☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » כלל איבער ווען מ'נוצט "איז" און ווען "האט" בלשון עבר

כלל איבער ווען מ'נוצט "איז" און ווען "האט" בלשון עבר

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2372

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:27 pm

· #62111
צו זאגן ער "איז" פארלוירן אנשטאט ער "האט" פארלוירן וואלט דאך אומזיסט אלאמירט די חברה שומרים, ס'וואלט נישט געטויגט.

יידל » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 2:47 pm

· #62125
איך וואלט געזאגט ווי ישוב'ניק נאר איך וואלט עס פראזירט (phrased) פונקט פארקערט. "האט" נוצט מען ווען מ'רעדט פון עפעס וואס איז אויסער זיך.

נעם אלע דיינע דוגמאות: ער האט [עפעס] גענומען; ער האט [עפעס] געלערנט; ער האט [עפעס] געטראכט; ער האט [עפעס] פארלוירן; ער האט [עפעס] געזאגט. הגה בעצמך, ווי זר האט אנגעמערקט, ווען א מענטש איז פארלוירן זאגט מען ער "איז" פארלוירן. ווען א מענטש ווערט גענומען ערגעץ זאגט מען "ער איז גענומען געווארן".

לגבי טאנצן מיין איך אז מען זאגט נישט "ער האט געטאנצט" נאר "ער איז געטאנצן".

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 9:55 pm

· #62455
און מ'קען אפשר זאגן אז דער מענטש איז געטאנצן, און ער האט געטאנצט (עפעס-א טענצל) א קעדאטשקע.

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 12:40 am

· #62494
למעשה זאגט מען דאך 'ער האט געטאנצן'

געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 12:47 am

· #62497
היינט איז דא אסאך יונגליש רעדענדע וואס פארדרייען די קישקעס, ער האט געווען דארט, און ער האט ארויף אויפן דאך, און ער איז אראפגעשפרינגען.
דערנאך אין ישראל ביי די האלב אידיש רעדענדע עולם קען מען אפט הערן פארקערט, און ער איז געגעסן, און ער איז געדאווענט, וכו' וכו', סא פון וואס די עולם זאגט היינט איז נישט קיין גרויסע ראי'.

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 12:51 am

· #62498
איך רעד נישט פון היינט, איך רעד מיום היותי על האדמה הער איך אין ברוקלין "ער האט געטאנצן", אדער "ער האט געטאנצט". נישט ''ער איז געטאנצן'', און נישט ''דער מענטש איז געטאנצן''. נעווער.

ענדע צדיק » דינסטאג מערץ 19, 2013 9:58 am

· #98391
א עם הארצות אין די ענין איז "ער האט געפלעגט", "איך האב געפלעגט", א ווארט וואס מ'האלט אין איין הערן מענטשן זאגן.
די ריכטיגע איז צו זאגן "ער פלעגט" "איך פלעג".

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:32 pm

· #98582
ווייסט איינער פארוואס דער מעלות (און יאיר) שרייבן אינ'ם, פונ'ם.
וואס איז שלעכט מיט'ן פשוט'ן אינעם, פונעם.
איך פארשטיי אז ס'איז א צאמשטעל פון 2 ווערטער, אין דעם, פון דעם, אבער 'צום' איז אויך א צאמשטעל.
קצרן של דבר אינעם, און פונעם, זענען שוין לאנג אנגענומען געווארן ווי אייגענע ווערטער און ביטע באזייטיגן די שטעקלעך.

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:45 pm

· #98591
צי אזוי צי אזוי שרייבט יעדער צי
סתם צו יאנקל שרייבט מען צו
כך למדתי (כמדומה) מספר הנפלא 'אידיש ווערטער אוצר', פוסק אחרון בכל הלכות גראמאטיק.

יאיר » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:45 pm

· #98592
אנאנים, דו מיינסט אפשר "צו" אנשטאט "צע"?

יאיר » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:56 pm

· #98599
מאראנצןזאפט
ווייסט איינער פארוואס דער מעלות (און יאיר) שרייבן אינ'ם, פונ'ם.
וואס איז שלעכט מיט'ן פשוט'ן אינעם, פונעם.
איך פארשטיי אז ס'איז א צאמשטעל פון 2 ווערטער, אין דעם, פון דעם, אבער 'צום' איז אויך א צאמשטעל.
קצרן של דבר אינעם, און פונעם, זענען שוין לאנג אנגענומען געווארן ווי אייגענע ווערטער און ביטע באזייטיגן די שטעקלעך.

