☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » בית חינוך לבנות בנות ישראל קרית יואל

בית חינוך לבנות בנות ישראל קרית יואל

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2356

שרייבער » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 12:14 pm

· #61405
בית חינוך לבנות בנות ישראל קרית יואל
"בית חינוך לבנות בנות ישראל ע"ד ישראל סבא קרית יואל"

אט די ווערטער האב איך היינט געזען פיגורירן אויף א געלע באס, ווייסט איינער צו וועם דאס באלאנגט?

שמואל הלוי » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:08 pm

· #61435
גייט שוין אן מער ווי א יאר צייט.

ס'ווערט אנגעפירט דורך א גרופע פארכניאקטע אינגעלייט (בחינה פון די "שווארצע"), מער ווייניגער פון די בני יואל\קאשוי\זאלונים לאגער, אבער אויך אסאך גאר פרומע ארונים וואס זענען נישט גענוג צופרידן פונעם חינוך אין UTA שיקן דארט די קינדער.

(דערווייל איז נאר דא פאר קליינע קינדער, ביז ערשטע קלאס דאכט זיך)

עפל פאי » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:52 am

· #61651
בני יואל איז שוין נישט גענוג פרום?

מיט וואס זענען זיי בעסער?

הרב_שלום » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:45 am

· #61704
אין בני יואל זענען דא קינדער וואס די עלטערן גייען מיט א שייטעל

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:25 pm

· #61715
הרב_שלום
אין בני יואל זענען דא קינדער וואס די עלטערן גייען מיט א שייטעל

רח"ל

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:53 pm

· #61722
הרב_שלום
אין בני יואל זענען דא קינדער וואס די עלטערן גייען מיט א שייטעל

פארוואס האלט מען נאך די קינדער און די מוסדות ?

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:22 pm

· #61756
ווילאנג די שייטלעך זענען נישט פאבריצירט אין מדינת י. איז עס אקעי.
אויף אינדיע האט דער רעבע נישט געהאקט.

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:01 pm

· #61809
געב עס אפאר יאהר פאפא און וויזניץ סקווירא וועלן אויך עפענען מויסדות און קרית יואל

גאלד » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:13 am

· #62050
עפל פאי
בני יואל איז שוין נישט גענוג פרום?

מיט וואס זענען זיי בעסער?


זייט ווען זענען די בני יואל פרום?

שרייבער » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:15 am

· #62054
מיקוה נייעס
געב עס אפאר יאהר פאפא און וויזניץ סקווירא וועלן אויך עפענען מויסדות און קרית יואל

קיין איין נארמאלע סטאבילע חסידות האט נאך נישט געעפענט און וועט מן הסתם נישט עפענען קיין מוסדות אין ק"י ניטאמאל א ביהמ"ד, א חסידות וואס זוכט צו מאכן אביסל פי אר און דארף זיך בויען פרובירט צו גיין כאפן מענטשן ווי מען קען

פאפא וויזניץ סקווירא האבן גענוג די אייגענע זיי דארפן נישט די קרית יואלע'

גאלד » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:18 am

· #62055
מיקוה נייעס
געב עס אפאר יאהר פאפא און וויזניץ סקווירא וועלן אויך עפענען מויסדות און קרית יואל


not so fast

די איינציגע מוסדות לעת עתה וואס איז דא אין קרית יואל איז נאר סאטמאריש קנאיש, און דאס קען זיין עס וועלן זיך עפענען נאך

ס'וועלן זיך אפשר עפענען קאשוי, תולדות אהרן, טאהש, וכדומה, דאס איז אלעס די סאטמארע טייג,

אבער פאפא און וויזניץ סקווירא, נישט אזוי שנעל,
ס'נישטא גענוג קונדן פארדעם אין יעדער איז פאראייניגט עס נישט צו דערלאזן, אפשר 25 יאר ארום,

שלום-חבר » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:47 am

· #62070
שמואל הלוי

אויך אסאך גאר פרומע ארונים וואס זענען נישט גענוג צופרידן פונעם חינוך אין UTA שיקן דארט די קינדער.


ארונים?
יו מאסט בי דרימינג אר קידינג.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:19 pm

· #62089
שלום-חבר: איין ווארט: שלום-חבר!
יהא בואכם לברכה.

גאלד

ס'וועלן זיך אפשר עפענען קאשוי, תולדות אהרן, טאהש, וכדומה, דאס איז אלעס די סאטמארע טייג,

אבער פאפא און וויזניץ סקווירא, נישט אזוי שנעל,


מילא וויזניץ סקווירא, אבער כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז פאפא איז פון אנדערע טייג...

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 12:10 pm

· #62282
מיקוה נייעס
געב עס אפאר יאהר פאפא [....] וועלן אויך עפענען מו(י)סדות אין קרית יואל

גאנץ מעגליך
ס'וועט געשהען נאך פאר פאפא וועט גרונדען מוסדות אין קרית פאפא

הדד בן בדד » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 12:26 pm

· #63300
שמעקעדיג
שלום-חבר: איין ווארט: שלום-חבר!
יהא בואכם לברכה.

גאלד

ס'וועלן זיך אפשר עפענען קאשוי, תולדות אהרן, טאהש, וכדומה, דאס איז אלעס די סאטמארע טייג,

אבער פאפא און וויזניץ סקווירא, נישט אזוי שנעל,


מילא וויזניץ סקווירא, אבער כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז פאפא איז פון אנדערע טייג...


דעמאלס קענסטו נישט פאפא, פאפא איז לגמרי אן אנדערע טייג ווי סאטמאר.

מיקוה נייעס » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 12:30 pm

· #63302
די טייג פון וואס דו רעדסט איז נאך גוט ?