☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #2366

אשכול אן א טיטל #2366

143 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2366
בלאט: 1 2 3

— » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:17 pm

· #61885

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

town1 » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:31 pm

· #61892
די זעהסט נישט אויפן קליפ וואס עס גייט דארט פאר

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:37 pm

· #61898
[ציטאט אראפגענומען]


א נייע פיקטשער ווייזט בערי וועבער ביי די בימה מיט "טלית ותפלין"!
מי כעמך ישראל!

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:39 pm

· #61902
ווער איז בערי ועבער? אפשר מיינסטע פנחס וועבער? דאס איז נישט ער

אברעמעל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:41 pm

· #61904
זר זהב
ווער איז בערי ועבער? אפשר מיינסטע פנחס וועבער? דאס איז נישט ער

ניין ער האט געמייינט צו זאגן בערי שמעלצער, שכוח פארן אויפמערקזאם מאכן.

---
שעמעקדיג קליק אויף די בילד וועסטו זעהן די גאנצע בילד.

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:42 pm

· #61905
וואס?

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:18 pm

· #61917
בערי וועבער. זה שמו נאה לו.

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:20 pm

· #61919
איז יענער א באקאנטער פיגור? א גיטאריסט?

מים חיים » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:26 pm

· #61920
מוזיק ביים דאווענען איז נישט רעפארם?

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:27 pm

· #61921
רעפארם איז ווען מ'טוט דאס שבתים/ימים טובים.

דאס איז סתם סטופיד

מים חיים » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:36 pm

· #61928
איך גיי נישט אריין צו עס איז סטופיד צו נישט.

שבת איז חילול שבת, אינדערוואכן איז רעפארם.

gehlungen » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:41 pm

· #61931
מים חיים
מוזיק ביים דאווענען איז נישט רעפארם?

Its just CARLBACH style !

לאדיך אפ » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 8:44 pm

· #61942
[ציטאט אראפגענומען]

ווי? אויף זיין בלאג?

איחוד פעלד » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 9:46 pm

· #61954
עס איז אינטרעסאנט די מענטשען זענען לכאורה אונזערע וואס זענען מן הסתם געוועהן ערגער און ביי דעם אויך נישט געהאלטען, און אז זיי האלטען ביים דאווענען אויף דעם אופן איז עס אוודאי חשוב.
אינטרעסאט אז זיי האבען דארט א קארגער צוויי מנינים, איינער שאקעלט זיך אריין מיט די תפילין, אויב חול המועד, ווער זענען די חסידישע תפילין גייערס?
און ווי איז ליפא?
און ווען איז דאס הושענא רבה פאר הקפות? צו נאך הקפות? אדער א תפילה פאר מען קלאפט די הושענות?

smart » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 9:52 pm

· #61955
yes this is reform
and wate karlibach did eventhow he is amazing but in this point he was defiantly wrong

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:09 pm

· #61961
smart
yes this is reform
and wate karlibach did eventhow he is amazing but in this point he was defiantly wrong

reform or wrong ? you gotte decide

איחוד פעלד » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:56 pm

· #61973
מוזיק ביים עסען איז חסידיש, ביים דאווענען איז עס, ליפאריש. וואס איז א חילוק רעפארם אין ליפארעש?
כדי צו זאגען אז עס איז אן עוולה דארף מען נישט זאגען בע בע בע, רעפארם, ווייסעכוואס.

איחוד פעלד » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:58 pm

· #61974
כמיין אז דאס איז דער קליפ וואס דער מחבר האשכול האט באמת געמיינט

http://www.youtube.com/watch?feature=endscreen&NR=1&v=AOZIuADNhbg

חאצקל » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 2:50 am

· #61986
היינט איז נישט רעפארם דאס וואס באדרויעט אידישקייט, דעריבער זענען אלע תקנות קעגן רעפארמער הנהגות מער נישט רעלעוואנט היינט, אויסער די זאכן וואס איז נגד התורה ממש וואס איז אן רעפארם אויך אסור. כנל"ע.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 9:54 am

· #62004
חאצקל, ס'איז נישט אזוי פשוט, וואסי מיט די אלע פרויען וואס ווילן דאווענען פארן עמוד מיט א טלית כדי צו האבן איקוועל רייטס ווי די מענער? און נאך אזעלכע משוגעת'ן? אזא רעפארם איז א סכנה פאר אידישקייט היינט אויך.

