☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » הגונב מן הגנב, פאלגריזים אין שטיבל

הגונב מן הגנב, פאלגריזים אין שטיבל

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2364

משה געציל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:01 am

· #61641
הגונב מן הגנב, פאלגריזים אין שטיבל
פריער האט זיך דא אין שטיבל אפגעשפילט א סענזאציע ווען איינער איז געגאנגן און קאפירט א העכסט געלונגענע ארטיקל פון ידידנו ר׳ [...] און געפענט א פרישע אשכול אינטערן קעפל ״די וועלט אמאל״, עכ״פ אזוי האט מיר עס אויסגעקוקט בהשקפה ראשונה. פארשטייט זיך אליינטס אז אונזער געטרייע הנהלה האט תיכף פארשפארט דעם אשכול.
וואס האט מיר אבער געקוועטשעט איז, ממילא ער נעמט א ארטיקל פון איין זייטל און פאסט עס אויף א צווייט זייטל קען איך נאך אפשר דערהערן, עס מיז דאך נישט זיין אז איינער וועט עס באמערקן. אבער גיין נעמען א ארטיקל פון ״קאווע שטיבל״ און ארויפלייגן אויף ״קאווע שטיבל״... איך מיין... גאט אין הימל?! עס וועט דאך גלייך זיין וואס וועלן עס באמערקן! וואס איז געווען זיין חשבון דא???

לאחר חקירות וגגלגות בין איך ב״ה דערגאנגן וואס דא איז פארגעקומען. א בלאג מיטן נאמען דאס אידישע ווארט וואס האט זיך לעצטענס געפענט, האט געזוכט שטאף פאר זיינע ליינערס. דערזענדיג אזא געלונגענע שטיקל פון [...] איז ער געגאנגען -נישט מער און נישט ווייניגער- גענומען [...]׳ס תגובה, געקאפיט, משנה שם געווען דעם קעפל, און יאללא... פרישע סחורה פאר זיינע געטרייע בלאג ליינערס. פארשטייט זיך אן אנגעבען סיי ווי א מקור! פאלגריזים לכל הדיעות.
מה עשה הקב״ה? הזמין שניהם לפונדק אחד... האט זיך געמאכט אז פערצאפל איז דארט געווען א קאווע שטיבל מעמבער, דערזענדיג אזא גוטע ארטיקל האט ער געטון דאס זעלביגע וואס דער בעל הבלאג האט געטון געקאפיט און אהער געברענגט אין קאווע שטיבל.

דער בעל האשכול -נישט וויסענדיג אז יענע ארטיקל איז געגנבטע סחורה- איז ווייטער באגאנגען א פארברעך מיטן אהער ברענגען דעם ארטיקל אן צו ברענגען א מקור דערצו. נישט נאר איז ער באגאנגען א פארברעך, נאר ווען ער זאל ווען צוברענגען א מקור וואלט ער זיך איינגעשפארט היבש אביסל בזיונות -הגם טייל ליינער וואלטן גלייך באמערקט אז עס קומט פון אונזער שטיבל- מיז דאך אבער נישט זיין אז ער האט געליינט א יעדען תגובה דא. למעשה האט ער נישט צוגעצייכענט א מקור, האט אים עס געקאסט אביסל אומזינסטיגע בזיונות.
הלכהדי׳ג קען מען אים טאקע נישט באשולדיגן ווייל ער איז דאך בס״ה א גונב מן הגנב וואס איז פטור (עכ״פ אויף כפל זיכער), נאר חוקי השוכלי דארף יא מחייב זיין נישט צו באגיין אזאנס, בפרט היינטיגע צייטן ווען עס איז זייער גרינג נאכצוגיין.

ברוין » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 9:18 am

· #61659
משה געציל די ביסט גיט און מאכן תורות אבער דא קען פשוט זיין אז דער איד האט עס באקימען אין אימעיל אזויווי איך און ער האט געוואלט מחי זיין דעם ציבור דא.

