☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יוניאן ברענגט אונטער 18,500 דזשאבס

יוניאן ברענגט אונטער 18,500 דזשאבס

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2370

outspoken » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:49 am

· #62031
יוניאן ברענגט אונטער 18,500 דזשאבס
די באוואוסטע Twinkies און Wonder Bread וואס מ'זעט זייער טראקס ארום פארן אין די גאסן, דעליווערנדיג ברויט און דאנאטס פאר כמעט יעדע גוי'אישע קארנער סטאר, וואס איז שוין אין ביזנעס פאר בערך 80 יאר, האט היינט געמאלדן אז זיי גייען צושפארן זייערע טירן און 18,500 מענטשן וועלן פארלירן זייער ארבייט.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען קאמפעטישן און דאס טויש פון אמעריקאנער בירגער צו עסן געזונטערע עסן האבן אראפגעברענגט די קאמפאני צו דערקלערן באנקראט, וואס דאס צוברעכט אלע קאנטראקטן מיט די יוניאן ארבייטערס מיט זייער פענשאנס.

צוויי חדשים צוריק האט די קאמפאני געוואלט פארהאנדלען מיט די יוניאן ווייטער אנצוהאלטן די ארבייטערס פאר ווייניגער געלט און שעות, אבער די יוניאן'ס ענטפער איז געווען ארויסצוגיין אויף א סטרייק, וואס האט נאך מער צובראכן די קאמפעני אז זיי מוזן פארמאכן די טירן, און 18,500 מענטשן בלייבן אויפן וואסער.

שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:54 am

· #62035
און דע פערדן וועלן ענדערשט פארלירן זייערע דזשאב'ס אבער נאכגיין מיטן קאפ אין וואנט אריין די יוניאן'ס

קפנדריא » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:56 am

· #62038
די יוניאן איז א גרעסערער געפאר פאר אמעריקא ווי איראן, און די בהמות ביים רעדל טוען גארנישט אונטער צו ברענגען די לעגאלע מאפיא וואס רופט זיך יוניאן.

outspoken » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:59 am

· #62041
דער עמך גוי פארשטייט נישט אז סיי די בעה''ב פונם קאמפעני און סיי די union bosses זענען עשירים און די ארבייטער זענען די כפרה פאר זייער פאליטיק.


Average teacher makes $44G while their top union bosses pull in nearly $500G


<a class="postlink" href="http://www.foxnews.com/us/2012/07/14/teacher-union-bigs-rake-in-dough-despite-budget-cuts-across-education-sector/#ixzz2COyerSl8">http://www.foxnews.com/us/2012/07/14/te ... z2COyerSl8</a>