☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » איך קען שוין קוים ווארטן אויף/אז:

איך קען שוין קוים ווארטן אויף/אז:

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2374

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:32 am

· #62210
איך קען שוין קוים ווארטן אויף/אז:
אויף דזשי ענד דזשי'ס חנוכה סעיל. -- מיין סוט איז האלב חרוב כ'מוז קויפן א ניי'ס.
---
אויך קען איך שוין קוים ווארטן אויף משיח. (פארשטייציך)
=========
אויף וואס קענט איר קוים ווארטן?

לאמיר הער'ן, לאזט נישט ווארטן!

משה געציל » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:34 am

· #62212
מר. זר זאל עפענען עפעס א פרישע אשכול.

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:35 am

· #62213
איך האב דיר נישט געלאזט ווארטן! די אשכול איז קוים א מינוט אלט (אינג)

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:48 am

· #62215
אז די היטינג סיסטעם ביי מיר אינדערהיים זאל נעמען ארבעטן. פון אלע הבטחות ווער איך געפרוירן.

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:49 am

· #62216
טוה אן א דזשעקעט אויף דערווייל

זעמיל מילכיגער » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:12 am

· #62222
כ״א כיסלו וואס גייט פארקומען אויף די ״הייליגע״ מקום שרקדו אבותינו

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:01 am

· #62228
זר זהב
טוה אן א דזשעקעט אויף דערווייל

דאס איז שוין נאכ'ן אנטון דעם דזשעקעט. כ'בין זיכער אז דו ווילסט נישט הערן די גאנצע (אפילו נישט די האלבע) מעשה. אבער כ'על עס דאך פארציילן. מיין לענדלארד זאל זיין געזונט, א טייערע איד. האט דריי יאר צוריק מחליט געווען אז מען מוז איבערבויען זיין דירה. האט ער דעיס יאר, תשע"ב לפ"ק תיכף נאך שבועות העעל"ט ארויסגעמופט. ר'האט זיך אויסגענומען מיט'ן קאנטראקטער אז די דירה פון טענענט מוז בלייבן אומגעשטערט. דער חשבון איז געווען אז אויף סוכות (מ'האט נישט געזאגט וועלכן יאר) וועט שוין אלעס זיין פארטיג. די ערשט זאך וואס דער בילדער האט געטון איז חרוב געמאכט דעם אלטן היטינג סיסטעם מיט א הבטחה אז ס'גייט קומען א נייע. דעם ערשטן חלק האט ער מקיים געווען. מיט די צווייטע העלפט מוטשעט ער זיך. שקויעך פאר'ן אויסהערן.

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:07 am

· #62229
זיכער האביך געוואלט הערן דאס גאנצע. איך אין דיינע שיך וואלט נישט באצאלט רענט! יא דו הערסט גוט!!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:26 am

· #62234
זר זהב
זיכער האביך געוואלט הערן דאס גאנצע. איך אין דיינע שיך וואלט נישט באצאלט רענט! יא דו הערסט גוט!!

איך בין שוין צו אלט צו פיהרן מלחמה. דער לענדלארד האט אריינגעווארפן א פאר עלעקטריק היטערס און צוגעזאגט צו צאלן דעם ביל. נאר וואס ס'באדערט די מערסטע איז אז דער בילדער מאכט אפילו נישט דעם אנשטעל אז ער איילט זיך צו ענדיגן דעם היטינג סיסטעם פאר פסח.

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:28 am

· #62236
אבער אויף פסח וועסטעס האבן? שוין, ווארט צו אביסלע...

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:38 am

· #62239
זר זהב
אבער אויף פסח וועסטעס האבן? שוין, ווארט צו אביסלע...

לאו דווקא. ס'קען זיין אויף שבועות. מיין טאטע ע"ה האט געזאגט א גוט ווערטל. "פאר אן ארימאן איז אייביג גוט. זומער איז עהם גוט הייס. און ווינטער איז עהם גוט קאלט.

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:42 am

· #62240
און איך בין יעצט גוט מיד

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:52 am

· #62243
זר זהב
און איך בין יעצט גוט מיד

איך אויך. ווייל אנישט וועט מען מוזן נעמען א צווייטן בעל עגלה צו שחרית. שקויעך פאר אויסהערן. א גוטע וואך.