קפנדריא » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:21 am

· #62018
אין די תקנות קעגן רעפארם איז קלאר אריינגעשריבן אז מ'טאר נישט שפילן מוזיק ביים דאווענען, אויב יא טאר מען נישט אריינגיין אין אזא שול וכו', דעמאלס איז געווען די סטייל צו האבן א ארג"ל [פיאנאו בלע"ז], וואס דאס געפינט זיך גראדע אויך אויף דעם בילד, איך האף אז אז ביי זיי איז עס בלויז אומוויסנהייט און אמעראצעס, אבער באדעם ליין, ס'שטינקט נישט גוט.

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:42 am

· #62027
א תקנה בשעתו, ווערט איבערגעקוקט לדורות.
אמאל האט מען געמיינט אז מוזיק אין שוהל וועט פארהרגענען דורות
היינט זעהט מען אבער אז ס'ראטעוועט דורות
אלע רבי'ס מאכן זייער תקנות חתונה אין בית המדרש מיט מוזיק

קפנדריא » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:47 am

· #62029
קאווע טרינקער
א תקנה בשעתו, ווערט איבערגעקוקט לדורות.
אמאל האט מען געמיינט אז מוזיק אין שוהל וועט פארהרגענען דורות
היינט זעהט מען אבער אז ס'ראטעוועט דורות
אלע רבי'ס מאכן זייער תקנות חתונה אין בית המדרש מיט מוזיק

די תקנה וועגן שפילן מוזיק איז נאר ביים דאווענען, נישט ביי א שמחה, שמחות איז שטענדיג געווען אין שול, די תקנות זענען קאי וקיים אויף אייביג, ס'האט נישט קיין עקספיראציע דאטום.

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:49 am

· #62030
אלע נשמות זענען געווען בשעת'ן זעצן די געזעץ?

קפנדריא » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:57 am

· #62040
קאווע טרינקער
אלע נשמות זענען געווען בשעת'ן זעצן די געזעץ?

גראדע איז דא וואס ברענגען א ראי' פון ליפא'ס שול אז די תקנה איז וויכטיג היינט אויך.

היסטאריקער » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:21 am

· #62058
קאווע טרינקער
א תקנה בשעתו, ווערט איבערגעקוקט לדורות.
אמאל האט מען געמיינט אז מוזיק אין שוהל וועט פארהרגענען דורות
היינט זעהט מען אבער אז ס'ראטעוועט דורות
אלע רבי'ס מאכן זייער תקנות חתונה אין בית המדרש מיט מוזיק


די תקנה איז געווען נאר ביים דאווענען, נישט ביי א חתונה וואס מ׳ מאכט אין ביהמ״ד

איחוד פעלד » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:23 am

· #62059
היסטאריקער
ווי זענען די דאקומענטען אויף דער תקנה?
אין וועלכע מדינה איז געוועהן די תקנה?
וועלכע רבנים האבען אינטערגעשריבען?
ווי דיין נאמען טוט אימפלייען דארפסטו די זאכען וויסען אין אן אויגענבליק.

היסטאריקער » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:25 am

· #62060
חאצקל
היינט איז נישט רעפארם דאס וואס באדרויעט אידישקייט, דעריבער זענען אלע תקנות קעגן רעפארמער הנהגות מער נישט רעלעוואנט היינט, אויסער די זאכן וואס איז נגד התורה ממש וואס איז אן רעפארם אויך אסור. כנל"ע.



מצוואת החת״ס זצ״ל

אל תאמרו נשתנה העתים, יש לנו אב זקן והוא לא ישתנה

אין ב״ד יכול לבטל דברי חבירו אא״כ גדול הימנו בחכמה ובמנין

היסטאריקער » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:15 pm

· #62087
איחוד פעלד
היסטאריקער
ווי זענען די דאקומענטען אויף דער תקנה?
אין וועלכע מדינה איז געוועהן די תקנה?
וועלכע רבנים האבען אינטערגעשריבען?
ווי דיין נאמען טוט אימפלייען דארפסטו די זאכען וויסען אין אן אויגענבליק.