איז די מעלות טאקע די איינציגסטע צייטשריפט וואס שרייבט נאך 'אינ'ם'? כ'האב גארנישט געוואוסט אז איך שטעל זיך דערמיט אויף איין גרופע מיט די מעלות!
לעצמו של דבר, איך גיב נישט קיין דעמן פאר די ירושלימ'ער אידיש, אבער ס'איז מיר פשוט פרעמד און אומבאקוועם צו שרייבן 'פונעם' און 'אינעם'. מעגליך אז דאס איז צוליב דעם וואס מען נוצט עס נאר אין שרייבן, נישט אין רעדן, ממילא קען איך זיך נישט געזעגענען פון דעם אלטן 'אינ'ם' פון אינדערהיים מיט די אמאליגע אמת'ע אידישע חן וואס מען טרעפט נישט אין די היינטיגע פראסטע 'אינעמס' און 'פונעםס'. אדער קען זיין אז ס'איז פשוט ווייל איך פלעג ליינען אסאך די מעלות (פאר וועמען איך טייל צו די קרעדיט פון מיין גראמאטיק בכלליות) אלס קינד, איז מיר דאס אריין אין די ביינער.

יאיר » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:21 pm

· #98616
און וואס איז טאקע ריכטיגער, בעסער געזאגט, מער אריגינעל, "צו" צו "צי"?
איך מיין אז "צי" מיינט בלויז "ציען", בעת "צו" מיינט "פון מיר צו דיר", למשל "נישט קיין חילוק אויב ס'איז געווען ראובן צו שמעון." (מען נוצט נישט געווענליך אזא סענטענס ביים שרייבן ווייל ס'איז אביסל אומפארשטענדליך, אבער איך מיין אז דאס ברענגט עס גוט ארויס).

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:35 pm

· #98627
[ציטאט אראפגענומען]

דאס ביכל שרייבט אז ס'איז א מחלוקת צווישן שרייבער.
איך האב שוין אסאך מאל באמערקט אין מעלות צובראכן אנשטאט צעבראכן.

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:51 pm

· #98634
יאיר
מאראנצןזאפט
ווייסט איינער פארוואס דער מעלות (און יאיר) שרייבן אינ'ם, פונ'ם.
וואס איז שלעכט מיט'ן פשוט'ן אינעם, פונעם.
איך פארשטיי אז ס'איז א צאמשטעל פון 2 ווערטער, אין דעם, פון דעם, אבער 'צום' איז אויך א צאמשטעל.
קצרן של דבר אינעם, און פונעם, זענען שוין לאנג אנגענומען געווארן ווי אייגענע ווערטער און ביטע באזייטיגן די שטעקלעך.

איז די מעלות טאקע די איינציגסטע צייטשריפט וואס שרייבט נאך 'אינ'ם'? כ'האב גארנישט געוואוסט אז איך שטעל זיך דערמיט אויף איין גרופע מיט די מעלות!
לעצמו של דבר, איך גיב נישט קיין דעמן פאר די ירושלימ'ער אידיש, אבער ס'איז מיר פשוט פרעמד און אומבאקוועם צו שרייבן 'פונעם' און 'אינעם'. מעגליך אז דאס איז צוליב דעם וואס מען נוצט עס נאר אין שרייבן, נישט אין רעדן, ממילא קען איך זיך נישט געזעגענען פון דעם אלטן 'אינ'ם' פון אינדערהיים מיט די אמאליגע אמת'ע אידישע חן וואס מען טרעפט נישט אין די היינטיגע פראסטע 'אינעמס' און 'פונעםס'. אדער קען זיין אז ס'איז פשוט ווייל איך פלעג ליינען אסאך די מעלות (פאר וועמען איך טייל צו די קרעדיט פון מיין גראמאטיק בכלליות) אלס קינד, איז מיר דאס אריין אין די ביינער.

ביזט שוין אריין 'אינעם' גורל?
מאן יאמר אז מ'ניצט דאס נישט ביים רעדן.
רעדן איז געווענליך נאר א ראי' אויף פארקערט. מענטשן מאכן זיך גרינגער ביים רעדן, און מ'ניצט א ביליגערע גרייזיגע סלענג שפראך.

