☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג

כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #234

יידל » מאנטאג מערץ 5, 2012 9:50 am

· #510
כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
די כופרישע מיסיאנערן-סטיל ארגאניזאציע "אמעריקען עטעאיסטס" האבן געצאלט $15,000 צו הענגען א שילד אין דרום וויליאמסבורג איבער גאט. די שילד האט די שם הוי"ה און דערנעבן אן אויפשריפט אין העברעאיש און אין ענגליש מיט א כפירה'שע לאזונג. אן ענליכע שילד הענגט די גרופע אויף אין א שטארק מוסלעמענע געגנט אין פעטערסאן ניו דזשערסי.
"אויב עס זענען דא כופרים אין די קהילות, שטרעקן מיר אויס א האנט צו זיין", האט דעיוו סילווערמאן, דער אנפירער פון די גרופע געזאגט. "מיר ווילן זיי לאזן וויסן אז מיר זעהן זיי, מיר אנערקענען אין זיי, און זיי דארפן נישט לעבן אין א וועג וואס זיי ווילן נישט".
סי ען ען, וואס האט באריכטעט די ידיעה, האט שפאקולירט אז דאס אויפשריפט פונעם שם הו"ה וועט ארויסברענגן בייז-בלוט פון די היימישע אידן אונעם געגנט. ס'איז אבער גארנישט דא וואס צו טון, ווייל אנדערש פון שמוציגע בילדער, זענען אידן נישט ערלויבט אויסצומעקן די הייליגע נאמען.

יידל » מאנטאג מערץ 5, 2012 10:07 am

· #516
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער גאט אין וויליאמסבורג
זיי האלטן דאך אז אפילו עס האט א מענטשז געמאכט טראכטן פאר איין סעקונדע איבער יאשקע האט זיך דאך שוין אלעס געלוינט.

ידען » מאנטאג מערץ 5, 2012 11:13 am

· #519
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
להבדיל ביי אונז אידן איז דא דער כלל פון טוהן אפי׳ אז אין דער ענדע וועט מען גארנישט האבן אויפגעטאן.

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 5, 2012 5:29 pm

· #545
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
לויט ווי ס'זעט אויס דא, שטייט ארויס די שם במלואה
http://www.metro.us/newyork/newyork/article/1115607--atheist-billboards-for-non-believers-hit-williamsburg

שרגא » מאנטאג מערץ 5, 2012 10:18 pm

· #564
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
אין וויליאמסבורג וועלן רוב סייווי נישט פארשטיין נישט דעם ענגליש און נישט דעם עברית. (און די וואס וועלן האלב פארשטיין דעם ענגליש, וועלן טראכטן אז זיי פרעדיגן גוטס "דו האסט א בחירה (טשאויס)".

קידינג עסייד, וואו גייט זיין דער שילד, ממש לעבן די היימישע געגנטער? עס איז טאקע א געפערליכע זאך און איך גלייב די עסקנים וועלן עס באקעמפן מיט אלע כוחות. מען דארף זיי נאר איינמעלדן דערוועגן.

יידל » מאנטאג מערץ 5, 2012 10:28 pm

· #565
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
שרגא, ווי איך הער גייט עס זיין אין די געגנט פון די וויליאמסבורג בריק.

דבילה » דינסטאג מערץ 6, 2012 12:39 am

· #592
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
ווי שטארק אונזערע חרדי'שע עסקנים וועלן מיט דעם זיין פארנומען איז א גענויע אנווייז וויפול צייט זיי האבן אויף די האנט! אויב בינטעווען זיי ציווייניג איז גרויסע צרות! דאס מיינט לכאורה אז נישט מער נישט ווייניגער נאר מציצה בפה איז שטארק איינגעשטעלט!

amechiya » דינסטאג מערץ 6, 2012 6:24 pm

· #728
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
די סיין גייט נישט ווערן אויפגעהאנגן אין וויליאמסבורג, די לענדלארד לאזט נישט.
די כופרים שעלטן אוועק.
<a class="postlink" href="http://www.brooklynpaper.com/stories/35/10/dtg_atheistsign_2012_03_09_bk.html">http://www.brooklynpaper.com/stories/35 ... 09_bk.html</a>

שרגא » דינסטאג מערץ 6, 2012 6:43 pm

· #731
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
amechiya
די סיין גייט נישט ווערן אויפגעהאנגן אין וויליאמסבורג, די לענדלארד לאזט נישט.
די כופרים שעלטן אוועק.
<a class="postlink" href="http://www.brooklynpaper.com/stories/35/10/dtg_atheistsign_2012_03_09_bk.html">http://www.brooklynpaper.com/stories/35 ... 09_bk.html</a>


אמחיה,
שמך נאה לך, יעצט קומט גוט צוניץ דיין נאמען!

