☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #2353

אשכול אן א טיטל #2353

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2353

— » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:46 am

· #61294

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:49 am

· #61296
איך בין היבש צומישט איבער דעם תהלים כולל, איך קען נישט זאגן אויף 100% אז זיי מאכן אויף מעשיות... אבער אויף איין זאך זענען זיי זיכער שולדיג, און דא קומט אריין דער והייתם נקיים מה' ומישראל, ס'איז אן קיין ספק אז גענוג און נאך ליינער וואס זעען זייערע ארטיקלען האלטן אז זיי באקן פשוט באבא מעשיות, און זיי וואלטן געמעגט דאס אליין פארשטיין און אויפהערן מיט די נאנסענס!

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:55 am

· #61298
א בחור האט מיר פארציילט: איך בין געגאנגען צו א בעשוי און ס'מיר שווארץ געווארן, ס'מיר בכלל נישט געפאלן. אבער קיין שלעכטער ביניך נישט, איך האב געוויסט אז איך וועל נישט קענען זאגן "ניין", וואס טוט מען? אימיר בייגעפאלן - זאגט מיר דער בחור - איך האב זיך דערמאנט פונעם טילעם כולל, און דארט זיצענדיג מיט'ן מדוברת האב איך ארויסגענומען דעם פאון און גערופן דעם כולל און צוגעזאגט א שיינעם סכום.

די ישועה האט נישט געשפעטיגט, זי האט געזאגט 'ניין'.

משה געציל » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 8:26 am

· #61316
פארציילט מיר א שומרים מעמבער: איין נאכט ווען די עולם איז זיך אזוי פיין געשלאפן האבן די אלארמע׳ס פון ״כולל חצות״ אנגעפאנגן מאכן שרעקליכע יללות. אפאר געטרייע מעמבערס זענען אהין געלאפן, אנקומענדיג האט זיך אנדעקט א שרעקליכע בילד... די סעיף איז ברייט אפען און ״תהלים כולל״ האט באוויזן אפצוטראגן מיט 150 מעשיות...

איחוד פעלד » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 9:31 am

· #61336
משה געציל
פארציילט מיר א שומרים מעמבער: איין נאכט ווען די עולם איז זיך אזוי פיין געשלאפן האבן די אלארמע׳ס פון ״כולל חצות״ אנגעפאנגן מאכן שרעקליכע יללות. אפאר געטרייע מעמבערס זענען אהין געלאפן, אנקומענדיג האט זיך אנדעקט א שרעקליכע בילד... די סעיף איז ברייט אפען און ״תהלים כולל״ האט באוויזן אפצוטראגן מיט 150 מעשיות...

כפארשטיי נישט

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 9:35 am

· #61339
איך ווייס פון איד וואס האט געדארפט א ישועה (כ'קען נישט אריינגיין אין פרטים, אבער אין כללים יא, ער האט געדארפט געז, און די ליין ביז צום פאמפ איז געווען איין סוף)
נו, וואס טוט א איד ווען מ'דארף א ישועה, מ'זאגט תהילים, אוי, כ'האב א טעות געמאכט, מ'שטיצט עפעס א איד מיט'ן נאמען "תהילים כולל".
גלייכט רופט ער אן די תהילים כולל, (זייער טעלעפאון נאמבער האט ער געפינען אין די טעגליכע "דבר טיפש בטיפשתו")
ער הערט דעם טעלעפאון קלינגען, ער פילט די ישועה אינטערוועגנס.
למעשה האט א ריקארדינג געזאגט אז די תהילים כולל לצדקת רבי מאיר בעל הנס מאכט זיך אויף ערשט 9'נע אינדערפרי, דהיינו נאך א שעה און א האלב ארום. - ער לאזט א מעסעדש.
אין די מיען טיים, האט ער נישט געהאט א ברירה, נאר צו זאגן תהילים ער זעלבסט.
די זייגער רוקט זיך, ס'איז 9'נע, תהילים כולל רופט אים צוריק. - עטליכע מינוט נאכן געבען זיין קרעדיט קארד, איז ער שוין געשטאנען 18 קארס אוועק פון פאמפ, פונקט כמנין 18 דאללער'דיגע נדבה.