לאדיך אפ » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 9:36 am

· #61665
איך זע אז דאס גאנצע בלאג איז איין שטיק געגנבט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:02 am

· #61669
אז איינער האט יא עקסעס צו יענעם בלאג, קען מען אהערברענגען דעם גאנצן שטיקל פון "די "שלום בית"... אריין אין מאחורי...

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:04 am

· #61671
לאדיך אפ
איך זע אז דאס גאנצע בלאג איז איין שטיק געגנבט.

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:09 am

· #61672
איך זע אז ער האט אויך געלייגט אן ארטיקל פון מאחוה"פ, פון די אשכול "אן ארטיקל איבער שדוכים", אבער אינטערעסאנט אז די דעיט אויף די בלאג פאוסט איז א טאג פאר די דעיט פון די אשכול, ווי אזוי קען דאס זיין?

ידען » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:17 am

· #61675
ווייל די ארטיקעל איז שוין געווען אין גאס א פאר טעג פאר סע ארויף אין קאווע שטיבל.

לעמיל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:19 am

· #61676
טעות

יידל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:35 am

· #61682
דאס האט דער בעל הבלאג פלאגיאירט פון ר' יאנקל.

דער האט שוין חזקה פון גנבה.

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:40 am

· #61688
[ציטאט אראפגענומען]

אויב געדענק איך גוט האט מען אמאל געבעטן אז מ'זאל נישט לינקען צו מאחוה"פ אינעם אפענעם פארום, און ביזט גערעכט, ער שרייבט דארט "(געקאפיט פין עפעס א סייט)", טעות לעולם חוזר.

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:53 am

· #61690
אויב האט איר טענות אויף עם קענט איר עם רופן אדער אימעילען, זיין נומבער און אימייל אדרעס קענט איר טרעפן אנליין.

טאמבל סאס » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:14 am

· #61697
חחח, האסט עם געהעריג געהר'גט...
וואו איז זיין שכל געווען?
מ'קען דאס בכלל פארמיידן?

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:16 am

· #61698
אוודאי, קוק אויף רוב סייטס וועסטו נישט טרעפן קיין פרייוועט אינפארמעישען פון מענטשען.
איך וויל נישט הארגענען קיינעם, איך מיין כ'וועל אראפ נעמען די לינק, ניין? כ'בין דאך נישט קיין רשע.

טאמבל סאס » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:21 am

· #61699
זעט אויס ער איז געווען א מחמיר. אין קעיס איינער האט א שאלה צו ער האט עס אליין מחבר געווען.
הער אויס, גנב'נען פון אנדערע מענטשן איז א געפערליכע עולה, און מוז פארשריגן ווערן אדער צומאל באשטראפט ווערן. און אז ער איז א גלאטע נארעלע וואס לאזט איבער פאון נאמבערס ווי ער גייט איז עס זיין אייגן חרא.

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:25 am

· #61700
גערעכט, אבער איך דארף עם נישט העלפן זיך צו הארגענען זיין רעפיוטעישען, ווער ס'וויל שטארק קען עס אליין זוכן, ס'איז א סימפעל גוגל סוירטש.

טאמבל סאס » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:29 am

· #61701
יעצט וועלן אונז ווארטן אויף אן אפדעיט פון דער וואס האט אים שוין אנגעקאלט.

משה געציל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:37 pm

· #61799
ברוין
משה געציל די ביסט גיט און מאכן תורות אבער דא קען פשוט זיין אז דער איד האט עס באקימען אין אימעיל אזויווי איך און ער האט געוואלט מחי זיין דעם ציבור דא.

האסט עס באקומען אין אימעיל? נעם די מיה און שרייב צו ״באקומען אין אימעיל״.
יידל
דאס האט דער בעל הבלאג פלאגיאירט פון ר' יאנקל.

דער האט שוין חזקה פון גנבה.

יישר כח יידל פארן מחזיר זיין יאנקל׳ס גניבה. ווען איך האב געזען דעם ארטיקל בין איך געווען זיכער אז איך האב עס שוין אמאל געזען אבער איך האב זיך נישט געקענט דערמאנען.