דבילה » דינסטאג מערץ 6, 2012 11:35 pm

· #779
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
געוואלד! וואס 'עט זיין מיט די שוין אפגעדריקטע טאוולעך מיט'ן שם הויה דערויף?

יידל » מיטוואך מערץ 7, 2012 1:14 am

· #792
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
דבילה
געוואלד! וואס 'עט זיין מיט די שוין אפגעדריקטע טאוולעך מיט'ן שם הויה דערויף?

אפשר פאר גרויס געלט קען מען עס אפקויפן צו קענען לייגען אין שימות. המתחיל במצוה - די עסקנים וואב האבן אויסגעפועלט ביים לענדלארד - אומרים לו גמור.

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 7, 2012 1:34 am

· #797
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
[ציטאט אראפגענומען]

א קאמפיוטער אדער פרינטער קען אויך הייסן א מין? סך הכל איז דאך דער מין א גרמא צו דאס אויך נישט. אבער כ`האב געהערט אז אין ירושלים איז אויך געווען אמאל אזא שאלה און מ`האט געפסקנט אז ס`האט נישט קיין שום קדושה.

רואיק » מיטוואך מערץ 7, 2012 2:07 am

· #806
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
אזעלעכע טיפשים די חברה. נאך א מזל זיי פרעגען נישט אהן בלעם'ן פאר אן עצה.

הירשל ציג » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:50 pm

· #2327
דער בילבאר"ד אין גרינפוינט
מיינע צווי סענט

<a class="postlink" href="http://theantitzemach.blogspot.com/2012/03/blog-post_22.html">http://theantitzemach.blogspot.com/2012 ... st_22.html</a>

יידל » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:52 pm

· #2328
Re: דער בילבאר"ד אין גרינפוינט
שטארקע נקודות הירשל!

הירשל ציג » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:55 pm

· #2329
Re: דער בילבאר"ד אין גרינפוינט
מה יש לי מזה אז איך האב שטארקע נקודות?!

יידל » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 2:17 pm

· #2332
Re: דער בילבאר"ד אין גרינפוינט
יש לך את הזכות פון מעורר זיין די חברה אז זיי לעבן אין א באבל, און לאמיר האפן אז די בלאג פאוסט וועט ברענגן פאזעטיווע רעזולטאטן אז זיי וועלן זיך סוכ"ס אויף וועקן און אנהייבן טון צו דער זאך.

הירשל ציג » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 2:50 pm

· #2334
Re: דער בילבאר"ד אין גרינפוינט
יידל, נחמתני

גדעון » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 2:57 pm

· #2335
Re: דער בילבאר"ד אין גרינפוינט
ער איז מיר געווארן געספוילט, אז ווייל וויליאמסבורגע רבנים האט געפירט מערכות ווען מהאט געגראבן קברים אין איירופה און אר"י - לאו דוקא א וויליאמסבורגע פראבלעם, סאטמאר רב טוב העלפט אידן וואס אנטלויפן פון איראן - לאו דוקא א סאטמארע פראבלעם, סאטמאר האט אנגעפאנגען מיט ביקור חולים - פאר אלע אידן ציגלייך, סאטמארע אידן האבן געעפענט די וויכטיג ארגענעזאציע רופא חולים - פאר אלע קרייזן. אא"וו ווי סאטמאר און וויליאמסבורג טוען וויכטיגע עסקנות וואס איז לאו דוקא א סאטמארע פרעבלעהם.

האסטו יעצט די חוצפה צי אטעקירן וויליאמסבורג ווייל זיי טוען נישט וויפיל די פארשטייסט אז מ'דארף טון, זאג נאר הירשל ווען האסטו שוין אמאל עפעס געטון פאר אידנס וועגן אויסער זיצן און זעך אויסגיסן ס'גאל דיינעם אויף דיין בלאג, פארוואס איז נישט די בילבאורד בארא פארקס פראבלעם? פלעטבושס פראבלעם? ווייל וויליאמסבורג טוט זאכן וואס דו און דיינע חברים דארפן ווען אויך טון מיינט נאכנישט אז וויליאמסבורג איז אחריות אויף גרינפוינט.

און בכלל, די סיבה פארוואס מהאט באוויזן אוועקצונעמען די בילבאורד פון וויליאמסבורג איז געווען ווייל סאטמאר האט געהאט איינפלוס אויפן בעל הבנין און ער האט אפגעהאלטן די אטעאיסטן פון ארויפלייגן די בילבאורד אויף זיין דאך, אבער וואס קען מען טון אין גרינפוינט? אדרבא די האסט דאך עיצות פאר אלעם, לאמיר זעהן הערשיל, טו עפעס פארן אייבישטערס נאמען פאר א טשעינזש.