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:01 am

· #61350
געציל נעם דיר א לייק. 👍

משה געציל » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:01 pm

· #61514
איחוד פעלד
משה געציל
פארציילט מיר א שומרים מעמבער: איין נאכט ווען די עולם איז זיך אזוי פיין געשלאפן האבן די אלארמע׳ס פון ״כולל חצות״ אנגעפאנגן מאכן שרעקליכע יללות. אפאר געטרייע מעמבערס זענען אהין געלאפן, אנקומענדיג האט זיך אנדעקט א שרעקליכע בילד... די סעיף איז ברייט אפען און ״תהלים כולל״ האט באוויזן אפצוטראגן מיט 150 מעשיות...

כפארשטיי נישט

ארבעט נישט צו שווער... ניץ דיין קעפל אויף וויכטיגערע זאכן...

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:01 am

· #61626
מעמבערפיש? איז דער טעות געווען בכוונה?....

ציבעלע-קיגל » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 12:04 am

· #62195
איחוד פעלד
משה געציל
פארציילט מיר א שומרים מעמבער: איין נאכט ווען די עולם איז זיך אזוי פיין געשלאפן האבן די אלארמע׳ס פון ״כולל חצות״ אנגעפאנגן מאכן שרעקליכע יללות. אפאר געטרייע מעמבערס זענען אהין געלאפן, אנקומענדיג האט זיך אנדעקט א שרעקליכע בילד... די סעיף איז ברייט אפען און ״תהלים כולל״ האט באוויזן אפצוטראגן מיט 150 מעשיות...

כפארשטיי נישט


איך האב געהערט אז קופת העיר האט אפגעקויפט אפאר פון די מעשיות

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:43 am

· #62214
בעצם פראוועט דער עולם איין שטיק ליצנות.און איך לאך מיט. נאר. ערנסט גערעדט. ס'איז א חרפה און בושה אז צדקה מסדות מאכן זיך אזוי ביליג אז זיי פאבריצירן מעשיות. אדער איז עס א פאר יחידים וואס ווילן נישט גיין ארבעטן און זיי זענען אויפגעקומען מיט א גרינגן וועג צו מאכן א פאר דאללער. די תוצאה פון דעם איז אז מ'גלייבט שוין נישט פאר קיינעם.

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:46 am

· #62273
א דין תורה הייבט זיך היינט אן
צד התובע: כולל חצות
צד הנתבע: תהילים כולל
הנידון: העתק סיפורי מופתים ללא רשות בכתב

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 3:50 pm

· #66311
דערציילט מיר יעצט איינער א מורא'דיגע מעשה. זיין קינד האט זיך מיאוס צושניטן, איז ער מיט שרעק געלאפן צום ER מיט'ן קינד. דער דאקטאר זעהנדיג דעם קינד האט אליינס שיעור גע'חלש'ט, דער טאטע האט זיך יעצט נאך מער דערשראקן, וואס גייט דא פאר? דער דאקטאר זאגט אים אז ער האט נאך אזאנס נישט געזען. דערציילט מיר דער אינגערמאן: דער דאקטאר האט אויסגענומען זיין סעלפאון און אנגערופן תהילים כולל, וואס? ער האט געמיינט אז ער זעהט נישט גוט. דער דאקטאר זאגט פאר'ן אינגערמאן אז ער קען אהיימגיין. "ניטאמאל א באנדאדזש האט ער געלייגט."

ס'דורך איין טאג מיט 2 שעה און מיין זון איז גענצליך אויסגעהיילט געווארן!

נאך 2 וואכן באקומט דער אינגערמאן א ביל פון 1000 דאלער, דאס איז דער סכום וואס דער דאקטאר האט צוגעזאגט פאר טילעם קוילעל. "מעדיקעיד באצאלט נישט פאר מירעקעלס" איז מיר דער אינגערמאן מסביר. "איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי גרינג ארויסגענומען 1000 דאללאר פון טאש!" פירט דער אינגערמאן אויס מיט פאטאס!

ער האט מיר געבעטן עס מפרסם צו זיין.