די מילהאוויצער תקנות זענן געדרוקט איבעראל, למשל זכור ימות עולם פון ר' בנציון יאקאבאוויטש ע"ה

אינטערגעשריבן דורך אלע גדולי אונגארן זצ"ל, אויך דער ד"ח זי"ע האט צוגעשריבן זיין הסכמה.

יידל » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 2:53 pm

· #62127
אינטערעסאנט אז מ'רעדט פון די מיהאלוויצער תקנות (נישט מילהאוויצער), דוכט זיך מיר אז איין תקנה איז געווען אז מ'דרש'נט נישט אין שול בלשונות העמים. איך ווייס פון צענדליגע שולן ווי מ'האט שוין עובר געווען אויף דעם תקנה, און אידן יראים ושלמים האלטן נישט אז די שולן זענען רעפארמער שולן חלילה, און זיי זענען זיך בכלל נישט מונע פון אריינגיין אין די שולן.

ואגב גררא, דער הייליגער מהר"ם שיק (מען קען זאגן פון די גרעסטע אדער גאר דער גרעסטער פון גדולי אונגארן זצ"ל) האט דוקא נישט אונטערגע'חתמ'ט אויף די תקנות.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:28 pm

· #62170
בנימין פרנקל
smart
yes this is reform
and wate karlibach did eventhow he is amazing but in this point he was defiantly wrong

reform or wrong ? you gotte decide

If it's Reform, it's wrong by DEFINITION.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:40 pm

· #62172
יידל
אינטערעסאנט אז מ'רעדט פון די מיהאלוויצער תקנות (נישט מילהאוויצער), דוכט זיך מיר אז איין תקנה איז געווען אז מ'דרש'נט נישט אין שול בלשונות העמים. איך ווייס פון צענדליגע שולן ווי מ'האט שוין עובר געווען אויף דעם תקנה, און אידן יראים ושלמים האלטן נישט אז די שולן זענען רעפארמער שולן חלילה, און זיי זענען זיך בכלל נישט מונע פון אריינגיין אין די שולן.

ואגב גררא, דער הייליגער מהר"ם שיק (מען קען זאגן פון די גרעסטע אדער גאר דער גרעסטער פון גדולי אונגארן זצ"ל) האט דוקא נישט אונטערגע'חתמ'ט אויף די תקנות.

ווייל מ'קוקט אויף די כוונות פון די פירערס און וואו זיי צילן אנצוקומען. און די איינציגע כוונה פון די רבנים אין די ערליכע שוהלן אין אמעריקע איז אז דער עולם זאל פארשטיין די הלכות און מוסר פון די דרשה. משא"כ דאס שפילן מוזיק אין אן אזויגערפענע "היימיש" ביהמ"ד האט א נישט גוט'ן נאך טעם. ס'איז אפשר נישט רעפארם אבער א הפסק אין מיט'ן דאוונען איז עס יא. און ס'נעמט אוועק פון די כוונת התפילה.

יידל » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:43 pm

· #62173
ריכטיג. אז מ'רייסט זיי אראפ זאל מען זיי אראפרייסן מיט די ריכטיגע ווערטער, נישט קומען שרייען רעפארם.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:56 pm

· #62177
יידל
ריכטיג. אז מ'רייסט זיי אראפ זאל מען זיי אראפרייסן מיט די ריכטיגע ווערטער, נישט קומען שרייען רעפארם.

אמת. און ווען דער עולם מוסר זאגערס וואלטן געווען אביסל מער פארזיכטיג, און נישט ווארפן ווילדע סטעיטמענטס וואלט מען זיך אפשר מער צוגעהערט צו זייערע ווערטער און מ'וואלט מער אויפגעטון.

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 10:30 pm

· #62185
פארוואס מאכען זיי דאס דארט?
ברענגט דאס דען אן עולם?

עס זעהט מיר אויס ווי דער בית המדרש איז א שטיקעל ליצנות, איינער שרייט אריין אין מיטען זיינע גראמען פין די הקדמה צו הלל, און ער איז מפסיק פין די עבודת הקדוש, און יענע רגע שטעלט זיך אפ די ווידיא.

