי ממתיק צו זיין די דינים...און זיי זענען לפי השמועה אנגעקומען ביז די שטאט אוישוויץ...!
אויך הרה"ק ר' מענדלי מ'רימנוב זי"ע האט אמאל געזאגט פאר אן עולם אידן אז ער זעהט ווי מ'נעמט שוין די גרויסע טעפ און מ'לייגט אריין דארט. ער זעהט די הענט און פיס פון די מענטשן וואס ווערן דארט געקאכט...!

געוואלדיג » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 1:33 pm

· #311065
איך האב זייער אסאך ביכער וועגן די שואה געליינט און איך האב זיידעס פון אלע זייטן וואס זענען אומגעקומען אין די שואה, און פארט רעדט דער ספר צו דער זאך, ליידער איז עס גלוי וידוע וואס עס איז פארגעקומען פאר די קריג, גילוי ערוית און שפיכות דמים חילולי שבת כפירה וכדו' אפילו בעלזא'ער רב האט געהאט א עלטערער בחור ווייל ער האט קיין שידוך נישט געקענט טרעפן פאר איהם אין יענע נידריגע דור, יא מיינע זיידעס זענען טאקע געווען רבנים אין שטעט אבער דער המון עם אויב ווילסטו וויסן ליין דעם עולמו של אבא וויאזוי די מאמעראשער אידן האבן אויסגעזעהן, אזוי האבן אויסגעזעהן די אונגארישע און פוילישע אידן פון פאר די קריג, קוק אויף די פרויען בילדער פון פאר די קריג אסאך פון זיי זענען זייער אויסגעלאסן אנגעטוהן, און אוודאי זענען צווישן זיי אויך געווען אסאך ערליכע אידן אבער כשניתן רשות למשחית וכו' איי די אמעריקאנער אידן איז ער מסביר צוויי תשובות בדבר, א. עס איז דא א ענין פון נתמלא סאתם, ב. זיי זענען אין א געוויסן זין געווען תינוקות שנשבו, און ער שרייבט קלאר אז אויב אמעריקא וועט זיך נישט פארבעסערן ה"י וואס עס קען קומען.

קאצקע ציקער » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 6:55 pm

· #311120
וואס מיינט בוך-ווארים?

באשטעטיגט » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 7:46 pm

· #311126
וואס פארשטייען מיר דען חשבונות שמים-קען מען דען וויסן די סיבה אהן א נביא?
ס'קען זיין צילוב ציונות
ס'קען זיין צילוב מאיז נישט געוועהן געניג ציונים(עי' סידור ר' יעקוב עמדין חווק ג' אות ו*)
סקען זיין צילוב וואס ר' אביגדור מילער זאגט
סקען זיין צילוב די חטא העגל-מרגלים ,וואס מהאט נאך נישט מתקן געוועהן
סקען זיי צילוב שנאת חנם
אפשר עטליכע טעמים צוזאמען אין אפשר גאר עפעס אנדרעש -וואס פארשטייען מיר דען חשבונות שמים !

דאס איז זיכער אז מדארף מפשפש במעשים זיין אין תשובה טיהן
(איך וויל נישט מקטרג זיין אבער איז היינט בעסער ?רוב רובו פין כלל ישראל .....)

*על כן שמעוני אחיי וריעי המתגוררים בארץ לא לנו, על אדמה טמאה, זכרו זאת והתאוששו. זכרו את ה', וירושלים תעלה על לבבכם [...] ואל תחשבו להשתקע בחוץ לארץ חס ושלום, לקיים [ויקרא כו, לח] 'וְאָכְלָה אֶתְכֶם אֶרֶץ אֹיְבֵיכֶם'.
זאת היתה חטאת אבותינו הראשונים שגרמו בכיה לדורות, כי מאסו בארץ חמדה. והיא שעמדה לנו בגלותינו המר, שלא אחד בלבד עמד עלינו. אלא בכל דור לא שקטנו ולא שלוונו, על צוארנו נרדפנו יגענו ולא הונח לנו, כמת מלב נשכחנו. אחר ששכחנו דירת ארץ ישראל לגמרי.
אין אחד מאלף מתעורר להחזיק בה להתיישב שם לדור. כי אם אחד ממדינה ושנים בדור. אין איש שם על לב מבקש אהבתה, דורש שלומה וטובתה. ולא מצפה לראותה. כמדומה לנו בהיותנו בשלוה בחוץ לארץ, שכבר מצאנו ארץ ישראל וירושלים אחרת דוגמתה.
על כן באו עלינו כל הרעות, בשבת ישראל בארץ שפניא [ספרד] וארצות אחרות בשלוה בכבוד גדול מימי החורבן זמן רב, קרוב לאלפים שנה מזמן חורבן בית ראשון. ושוב נתגרשו ממנה [א"ה, גירוש ספרד בשנת רנ"ב] עד שלא נשאר שם ושארית לישראל בארץ ההיא. צדיק הוא ה' כי יצא מדעתם לגמרי ענין גלותם, והתערבו בגוים וילמדו מעשיהם ויעשו נאצות, ויתערבו זרע הקודש בעמי הארצות. 'צִיּוֹן הִיא דֹּרֵשׁ אֵין לָהּ' [ירמיה ל, יז] 'היינו עזובה היינו שכוחה' [ברכות לב ע"ב]...


אגב לפי די טעם שטימט אז די שואה האט ציגעברעגט אז מיליונע יודען האבען עולה געוועהן קיין ארץ ישראל

פרייוויליג » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 8:39 pm

· #311132
באשטעטיגט
וואס פארשטייען מיר דען חשבונות שמים-קען מען דען וויסן די סיבה אהן א נביא?
ס'קען זיין צילוב ציונות
ס'קען זיין צילוב מאיז נישט געוועהן געניג ציונים(עי' סידור ר' יעקוב עמדין חווק ג' אות ו)
סקען זיין צילוב וואס ר' אביגדור מילער זאגט
סקען זיין צילוב די חטא העגל-מרגלים
סקען זיי צילוב שנאת חנם
אפשר עטליכע טעמים צוזאמען אין אפשר גאר עפעס אנדרעש -וואס פארשטייען מיר דען חשבונות שמים !

דאס איז זיכער אז מדארף מפשפש במעשים זיין אין תשובה טיהן
(איך וויל נישט מקטרג זיין אבער איז היינט בעסער ?רוב רובו פין כלל ישראל .....)

פאר פייער און פאר וואסער.