עוד מישהו » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 12:29 pm

· #71130
א מוראדיגע מעשה וואס ברענגט ארויס די גרויסקייט פון תהלים כולל. קופת העיר האט זיך זייער געמוטשעט מיט אויפקומען מיט פרישע מעשות אין די לעצטע שטיק צייט, נאכן אנקומען ממש עד כלות, און זייענדיג אובדי עצות, האבן זיי אנגערופן תהלים כולל און צוגעזאגט $180 פאר די החזקת הכולל,
איבעריג צו באצייכענען אז צוויי מינוט נאכן אראפלייגן די טעלעפאן האט קופת העיר'ס פאבריצירער, אויסגעטראכט א נייע מופת, והבטיחו לפרסם.

נ"ב די $180 וועט קופת העיר באצאלן נאכן צאמשנארן געלט פון נדיבי עם.

עוד מישהו » מאנטאג יאנואר 7, 2013 6:09 pm

· #78369
הקדמה: וויבאלד די מעשה איז פון א מענטש, וואס ס'קען זיין מאנכע וועלן אים קענען, האט מען געמוזט פארדרייען די פאקטן.
מיר וועלן אנרופן די בעל המעשה פייוול שמעלקעזאהן, געווען א בעלבתיש אינגערמאן, א שטוב קע"ה פון צוויי מנינים כמעט, געארבעט האט ער ביז ווען די גרויסע עקאנאמישע קראך האט באטראפן ניו יארק. נאכן קראך האט ער וואו פילע אנדערע, זיך געטראפן אן פרנסה און אן ברויט צו קענען אהיימברענגען פאר זיין בריגאדע, און האבענדיג א זעקס קינדער אין די רייע, איז ער ממש געווארן א מת מצוה. די זעלבסט ווירדע האט אים נישט געלאזט זיך אראפשטעלן אין שומרי שבת שנארן, עאכו"כ ביי פולטאן סט. סטעישאן זיכער נישט, האט פייוול און זיין געזינדל געהונגערט.

נאכן זיך מתייעץ זיין מיט חברים און נאנטע פריינד, האט פייוול ארויסגענומען אן הלוואה, און אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל, מיט דעת צו גיין שנארן ביים כותל פאר פערציג טעג, און האפענטליך וועט ער געהאלפן ווערן. אנקומענדיג קיין א"י איז פייוול תיכף ומיד געפארן צו ירושלים, און געגאנגען צום כותל שנארן, ער האט דארט געדאווענט, אין די פארמאכטע טייל האט ער געפונען זיין געלעגער, און גוטהארציגע באבעס האבן געברענגט עסן פאר די אמעריקאנער שנארער.

עס איז אריבער 38 טעג, און פאר פייוול "איז שווארץ געווארן פאר די אויגן, ס'איז געווארן ביינאכט", זעענדיג אז די פאר טויזענט שקל וואס ער האט צאמגעשנארעט, וועט אים גענוג זיין אויף איין בילקע ביי זיין עלטסטע קינד'ס חתונה. ער האט זיך גוט אויסגעוויינט, און טעלעפאנירט אהיים צו זיין ווייב, אזוי רעדנדיג צו זיין ווייב דערציילט זי, אז זי האט געהערט פון א כולל "תהלים כולל", זי האט זיך דארט איינגעשריבן, און נאכן דורכגיין א בחינה ביי די ראש הכולל, האט מען איר אנגענומען.

ותהום כל העיר וישתוממו, א מין מעשה דאס תהלים כולל האט געבראכן די רעקארד, און איז די ערשטע כולל אנצונעמען פרויען. הקיצור פייוול'ס טרערן ביים כותל זענען נישט געגאנגען לאיבוד, און נאך פערציג טעג איז ער אהיים צוריק קיין אמעריקע. פינעף קינדער האבן שוין חתונה געהאט די זעקסטער גייט חתונה האבן ל' טבת.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 8, 2013 8:53 pm

· #78665
איחוד פעלד
משה געציל
פארציילט מיר א שומרים מעמבער: איין נאכט ווען די עולם איז זיך אזוי פיין געשלאפן האבן די אלארמע׳ס פון ״כולל חצות״ אנגעפאנגן מאכן שרעקליכע יללות. אפאר געטרייע מעמבערס זענען אהין געלאפן, אנקומענדיג האט זיך אנדעקט א שרעקליכע בילד... די סעיף איז ברייט אפען און ״תהלים כולל״ האט באוויזן אפצוטראגן מיט 150 מעשיות...

