☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » דין תורה אין בני ברק קומט צי א ענדע?

דין תורה אין בני ברק קומט צי א ענדע?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2346

היסטאריקער » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:30 pm

· #60785
דין תורה אין בני ברק קומט צי א ענדע?
קרעדיט: כל העולם כולו

שחמט
לויט די שמיעות הערט מען אז די די דין תורה אין בני ברק האלט ביים ענדע, דער איינציגער ציריקהאלט איז נאך לעת עתה יצחק רוזענבערג אבער ער האלט זיך אויך ביים ברעכן, כידוע איז שוין גרייט דער פסק פין בית דין אז אלע בנינים אין בני ברק געהערן פאר כ''ק אדמו''ר שליט''א מיט די גבאים רבי משה פריעדמאן אין רבי עזריאל גליק, די ארונים האבן אנגעהויבן צי שפרינגען גיפעלרליך אבער דער בית דין האט גענטפערט קימט ענק אדורך איינס צוויי אין אז נישט קימען מיר ארויס מיטן פסק, בלית ברירה האבן די ארונים מחליט געווען זיך אראפ זעצן פארהאנדלען מצדם האבן זיי ארויס געשטעלט ר' מנחם גרשון לעבאוויטש אין מצדינו איז געשטעלט ר' יעקב יוחנן מענדעלאוויטש, ווי עס האלט יעצט איז דער הסכם אזוי, די ארונים באקימען אין בני ברק אלע בנינים אין שיכון סאטמאר, אין אלע בנינים אויסערן שיכון גייט בלייבן אויף אינזער נאמען, (נעבעך חיים הערשעלע מייזליש), בשכר זה, גייען די ארונים אויפגעבן אלע טענות אויף די בנינים אין וויליאמסבורג אינקלאדינג דעם בית המדרש החדש, אזוי אויך געבן זיי אויף אלע תביעות אויף די קעמפס, מנחם גרשון אין ייעקב יוחנן האבן שוין אינטערגעשריבן מען ווארט נאר אויף די חתימה פין יצחק רוזענבערג (וואס פירט אן די מערכה אין קארט אויף די בנינים אין וויליאמסבורג אין אויף די קעמפס, ער וויל נאכנישט אינטערשרייבן, אבער מנחם גרשון מיט זיין גרופע לייגן אויף עם גרויס לחץ אין ווי עס זעט אויס גייט ער זיך ברעכן זייער שנעל.

yosefelye

יי איז דאס א זאלי ספין, אין וויליאמסבורג גיט מען גארנישט אויף, און אויך נישט אין קעמפ, ר' יצחק ראזענבערג איז בכלל נישט קיין צד צו דעם הסכם, ער דארף גארנישט אינטערשרייבן, ווער עס האלט צוריק דעם הסכם איז נאר אלי' כ''ץ פון בני ברק וואס לויטן הסכם וועט ער דארפן רעזיגנירן פון רבנות און הרה''צ רבי חיים הערש מייזליש שליט''א וועט עמטליך ווערן דער סאטמארער רב פון בני ברק און אריבער גיין דאווענען אין שיכון סאטמאר, אלי' כ''ץ וויל ביזדערווייל פון דעם נישט הערן, אבער די זאליס סטראשן עם אז ער וועט ווערן אויסגעשפילט משני הצדדים, זיי זאגן אז ער גייט זיך סוף כל סוף מוזן ברעכן און אינטערשרייבן.

שמואל הלוי » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:35 pm

· #60788
אריין אין רומער אשכול.

אין מיינע אויגן קוקט עס נישט אויס צו זיין ווירקליך.

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:17 pm

· #60833
פון וועלכע חסידות רעדט מען דא?

פרענטש וואנילע » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:32 pm

· #60840
להערה בעלמא, דער באשאפער פון דעם פאלשען נייעס ארטיקעל איז דער אלט באקאנטער ניק "שחמט" דאס איז א אלטער פאלשער ארוינישע ניק, וואס פרובירט שפילען ווי א זאלויני, ער עפענט א אשכול מיט דעם פאלשע ניק, מכלומרשט ווי א זאלוינישע נייעס, און קומט באלד דערויף מיט זיין געהעריגע ניק און ענפערט אפ דעם "שחמט"... דוק ותשכח..

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:54 pm

· #60848
פרענטש וואנילע
להערה בעלמא, דער באשאפער פון דעם פאלשען נייעס ארטיקעל איז דער אלט באקאנטער ניק "שחמט" דאס איז א אלטער פאלשער ארוינישע ניק, וואס פרובירט שפילען ווי א זאלויני, ער עפענט א אשכול מיט דעם פאלשע ניק, מכלומרשט ווי א זאלוינישע נייעס, און קומט באלד דערויף מיט זיין געהעריגע ניק און ענפערט אפ דעם "שחמט"... דוק ותשכח..

what are u saying
that you are the real zalony
do i have it right
?

פרענטש וואנילע » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:41 pm

· #60877
קאווע טרינקער
פרענטש וואנילע
להערה בעלמא, דער באשאפער פון דעם פאלשען נייעס ארטיקעל איז דער אלט באקאנטער ניק "שחמט" דאס איז א אלטער פאלשער ארוינישע ניק, וואס פרובירט שפילען ווי א זאלויני, ער עפענט א אשכול מיט דעם פאלשע ניק, מכלומרשט ווי א זאלוינישע נייעס, און קומט באלד דערויף מיט זיין געהעריגע ניק און ענפערט אפ דעם "שחמט"... דוק ותשכח..

what are u saying
that you are the real zalony
do i have it right
?


what I said is exactly what I'm saying, and don't take things out of context please

די מקור פון ווי די ספין ווערט נאכגעברענגט איז די "נארם" צו טוהן אזעלכע נארישע שריט ווי ספינען מיט א פאלשע ניק, "קאווע שטיבל" איז אויף א העכערע ניווא פון דעם..

אויס מענטש » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:04 pm

· #61127
איך האב גראדע ליב פרענטש ווענילא קאפי
אבער דא אין קאווע שטיבל איז עס עפעס נישט אזוי באטעמ'ט

פרענטש וואנילע » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:44 pm

· #61146
נו, נישט וועגען דעם ביטו געווארען "אויס מענטש"? 😉

היסטאריקער » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:01 pm

· #61164
פרענטש וואנילע
להערה בעלמא, דער באשאפער פון דעם פאלשען נייעס ארטיקעל איז דער אלט באקאנטער ניק "שחמט" דאס איז א אלטער פאלשער ארוינישע ניק, וואס פרובירט שפילען ווי א זאלויני, ער עפענט א אשכול מיט דעם פאלשע ניק, מכלומרשט ווי א זאלוינישע נייעס, און קומט באלד דערויף מיט זיין געהעריגע ניק און ענפערט אפ דעם "שחמט"... דוק ותשכח..



די ווייסט אזוי, אדער שטעלסט זיך פאר?