הירשל ציג » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 3:04 pm

· #2336
Re: דער בילבאר"ד אין גרינפוינט
פון וואנעט ווייסט איר וואס איך טוה אדער טוה נישט פאר'ן אייבערשטענ'ס וועגן?
איך האב דען געשריבען איין ווארט וועגן "סאטמאר" אין מיין שטיקל?

גדעון » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 3:08 pm

· #2337
Re: דער בילבאר"ד אין גרינפוינט
דו רעדסט אסאך ארום פון יעדנס עבירות, פון דיינע מצות הערט מען נישט,
סאטמאר האט באוויזן אוועקצונעמען די ביל באורד פון וויליאמסבורג,

הירשל ציג » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 3:14 pm

· #2339
Re: דער בילבאר"ד אין גרינפוינט
ווער איז דער "סאטמאר" פון וועם דו רעדסט?

זאל דער סאטמאר באווייזן ווייטער עפעס צו טוהן

מיין אייגען שופר בלאז איך נישט. וד"ל

גדעון » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 3:17 pm

· #2340
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
וד"ל...

הירשל ציג » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 3:30 pm

· #2342
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
אגב
לדעתי איז דער אייגל וואס איר ווייזט ביים פראפיל נישט צניעות'דיג...

קול גדול » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 5:06 pm

· #2361
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
ס'איז אמעריקע ווי ס'איז דא אזא מושג פרייהייט פון אויסדרוק, זיי האבן א רעכט צו הענגן וואס זיי ווילן פונקט ווי די רעליגעיזע האבן א רעכט צו הענגן וואס זיי ווילן.
און וועם ס'געפעלט נישט קען זיך צומאכן די אויגן, אדער גיין וואוינען אין א רעליגעיזע דיקטאטורישע לאנד ווי סאדיע אראביע צום ביישפיל וואס דארט זענען אזעלכע שילדן נישט ערלויבט.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 5:43 pm

· #2369
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
קול גדול
ס'איז אמעריקע ווי ס'איז דא אזא מושג פרייהייט פון אויסדרוק, זיי האבן א רעכט צו הענגן וואס זיי ווילן פונקט ווי די רעליגעיזע האבן א רעכט צו הענגן וואס זיי ווילן.
און וועם ס'געפעלט נישט קען זיך צומאכן די אויגן, אדער גיין וואוינען אין א רעליגעיזע דיקטאטורישע לאנד ווי סאדיע אראביע צום ביישפיל וואס דארט זענען אזעלכע שילדן נישט ערלויבט.


נכון. דאס זעלבע זאל געזאגט ווערן אויף אלע תחומים פון לעבן.

קרעמער1 » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:28 pm

· #2402
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
איך האב עס נעכטן באמערקט ביים דורכפארן, און עס האט מיר א ציפ געטאן ביים הארץ זעענדיג דעם שם הוי"ה אין אזא גרויסן בזיון

פינטאו » פרייטאג מערץ 23, 2012 1:09 pm

· #2488
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
כ'האב עס געזען און מיין הארץ געבלוטיגט.

פארווע » מוצ"ש מערץ 24, 2012 11:13 pm

· #2533
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
ר' הירשל, זייער א שיינע פשעטיל, אבער כ'האב א פירכא. וויאזוי וואלט געווען ווען דער כופר קלייבט ווען אויס צו הענגן דעם שילד אויף א בנין אין קרוינהייטס, וואלטן זיך געיאוועט עסקנים עס אפצושלאגן אדער נישט?

ביטע ענטפער מיר יא אדער ניין. יישר כח.

(לעצם הענין, כ'האב עס געזען אויפן BQE און ס'האט מיר געציפט. כ'האב עס נאכדעם געזען אויף הירשל ציג'ס בלאג און ס'האט מיר געשטאכן! לא די וואס די סיין שטעכט אונז אויס די אויגן אויפן הייוועי דארף עס נאך פיגורירן אין א אידישע בלאג? ווילסט רעדן דערפון? מהיכי תיתי, אבער ווי קאלט דארף מען זיין צו לייגן א בילד דערפון? איי דאנט געט איט.

איר שרייבט איר זענט נישט זיכער צו איר מעגט עס לייגן, טאמער נישט וועט איר עס אראפנעמען. הייסט אז איר זענט מסופק אז ס'קען זיין א פראבלעם, און עכ"ז לייגט איר עס. איר זאלט מיר אנטשולדיגן 100 מאל אבער ס'ארא מהלך איז דאס? שבת וואלט איר אויך געטוהן א מלאכה מספק ביז איר הערט נישט קלאר א הוראה?)

קול גדול » זונטאג מערץ 25, 2012 12:43 am

· #2552
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
פינטאו
כ'האב עס געזען און מיין הארץ געבלוטיגט.

נעם עס נישט אזוי צום הארצן, גאט קען זיך אליין אנעמען פאר זיין כבוד אויב שטערט עס אים, ער איז דאך א כל יכול און דארף נישט קיינעמ'ס הילף.