כפארשטיי נישט

נו, זאג דו אליין. ווער איז שולדיג? ווארט צו א ביסל. ר' יאנקל מיללער, יארמער רב שליט"א זאגט אז אן אונגערישער כאפט עס נאך צוויי וואכן.

זר זהב » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 4:56 pm

· #89644
עמלק כולל געעפענט
אין 'דער איד' לויפט אזא מודעה:

Amalyk Koilel.jpg

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:04 pm

· #89647
👍 וואס שטייט דארט אין די קליינע אותיות?

זר זהב » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:04 pm

· #89650
איך ווייס נישט פארוואס ס'אויסגעקומען אזוי קליין, ווער סקען זאל עס גרעסער מאכן

זר זהב » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:21 pm

· #89663
amalyk koilel3.jpg

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:23 pm

· #89664
👍 👍 👍 👍
שוין עבאוט טיים צו מאכן אויך א תפילין כולל, וואו מען טוט אן תפילין אנשטאט דיר פאר אכצן דאלער. מ'קען מאכן אן עקסטערע רש"י כולל און אן עקסטערע רבינו תם כולל.

משה געציל » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:29 pm

· #89667
יאיר
:like 👍 👍 👍
שוין עבאוט טיים צו מאכן אויך א תפילין כולל, וואו מען טוט אן תפילין אנשטאט דיר פאר אכצן דאלער. מ'קען מאכן אן עקסטערע רש"י כולל און אן עקסטערע רבינו תם כולל.

וואס עפעס נאר תפילין? מען דארף מאכן א ״תרי״ג כולל״ ווי פאר מינאמאלע אפצאל וועלען די מנין אינגעלייט קניפען ציצית, בינדען קוישלעך, קלאפן הושענות, גראגערן ביי המן, טאנצען הקפות, ווארפען אייער ביי די מחאות אדירות, טרינקען ד׳ כוסות, שמעקן טאביק ביי נשמת, גרעבצן אויף א גלעזעל סעלצער נאכן טשאלענט, וכו׳ וכו׳...

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:30 pm

· #89671
און וואס וועט צימערמאן טון?

משה געציל » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:32 pm

· #89672
יאיר
און וואס וועט צימערמאן טון?

צימערמאן זאל גיין ווי בענדזשימאן שיקט הערשל קלאר.

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:54 pm

· #89687
משה געציל
וואס עפעס נאר תפילין? מען דארף מאכן א ״תרי״ג כולל״ ווי פאר מינאמאלע אפצאל וועלען די מנין אינגעלייט קניפען ציצית, בינדען קוישלעך, קלאפן הושענות, גראגערן ביי המן, טאנצען הקפות, ווארפען אייער ביי די מחאות אדירות, טרינקען ד׳ כוסות, שמעקן טאביק ביי נשמת, גרעבצן אויף א גלעזעל סעלצער נאכן טשאלענט, וכו׳ וכו׳...


<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=558137#p558137">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 37#p558137</a>
נישט שלעכט...

קאווע טרינקער » פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:21 pm

· #89952
איך האב אריינגעשיקט מיין פאעזיע שטיקל צו לעמאן דזואס, גלייך דערנאך האב איך אריינגעשיקט א טשעק צו תהילים כולל.
ליידער בין איך נישט געווען קיין געווינער, אבער כ'האב מקבל געווען דעם גזר דין מן השמים.

ממש יעצט באקום איך אן הודעה פון די הויפט גבאי פון אלע דריי תהילים צענטערען, אז מיין טשעק האט געקראכט.
אלץ איז באשערט.
א גוט שבת

ענדע צדיק » מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:39 am

· #90912
משה געציל
גרעבצן אויף א גלעזעל סעלצער נאכן טשאלענט, וכו׳ וכו׳...

ביז אהער קען אים נאך מותר זיין יענער זאל טון פאר מיר, אבער אויף דעם געב איך נישט אויף... מצוה בו יותר מבשלוחו...