יאיר » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:57 pm

· #98637
רוב מענטשן זאגן "אין די גורל", נישט "אינ'ם גורל". דאס איז נישט קיין ראיה אז ס'איז מער ריכטיג, פארקערט ס'איז מער גרייזיג, ס'איז נאר מסביר פארוואס מיינע געפילן ווילן נישט שלום מאכן מיט דעם אז אינעם איז אן עכטער ווארט.

יאיר » דינסטאג מערץ 19, 2013 11:36 pm

· #98755
לשיטתם פון די וואס שרייבן פונעם און אינעם, פארוואס זאל מען נישט שרייבן אויפען אדער אויפן אנשטאט אויפ'ן?

יואליש » מיטוואך מערץ 20, 2013 12:31 am

· #98764
די מעלות' הסבר איז דעסקריפטיוו נישט פערסקריפטיוו. דהיינו, די מעלות פרובירט צו מסביר זיין א פאקט אין שפראך, אבער מ'קען עס נישט ניצן אויף להבא. איינער וואס איז א גר און רעדט נישט אידיש פון קינדווייז אן וועט לכאורה רעדן ווי א גר ניצענדיג די כלל.

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:04 am

· #98836
א possessive apostrophe נאך א 'ת' אין אידיש... קיינמאל צו שפעט צו לערנען נייע זאכן.

יאיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:11 am

· #98839
יואליש
די מעלות' הסבר איז דעסקריפטיוו נישט פערסקריפטיוו. דהיינו, די מעלות פרובירט צו מסביר זיין א פאקט אין שפראך, אבער מ'קען עס נישט ניצן אויף להבא. איינער וואס איז א גר און רעדט נישט אידיש פון קינדווייז אן וועט לכאורה רעדן ווי א גר ניצענדיג די כלל.

ס'דא אסאך אזעלכע כללים אין אידיש און אין אנדערע שפראכן. די סיבה דערצו איז ווייל די גראמאטיק פון א שפראך ווערט געשאפן נאטורליך דורך די המון עם, נישט בכונה דורך א גרופע געלערנטע מענטשן.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:46 am

· #98854
און וואס איז מיט ענגליש? איך ווייס נישט צי ס'איז דא נאך א שפראך מיט אזויפיל כללים און יוצא-מן-הכללים ווי די שפראך. אידיש איז שוין גאלד אנטקעגן דעם.
עס איז שוין דא א אשכול איבער ענגליש, כ'האב עס נאר געוואלט ארויסברענגען אז מען זאל עס האלטן אין פרעספעקטיוו, וויבאלד במשך דעם אשכול שטעלט זיך ארויס אז אידיש איז כמעט א שפראך אנע כללים.

שלמהלע » זונטאג אפריל 28, 2013 3:41 pm

· #109399
שלום עליכם.

איך האב געזעהן דעם בריוול אין מעלות, און אויך אריינגעשיקט אן ענטפער וועלכע וועט האפענטליך ערשיינען דעם קומענדיגן מאנאט.