לאדיך אפ » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 9:35 am

· #62250
אויף חנוכה.

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 10:30 am

· #62254
אויף ברכת החמה

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:48 am

· #62274
איך קען שוין קוים ווארטן!!
צו גיין קיין אויסטראליע און עסן אין די רעסטאראנט

ס'גאר גאר געשמאקע עסן, און מענטשן ווערן דארט געהאלפן (בלויז מיט'ן עסן!) מיט וואס נאר מ'דארף!

די עסן דארף נישט קיין הכשר!

העלא » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:42 pm

· #62305
אז די צייט זאל אויפהערן פארן אזוי שנעל,

קאם אן, די עולם וויל דא שטיפן די צייט, איינער אויף חנוכה איינער אוויף פסח,


איך האלט עס נישט אויס די יארן לויפן, און מ'טוט כמעט גארנישט אויף מיט די טעג

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:26 pm

· #62324
גוט געזאגט העלא! 👍

יידל » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:31 pm

· #62325
צו גיין צו די אווארדס.

ס'גאר גאר אינטערעסאנטע אווארדס, און מענטשן ווערן דארט געהאלפן (בלויז מיט'ן קוקן!) מיט וואס נאר מ'דארף!

מ'איז נישט עובר דארט אויף שמירת עינים!

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:33 pm

· #62327
חחחחח...

באט וויט אלל דו רעספעקט ביזטע ראנג... איך וויל נישט דא צימעס'ן, אבער איך קען אפאר חברה וואס זענען געגאנגען צו יענע אווארדס און זענען אהיימגעקומען פארדארבן... שוין.

יידל » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:35 pm

· #62328
העי, אין דיין רעסטוראנט האט דען נישט קיין היסטאריע פון אנמאכן א פארדארבענע מאגן? שוין, לאמיך נישט רעדן...

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:37 pm

· #62330
😂 😃

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:46 pm

· #62331
...אהיימצוגיין פון די ארבעט. כתינוק הבורח.
איי, צו וואס? נאר כדי צו קענען גיין שלאפן און מארגן נאכאמאל גיין דינען מיין בעה"ב?

ס'לעבן זייגט. אבער ב"ה אז מ'האט ארבעט.

מיקוה נייעס » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:10 pm

· #62342
צו טרעפן א ארבעט

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:13 pm

· #62344
מקוה, איך מיין איך ציה צוריק פון מיין פריערדיגע תגובה.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 2:05 am

· #62510
לאדיך אפ
אויף חנוכה.

הלוואי. איך געב קידוש, בל"נ. דא אין קאווע שטיבל. 🙄

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 2:09 am

· #62511
קאווע טרינקער
אויף ברכת החמה

דאמאלס וועל איך שוין נישט דארפן סטים.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 2:14 am

· #62513
זר זהב
צו גיין קיין אויסטראליע און עסן אין די רעסטאראנט

ס'גאר גאר געשמאקע עסן, און מענטשן ווערן דארט געהאלפן (בלויז מיט'ן עסן!) מיט וואס נאר מ'דארף!

די עסן דארף נישט קיין הכשר!

ווערזאגט אז גראז דארף נישט קיין הכשר.? ס'יעצט געווען אן אסיפת הרבנים ביי ר' ..., אין כולל, און מ'האט מברר געווען אז ס'דא גראזן וואס קענען זיין ווערעמדיג. און ס'דא א חשש אז מ'באשפריצט די פעלדער מיט א כעמיקאל וואס האט נישט קיין השגחה.

גרוש » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 6:20 am

· #62516
די עולם ווארט דא אויף חנוכה, איך קען נישט טראכטן פון נאך א חנוכה וואס עס וועט אי"ה נישט זיין "נר איש וביתו"
איך קען נישט זעהן ווי די ווינטער נעכט לויפן מיר דורך, און מיר קענען ליידער גארנישט אויפטוהן מחמת המצב
ס'איז א בחינה פון "ויהי השמש לבוא ותרדמה נפלה" מיר האלטן שוין ביי השמש לבוא, סוף אלף השישי, ותרדמה נפלה, די נשמה איז ליידער איינגעהילט אין א טיפן שלאף,
די טעג און נעכט פארן, און מיר ווייסן נישט ווי מיר שטייען אויף די וועלט