ודי למבין » מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:34 pm

· #90952
דאס איז שוין מצוות שבגופו עס העלפט נישט קיין שליח

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:11 pm

· #90965
איך האב אויך זיך מקבל געווען צו מסיים זיין ספר תהילים 3 מאל א טאג, פאר 40 טעג.
היות דאס איז שווער צו מקיים זיין, האב איך זיך פארבינדען מיט די הויפט מנהל פון תהילים כולל. זיין תשובה איז געווען:
פאר א גוטע פרייז קען מיר דיך אויסלייזען פון דעם פראבלעם, צולייגענדיג, אז היות א מנין ת"ח (ר"ת: תהילים חוזרים) זאגן אויס (הויעך) ספר תהילים אין דריי אנדערע לאקאציעס, ע"כ, אע"פ ס'ווערט געזאגט אין די זעלבע צייט, ווערט דאס אבער פאררעכנט ווי 3 אנדערע מאל, ע"כ בין איך אוודאי יא יוצא מיין נדר מיט דעם.
וכך הוה.

משה געציל » מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:49 pm

· #91032
קאווע טרינקער
איך האב אויך זיך מקבל געווען צו מסיים זיין ספר תהילים 3 מאל א טאג, פאר 40 טעג.
היות דאס איז שווער צו מקיים זיין, האב איך זיך פארבינדען מיט די הויפט מנהל פון תהילים כולל. זיין תשובה איז געווען:
פאר א גוטע פרייז קען מיר דיך אויסלייזען פון דעם פראבלעם, צולייגענדיג, אז היות א מנין ת"ח (ר"ת: תהילים חוזרים) זאגן אויס (הויעך) ספר תהילים אין דריי אנדערע לאקאציעס, ע"כ, אע"פ ס'ווערט געזאגט אין די זעלבע צייט, ווערט דאס אבער פאררעכנט ווי 3 אנדערע מאל, ע"כ בין איך אוודאי יא יוצא מיין נדר מיט דעם.
וכך הוה.

וכך הוה אז וואס, זיי האבן אנגענומען דיין אויסלייז-געלט?! פשיהא! א חידוש עצום. כך הוה, אז דו האסט יוצא געווען דיין נדר?! מן יימר? האסט געשפירט דעם זעלבן פילינג וואס דו שפירסט נאך א טבילת עזרא?!

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 pm

· #91036
ניין,,,,,,,,,,, די "וכך הוה" איז נאך אלץ די ווערטער פון די ראש הכולל......

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 19, 2013 10:22 am

· #134772
אין לוח הציבור פון היינט (ערב שבת נחמו) שרייבט דער תהילים כולל א מופת וואס האט זיך אפגעשפילט דעם פארגאנגענע פסח!
חברה, זיי דארפן אייער הילף,זיי לויפן אויס פון מופתים אזש זיי מוזן אפירקראצען אלטע סחורה.

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 19, 2013 11:15 am

· #134790
בד"וו, כ'וויל פארשטיין, אויב 3 לאקאלען האבן געמאכט אותות ומופתים, פארוואס פעלט אויס נאך 2 נייע?

משה געציל » פרייטאג יולי 19, 2013 11:24 am

· #134796
ס'איז דאך א בפירוש'ע פסוק; "למען רבות אותותי אלה בקרבו"...

10952 » זונטאג יולי 21, 2013 2:10 am

· #134937
👍 👍 👍 👍

מיר איז אינטערעסאנט אז דער מענטש האט נאך די געלט אריינצולייגען די רעקלאמעס פאר די תהילים כולל... איך וואונדער זיך אלעמאל אויב די געבעקסט ברענגט אים אפאר פאנאטישע משוגעים. איז דער עולם טאקע שוין משוגע?

איך אויך » זונטאג יולי 21, 2013 7:28 am

· #134967
פון 'חזקה על תעמולה שאינה חוזרת ריקם' האסטו שוין אמאל געהערט?

קינות גירושין » זונטאג יולי 21, 2013 7:44 am

· #134969
10952
:like 👍 👍 👍

מיר איז אינטערעסאנט אז דער מענטש האט נאך די געלט אריינצולייגען די רעקלאמעס פאר די תהילים כולל... איך וואונדער זיך אלעמאל אויב די געבעקסט ברענגט אים אפאר פאנאטישע משוגעים. איז דער עולם טאקע שוין משוגע?

יא כהאב שוין גהערט פון מענטשען וואס געבן דארט גלט, נעבעך, סאיז ליידער דא אידען וואס האלטען באמת אז גאט הערט זיך נישט צו צו זייערער געבעטן

boxcover » מאנטאג יולי 22, 2013 11:14 pm

· #135408
יאיר
און וואס וועט צימערמאן טון?