שלמהלע » פרייטאג מאי 17, 2013 1:28 am

· #115176
מיין בריוול ערשיינט אין חודש סיון מעלות ביי בריוו צום רעדאקציע קאלום

שלמהלע » פרייטאג מאי 17, 2013 10:24 am

· #115220
איך האב געכאפט א בילד דערפון
Mallos.jpg

הערשי » זונטאג מאי 19, 2013 7:34 pm

· #115794
לכאורה האבן דאך ישובניק און יידל זייער גוט געזאגט. ס'דא א פועל עומד און א פועל יוצא. (transitive verb / intransitive verb) פועל יוצא נוצט מען האט. פועל עומד נוצט מען איז. נעמט אין אכט, א פועל עומד מיינט נישט אז בשום אופן קען דער פועל זיין דער זעלבער גוף פונעם פעול. "זיך" קען אויך זיין א גוף שני. א מענטש קען זיך קראצן (האט זיך), און "זיך" קען צומאל זיין באהאלטן, זי האט געשוויצט (איר קערפער).
אז מען טרעפט צומאל א ביישפיל וואס שטימט נישט מיטן אנגעגעבענעם כלל, איז נאך נישט אויס כלל. ס'דא יוצאים מן הכלל.
די כללים אינעם מעלות הערט זיך ווי תורת לאקשן. מהיכי תתי ס'זענען דא חילוקים פון גוף ואברים? און וואס הייסט מען קען נישט זאגן "האט" אויף פלגא גופא (כלל 2)? אוודאי קען מען, נאר די משמעות איז נשתנה און מ'דארף איבערליינען. איז געשלאגן (א כפרה), איז געזען (לראות ולהיראות) איז געגעבן (נתונים נתונים) איז גענומען (ותלקח אסתר) ואטו כי רוכלא. אלא מאי, האט געשלאגן איז נישט דאס זעלביגע ווי איז געשלאגן און די אונטערשייד איז הא גופא, פועל עומד צו פועל יוצא. און דאס מיינען זיי טאקע ארויסצוברענגען מיט כלל 1, נאר ס'געזאגט אויף אזא אופן דאיצטריך כלל 2 פאר א לאטע, ולאטע ללאטע צריך.

שלמהלע » זונטאג מאי 19, 2013 8:36 pm

· #115819
זיי זיך מסביר, איז געשלאגן און איז גענומען וכו׳ רעדט מען דאך פונעם גאנצן מענטש, אפשר נישט?

נאך א וויכטיגע יסוד פארשטיי: די אלע כללים זענען גוט ווען מען לייגט נישט צו קיין ווערטער, איינמאל מען לייגט צו ווערטער צו די עצם ״ער איז....״ אלץ הסברה אדער עס צו טראנספארמירן פון א הווה צו א עבר א.ד.ג. איז אויס כלל. אזוי איז עס אין אלע שפראכן.

מפוזרי » מאנטאג יוני 26, 2017 8:47 pm

· #376890
Re: כלל איבער ווען מ'נוצט "איז" און ווען "האט" בלשון עבר
יאיר
לשיטתם פון די וואס שרייבן פונעם און אינעם, פארוואס זאל מען נישט שרייבן אויפען אדער אויפן אנשטאט אויפ'ן?

איך האב מיך משום מה אנגעשטויסן אין דעם אשכול און דארט געטראפן דעם תגובה פון יאיר.
וויבאלד דאס איז א זאך וואס ברענט מיר לעצטנס אין די ביינער, און איך האב טאקע מסברא זו וואס יאיר דערמאנט אנגעהויבן צו שרייבן אויפן און פאַרן, וויל איך הערן דעם דעת הקהל דערויף.

איך וויל נאר צולייגן נאך אפאר נקודות פארוואס מען זאל אפלאזן דעם קאמע:
א. אין מנחם מענדל'ס מעשה ביכלעך וואס מיט זיי זענען מיר אויפגעוואקסן - ולמותר להאריך אויף די וויכטיגע פלאץ וואס זײ האבן פארנומען אין די הונגער יארן פון די חרדישע ליטעראטור - איז נישטא די קאמעס.

ב. די יידישיסטן נוצן עס נישט, און כאטש וואס זייערע נקודות און הברות זענען נישט פארדייבאר פארן היימישן איד, שטייען זײ באופן כללי אסאך העכער ווי אונז בנוגע כללי שפה.

ג. כאטש וואס אין ענגליש נוצט מען יא די קאמעס ווען מ'איז מקצר, שטאמט דאך אידיש אורשפרונגליך פון דייטש וואס נוצט עס נישט.

ד. אידיש האט שוין א געוואלד מיט אנדערע קאמעס און שטריכן (למשל דער קו המפסיק צווישן לה"ק און אידיש - דאס פעלט אויך אויס ווי א לאך אין קאפ) און ס'פילט זיך אנגעלייגט, אסאך מער ווי ענגליש. ליינטס א בלאט אין ענגליש און אין אידיש וועט איר זען דער חילוק.

מה דעת החכמים יודעי העיתים?

מפוזרי » מיטוואך יוני 28, 2017 11:11 am

· #377110
Re: כלל איבער ווען מ'נוצט "איז" און ווען "האט" בלשון עבר
אויף דעם איז דא אן עצה, לייגן א פתח. און דאס איז וויכטיג פאר נאך א סיבה, להוציא פון דעם אנדערן באדייט וואס דער ווארט האט, וכבר האריך יואב בזה קודם שנמחק.
און וואס זאל מען טון ווען מ'לייגט נישט דעם נון? פאַר פאָר נישט..