קול גדול » מוצ"ש אפריל 14, 2012 11:51 pm

· #4575
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
[ציטאט אראפגענומען]

געוואלד! השם ירחם אז עס דרייען זיך ארום אזעלכע עלעמענטן צווישן אונז, ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען מקיים געווען דעם פסוק ובערת הרע מקרבך.

נס קאווע » דאנערשטאג יוני 28, 2012 6:07 pm

· #20680
ליפא בעט: האלטן צו די אמונה
ליפא'ס נייע אלבוים

<a class="postlink" href="https://dl.dropbox.com/u/87664231/lipa%20faith.jpg">https://dl.dropbox.com/u/87664231/lipa%20faith.jpg</a>

נולד מאוחר » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 8:38 pm

· #154764
שוין ווייטער קומען זיך רייצען ביי די אידשע געגענטער.
דערנאך וועלן זיי פארפירן אויב מרייסט עס אראפ.

הדד בן בדד » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 12:32 am

· #154814
און ווואס איז מיט די מיליאנען וועלכע לעבן מיזרעבלי אן רעליגיע?

נולד מאוחר » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 12:39 am

· #154819
נאך מער אז די קוקסט זייער וועב סייט זעסטו ווי זיי סטראגלען און פראבירען זיך מחזק מיט אלע פראבלעם וואס נאן בעליווערס האבן. קאמיניטי, מאראלס, מינינג אין לעבן און אין שטארבן וכו'.

קופערניקס לץט

MickyMouse » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 1:18 am

· #154840
הדד בן בדד
און ווואס איז מיט די מיליאנען וועלכע לעבן מיזרעבלי אן רעליגיע?


און ווואס איז מיט די מיליאנען וועלכע לעבן מיזרעבלי מיט רעליגיע?

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 3:23 am

· #154844
לעצטענס האבן זיי געהאנגען איבער בארא פארק א שילד וואס שטייט דארט אין גרויסע רויטע ווערטער Isaiah 53. זיי ווייסן אבער נישט אז רוב איינוואוינער ווייסן ניטאמאל אז Isaiah מיינט ספר ישעיהו, און אז 53 זאל מיינען פרק נ"ג... דער עולם זעט די סיינס, און אזויווי רוב עדווערטייזמענטס האט מען נישט קיין אהנונג וואס דאס דארף צו מיינען, און זיי פרייען זיך אז קיינער רייסט עס נישט אראפ.

הדד בן בדד » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 6:43 am

· #154849
MickyMouse
הדד בן בדד
און ווואס איז מיט די מיליאנען וועלכע לעבן מיזרעבלי אן רעליגיע?


און ווואס איז מיט די מיליאנען וועלכע לעבן מיזרעבלי מיט רעליגיע?


און וואס איז מיט די מיליאנען וועלכע לעבן העפי מיט רעליגיע

יואליש » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 9:33 am

· #154863
Isaiah 53 must be the upgrade to Deli 52.

סאשי פיש » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 9:35 am

· #154864
געפילטע פיש
לעצטענס האבן זיי געהאנגען איבער בארא פארק א שילד וואס שטייט דארט אין גרויסע רויטע ווערטער Isaiah 53. זיי ווייסן אבער נישט אז רוב איינוואוינער ווייסן ניטאמאל אז Isaiah מיינט ספר ישעיהו, און אז 53 זאל מיינען פרק נ"ג... דער עולם זעט די סיינס, און אזויווי רוב עדווערטייזמענטס האט מען נישט קיין אהנונג וואס דאס דארף צו מיינען, און זיי פרייען זיך אז קיינער רייסט עס נישט אראפ.

@געפילטע פיש
image.jpg

הערשי » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 9:47 am

· #154865
געפילטע פיש
לעצטענס האבן זיי געהאנגען איבער בארא פארק א שילד וואס שטייט דארט אין גרויסע רויטע ווערטער Isaiah 53 פ.

ווער איז דאס "זיי"? מסתמא נישט די וועלכע רעדן אויף על ה' ועל משיחו, נאר די וועלכע רעדן איבער ה' ומשיחו.

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 10:15 am

· #154872
ומשיחו?

שווארץ אויף ווייס » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 11:33 am

· #154889
במילה א ריליגיע לאזט זיך קאסטען געלט פארשטיי איך , אבער וואס האט א עטיעסט דערפין ?

הערשי » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 11:41 am

· #154891
געפילטע פיש
ומשיחו?

מסתמא איז דיין תמיה אויף משיחו.

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 1:12 pm

· #154912
די תמיה איז אויפן משיחו, "זיין", השם'ס משיח, ער איז זייער משיח. וואס זאל זיין שווער אויף משיח, ס'איז אזוי שווער זיך צו זאלבן?