עפענן א מחאה כולל

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 8, 2017 12:31 am

· #373785
משה געציל
יאיר
:like 👍 👍 👍
שוין עבאוט טיים צו מאכן אויך א תפילין כולל, וואו מען טוט אן תפילין אנשטאט דיר פאר אכצן דאלער. מ'קען מאכן אן עקסטערע רש"י כולל און אן עקסטערע רבינו תם כולל.

וואס עפעס נאר תפילין? מען דארף מאכן א ״תרי״ג כולל״ ווי פאר מינאמאלע אפצאל וועלען די מנין אינגעלייט קניפען ציצית, בינדען קוישלעך, קלאפן הושענות, גראגערן ביי המן, טאנצען הקפות, ווארפען אייער ביי די מחאות אדירות, טרינקען ד׳ כוסות, שמעקן טאביק ביי נשמת, גרעבצן אויף א גלעזעל סעלצער נאכן טשאלענט, וכו׳ וכו׳...

זעה איך יעצט אז עס האט זיך געעפנט א "כפרת עוונות" כולל!
(בייגעלייגט איז דער סקרינשאט)
.
📎 KAO.JPG

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 8, 2017 12:33 am

· #373787
אגב, האט שוין דער עולם גע'vote פאר די שווערע דעסישען וואו צו עפענען די נעקסטע 2 תהלים כולל'ס לאקאלן?
די עסקנים געבן איבער אז יעדער זאל ארויסגיין שטימען יעדע שטימע איז קריטיש וויכטיג!

איסר האטלקי » דאנערשטאג יוני 8, 2017 12:44 am

· #373790
איך האב געשטימט פאר חפץ חיים'ס איר אייניקל, א וואוילע אידענע געווען. און פאר מענדל ווייס זצוק"ל פון ב"פ.

היסטאריקער » דאנערשטאג יוני 8, 2017 2:42 pm

· #373852
געהערט ווי איינער פרעגט א דיין, צי מ'מעג זאגען תהלים שבת, וויבאלד מ'שפארט זיך צו צאלן אנשטאט פאר תהלים כולל, איז עס שכר שבת.

וואלווי » דאנערשטאג יוני 8, 2017 10:15 pm

· #373914
היסטאריקער
געהערט ווי איינער פרעגט א דיין, צי מ'מעג זאגען תהלים שבת, וויבאלד מ'שפארט זיך צו צאלן אנשטאט פאר תהלים כולל, איז עס שכר שבת.


ענפערט דער דיין, אויב ס'איז בהבלעה, משלונגט די ווערטער, מעג מען...

קלוגע יודל » פרייטאג יוני 9, 2017 2:54 am

· #373943
שמעקעדיג
אגב, האט שוין דער עולם גע'vote פאר די שווערע דעסישען וואו צו עפענען די נעקסטע 2 תהלים כולל'ס לאקאלן?
די עסקנים געבן איבער אז יעדער זאל ארויסגיין שטימען יעדע שטימע איז קריטיש וויכטיג!

ווי קען מען וואוטן?
איך וואלט געוואוט ביי די פלאץ ווי עס דאווענען די מערסטע מענטשן, אבער משום איזה סיבה ווייסט נישט די הנהלה פון תהילים כולל דערוועגן.
ביים שריד בעת מקדשנו....

וואלווי » פרייטאג יוני 9, 2017 5:38 pm

· #374016
קלוגע יודל
שמעקעדיג
אגב, האט שוין דער עולם גע'vote פאר די שווערע דעסישען וואו צו עפענען די נעקסטע 2 תהלים כולל'ס לאקאלן?
די עסקנים געבן איבער אז יעדער זאל ארויסגיין שטימען יעדע שטימע איז קריטיש וויכטיג!

ווי קען מען וואוטן?
איך וואלט געוואוט ביי די פלאץ ווי עס דאווענען די מערסטע מענטשן, אבער משום איזה סיבה ווייסט נישט די הנהלה פון תהילים כולל דערוועגן.
ביים שריד בעת מקדשנו....


דארט וועטט פאר זיי קאסטען צופיל געלט. האסט אמאל פרובירט דארטן זאגען תהלים ברציפות?

גלייב מיר די קאלעקטערס טוהן דארט א בעסערע דזשאב ווי תהלים כולל'ס בעסטע מארקאטינג....