☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מלחמה גע'ענדיגט, ווער איז ארויס די זיגער.

מלחמה גע'ענדיגט, ווער איז ארויס די זיגער.

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2396

outspoken » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:15 am

· #62953
מלחמה גע'ענדיגט, ווער איז ארויס די זיגער.
מען הערט סיי פון מדינת ישרא'ל און סיי פון כאמאס אז אין אפאר שעה וועט זיין א פייער אפשטעל, הודו לה'

לאמיר דא אנעלעזירען ווער איז ארויסגעקומען די זיגער פון די מלחמה.

מדינת ישרא'ל = זיגער
די ערשטע מאל וואס די וועלט האט געהאלטן מיט זיי.
זייער IRON DOMEהאט גיט געארבייט און ס'כמעט נישט געווען קיין געשעדיגטע ב''ה.
געפירט זייער א גוטע social media war

עזה = זיגער
זיי האבען געוויזען אז זיי ווערן פארגעשריטען און קענען שוין שיקן ראקעטען קיין ירושלים און תל אביב.
מ'עפענט זיי די גרעניצען אז זיי זאלן קענען ברענגען געווער פאר די נעקסטע אינטעפארא.

נתניה = זיגער
ער האלט פאר א וואלן און ער האט געוויזען אז ער איז שטארק אקעגען טעראריזם.

חאמאס מיליטערישע הויפטן = פארלירערס
ביי זיי איז מקיום געווארן די פסוק והיו חייך תלאים לך מנגד ופחדת לילה ויומם ולא תאמין בחייך

מצרים = זיגער
זיי זענען געווארען די שלום פארהאנדלערס

אמעריקע = זיגער
פארן צירוק ברענגען די שלום ווארעמקייט ציווישען מצרים און מדינת שראל

כלל ישראל = וועט געווינען ווען משיח וועט קומען און ערוועט אונז אויסלייזען פון גלות. און ביז דעמאלטס בעטען מיר,


"אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשביה,
העומדים בין בים ובין ביבשה,
המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה,
ומאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה,
השתא בעגלא ובזמן קריב"

שטערן » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:33 am

· #62961
נישט אזוי שנעל

Israeli Official Denies Report That Israel And Gaza Militants Agreed To Egyptian-Brokered Ceasefire

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:35 am

· #62963
שטערן
נישט אזוי שנעל

Israeli Official Denies Report That Israel And Gaza Militants Agreed To Egyptian-Brokered Ceasefire

אה ב"ה, ר' מנשה פ. אטעמט אפ. ס'וועט זיין יעצט סחורה פאר נאך אביסעלע

outspoken » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:20 pm

· #62972
אוי וויי, כ'האב געפאסט די נישט ריכטיגע פייל...

מ גפני » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 1:49 pm

· #63005
מען האט געמאכט א פשרה: מדינת י. (אלטע נאמען פונעם "עמוד ענן" אשכול) וועט ווארפן ראקעטן אין די EVEN DAYS און די אראבער וועלן ווארפן אין די ODD DAYS

outspoken » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 8:47 pm

· #63504
די ערשטע תגובה איז געווארען אויפגעפרישט