הדד בן בדד » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:08 am

· #62206
איך האב שוין געשריבן איבער דעם קליפ דא:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/55469">viewtopic.php?f=4&t=2202&p=55469&hilit=%D7%92%D7%90%D7%A8%D7%A0%D7%99%D7%A9%D7%98+%D7%94%D7%A2%D7%9C%D7%A4%D7%9F#p55469</a><!-- l -->

דעת יחידאה » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:35 pm

· #62304
איך ווייס נישט צו ער טוט גוט אדער נישט מיט די מוזיק קען אפשר זיין אז דעס איז נישט עק וועלט, אבער רעפארם איז עס זיכער, און נישט די געלונגענע דייטשע רעפארם וועגן אסימילאציע, אבער רעפארם ווי מ'ריפארמירט אידישקייט פאר תאוות, ער האט אבער א גראבע פראבלעם אז די דייטשע ראפארמער האבן פיין געקענט לערנען אבער ליפא איז א געזונטע אמעארעטץ, און פארדעם אליינס איז ער שוין נישט גערעכט, און מ'דארף עם פארשרייען, ווייל ביי מיר איז קלאר אז היינט אדער מארגן גייט מען דארט עובר זיין אויף די גרעסטע איסורים. איך זאג נישט אז ער דארף פרעגן ביי היימישע רבנים וואס צו טין ווייל ער האט א פראבלעם מיט אונזער סאסייעטי, אבער ער מוז פרעגן אפילו א וויי יו ראביי און נישט טין זאכן לויט זיין אמעראצישע מיינונג.

העלא » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:48 pm

· #62306
א גאנצע אשכול פון א שוהל, און קיין איין איינציגער זאגט נישט די אדרעס,
וואו איז די שוהל? איז עס אפען אינמיטן טאג?

מ גפני » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:55 pm

· #62312
היסטאריקער
איחוד פעלד
היסטאריקער
ווי זענען די דאקומענטען אויף דער תקנה?
אין וועלכע מדינה איז געוועהן די תקנה?
וועלכע רבנים האבען אינטערגעשריבען?
ווי דיין נאמען טוט אימפלייען דארפסטו די זאכען וויסען אין אן אויגענבליק.


די מילהאוויצער תקנות זענן געדרוקט איבעראל, למשל זכור ימות עולם פון ר' בנציון יאקאבאוויטש ע"ה

אינטערגעשריבן דורך אלע גדולי אונגארן זצ"ל, אויך דער ד"ח זי"ע האט צוגעשריבן זיין הסכמה.


איך האב דעם שבת דורך געקוקט די תקנות מילהאוויץ, דארט איז נישט דא קיין ווארט וועגן מוזיק אין א שוהל, נאר וועגן א כאר (קאה"ר שוהל ווי ס'ווערט דארט אנגערופן)

לייבעלע » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:05 pm

· #62336
העלא
א גאנצע אשכול פון א שוהל, און קיין איין איינציגער זאגט נישט די אדרעס,
וואו איז די שוהל? איז עס אפען אינמיטן טאג?


16 Murray Dr
Monsey NY

איך ווייס נישט אויב סע איז אפען אגאנצע וואך.
ווילסט אהינפארען? 😮

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:15 pm

· #62346
לאמיר טאקע שוין זוכה זיין מתפלל צו זיין אינעם מקום שעיני כל בה, וואו מיר וועלן דאווענען מיטן זיסע געזאנג פון מוזיק, און יא, שבת און יו"ט אויך.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:50 pm

· #62477
געפילטע פיש
לאמיר טאקע שוין זוכה זיין מתפלל צו זיין אינעם מקום שעיני כל בה, וואו מיר וועלן דאווענען מיטן זיסע געזאנג פון מוזיק, און יא, שבת און יו"ט אויך.

אמן: איך דארף אפשר תשובה טון. ווייל פאר איין מינוט האב איך געטראכט אז דו מיינסט ליפא'ס שול.

איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 10:48 am

· #62560
מ גפני
היסטאריקער
איחוד פעלד
היסטאריקער
ווי זענען די דאקומענטען אויף דער תקנה?
אין וועלכע מדינה איז געוועהן די תקנה?
וועלכע רבנים האבען אינטערגעשריבען?
ווי דיין נאמען טוט אימפלייען דארפסטו די זאכען וויסען אין אן אויגענבליק.


די מילהאוויצער תקנות זענן געדרוקט איבעראל, למשל זכור ימות עולם פון ר' בנציון יאקאבאוויטש ע"ה

אינטערגעשריבן דורך אלע גדולי אונגארן זצ"ל, אויך דער ד"ח זי"ע האט צוגעשריבן זיין הסכמה.


איך האב דעם שבת דורך געקוקט די תקנות מילהאוויץ, דארט איז נישט דא קיין ווארט וועגן מוזיק אין א שוהל, נאר וועגן א כאר (קאה"ר שוהל ווי ס'ווערט דארט אנגערופן)

מוזיק און א שוהל האט דאן געהייסען בשם קאהר-שול (כאטשיק כמובן איז א עוגב אייביג געווען צוזאמאן מיט א כאר), איר פארשטייט אז מען רעדט נישט פון סתם א קאפעליע ווייל אסאך שוהלן, און צווישען זיי גענוג רעבישע הויפן, האבען געהאט א קאפעליע.

עס איז כדאי אנצוצייכענען א אינטרעסאנטע היסטארישע פאקט אז אינעם אור-אלטן בית הכנסת אלטניי [נ"א בבית הכנסת מייזל] אין פראג איז געווען די מנהג צו מקבל שבת זיין מיט מוזיק! ביז די רעפורמער האבן איינגעפירט די עוגב בבית הכנסת האט מען מבטל געווען די מנהג, זעה דא , דא און דא . אויב געדענק איך גוט דארף ערגעץ זיין א מאמר דערפון באריכות.

זעה אויך דא א לאנגע בריוו פונעם חת"ס לאסור כלי שיר בבית הכנסת [בשבת, דאס איז געווען בשנת תקע"ט אבער ביי די צייטען פון תקנות מיהאלוויץ בשנת תרכ"ו האט מען שוין גע'אסרט עוגב בכלל]. ווי ער דערמאנט אויך מנהג פראג. זעה דא א תשובה נפלאה.

פיקציע » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 2:04 pm

· #62647
איחוד פעלד
כמיין אז דאס איז דער קליפ וואס דער מחבר האשכול האט באמת געמיינט

http://www.youtube.com/watch?feature=endscreen&amp;NR=1&amp;v=AOZIuADNhbg

פיקציע » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 2:10 pm

· #62649
העלא
א גאנצע אשכול פון א שוהל, און קיין איין איינציגער זאגט נישט די אדרעס,
וואו איז די שוהל? איז עס אפען אינמיטן טאג?

מפי השמועה איז עס אפן א גאנצע וואך. עס איז דא דארט שיעורים (דף היומי) איבערן טאג און מנינים (איך מיין אז בלויז איין מנין) שחרית מנחה מעריב.

מורינו הרב » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 2:25 pm

· #62654
ליפא רעדט אינמיטן הלל?

ניו יארק » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 2:40 pm

· #62657
מורינו הרב
ליפא רעדט אינמיטן הלל?

אדער זאגט ער הלל אינמיטן רעדן

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 4:47 pm

· #62695
נוי יארק
מורינו הרב
ליפא רעדט אינמיטן הלל?

אדער זאגט ער הלל אינמיטן רעדן

דאס פאסט פארן בארדיטשוב'ער.

יואליש » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 7:22 am

· #73562
[ציטאט אראפגענומען]


זינט ליפא שמעלצער גייט אין קאלעזש, ברויך מען זאפארט אסר'ן קאלעדזש!

מומחה » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 9:36 am

· #73573
...Lipa's shul is designed like a ship, with round "porthole" windows and a dark blue "ocean like" interior, In fact they even sail through the davaning
דיסקלעימער: דאס איז נישט א טשעפע אויף קיינעם פערזענליך נאר א באמערקונג וואס קען געזאגט ווערן אויף יעדע שול און נישט דווקא ליפא'ס שול (פערצופאל איז עס דא א גוטע play on words)
בלאט: 1 2 3