מסע המלכות, נישואי נכד כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בארה"ק
טראץ וואס ס'נאך דא צוויי מיט א האלב חדשים צו די גרויסע חתונה פון נכד מרן רבינו (מהרי"י) מסאטמאר שליט"א, דאך גייען שוין אן די הכנות מיט'ן פולן טעמפא, פילע הונדערטער אידן האבען שוין איינגעקויפט טיקעטס מיטצוהאלטן דעם הערליכן מלכות'דיגע נסיעה, און דעם שמחה, אנדערע הונדערטער זענען פארנומען צו "ארום-שאפען" ביליגע טיקעטס און ס'פארמירן זיך גרופעס צו קענען פארען אינאיינעם אין דער זעלבער צייט באקומען א הנחה, אכסניות אין ירושלים ווערען צוכאפט מיט יעדע טאג וואס גייט אדורך, די הכנות גייט אן מיט די פולע ברען, ווען די מאסן חסידים תלמידים וידידים גרייטן זיך מיטצוהאלטן בשמחת רבם ומאורם, קול רנה וישועה באהלי צדיקים!
פולען טעמפא
פולע ברען
ערשט איז דא א ברען, און פון א ברען קומט ארויס א טעמפא
- מיסודי המדע
אבי גערעדטצימעס ביטע
פארוואס, על שם העתיד? אפשר וועט זיך דאך א אשכול "פאר א טשעינדזש" האלטען נארמאל צום ענין?
צימעס האט נישט צו טון מיט אשכולות וואס האלט זיך צום ענין אדער נישט. (דארטן דארף מען זיך אויך האלטן צום ענין).
צימעס איז א אפטיילונג פון חסיד'ישע פאליטיק אדער ענליכע ענינים וועלכע אינטרעסירט בלויז גאר א קליינעם טייל פונעם עולם דא.
הייסט עס אז אזא אשכול ווי "ניר בן ארצי", אדער "לוסטיג פארט קיין א"י", אדער "געז גניבה" וואס אינטרעסירט "יעדעם", דאס געהערט דא, אבער דער אשכול געהערט אין צימעס... איך הער.
ווער עס פארשטייט פארשטייט...
אבער דאך, לאמיך פרובירן מסביר'ן:
קיין איין זאך אינטרעסירט נישט פאר "יעדן", אבער קען זיין אינטרעסאנט פאר יעדן.
משא"כ חסידות נייעס איז בכלל נישט נוגע און אינטרעסאנט פאר א פרעמדן פון דעם חסידות.
אדרבה, לדעתך, ווי אזוי פארשטייסטו מיינט "צימעס"?
צו פארשטיין בעסער, לאמיר מעתיק זיין דאס ווארט פון די הנהלה אויף "צימעס" פארום:
אין די לעצטע צייטן האבן זיך פארמערט חברים וועלכע האבן א געשמאק צו דיסקוטירן פארשידענע נייעסן אינערהאלב דער געזעלשאפט און אזוי אויך פאליטיק פון פארשידענע חצרות. מיר האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט – אדרבא, דאס זענען זאכן וואס פארנעמען דעם סדר היום פאר פילע מענטשן, און ווער עס וויל שרייבן און לייענען איבער די ענינים דארף אויך טרעפן א מקום אין "קאווע שטיבל".
די זאכן קענען אבער זיין א שטער פאר פילע טייערע חברים וועלכע זענען נישט אינטערעסירט אין די סארט שמועסן, און ווילן טרעפן אין "קאווע שטיבל" בלויז רואיגערע און מער קאנקרעטע שמועסן. צו טרעפן דעם ריכטיגן באלאנץ צווישן צושטעלן פאר אלע חשוב'ע חברים אן ארט וואו זיך צו קענען אויסשמועסן און היטן אויף דעם געשטעל פון "קאווע שטיבל" האבן מיר צוגעשטעלט אן אנקעטע, וואו אן איבערוויגנדער מערהייט פון אונזערע אקטיווע מעמבערס האבן געשטימט אז מיר זאלן טאקע צושטעלן א פארום פאר די סארט נייעסן, אבער מיט דער תנאי אז מען זאל זיך אנשטויסן אין די שמועסן בלויז אויב מען גייט אריין אין דעם פארום דירעקט, נישט ווען מען בליקט איבער די "אקטיווע אשכולות".
טוען מיר דעריבער היינט פארשטעלן פאר אייך דעם נייעם פארום מיט'ן נאמען "צימעס", וואס וועט דינען דעם ציל פאר די סארט שמועסן, "מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן." דער פארום איז דער לעצטער פארום אין דער "פארברענגען" אפטיילונג, און מיטצוהאלטן די דארטיגע שמועסן מוז מען אריינגיין אין דעם פארום דירעקט, נישט דורך "אקטיווע אשכולות".
געהערט אז די עידה גייט מאכן אן עצרת די טאג וואס ער קומט אן און ער גייט רעדן דארט
א שאד עס איז נישט געווען קאווע שטיבל ווען רבינו הב״מ זצ״ל איז געפארן אויף א״י
מ׳ וואלט ווען געקענט מאכן קאפי און פעיסט פון אלע מחאות קעגן די עלי' בחומה פן אזופיל יודען אויף אמאל
דעמאלס האט מען דאס געהערט פון די אלע וואס גרייטן זיך יעצט מיט גרויס עקסטאז מיטצופארן
מיקוה נייעסגעהערט אז די עידה גייט מאכן אן עצרת די טאג וואס ער קומט אן און ער גייט רעדן דארט
עס איז דא א עצרת בעפאר יעדע וואלען
יעקב בער בן מהרז''ל זאגט אז מען גייט די ברעכן א רעקארד פין פראפאגאנדע
וואס די וועלט האט נאכנישט געזעהן
מ'גייט איינפשאנען פין די שפיצערס ביז יצחק ווייס (אנן מהכה ואתון מהתם)
מען טרייבט יעצט אויף געלט פאר די מערכה פין די מסע המלכות אין פאר יעדע מוסד וואס וועט זיך צושטעלן
דער איד האט שוין די וואך א ביילאגע מיט קאלירטע עדס פונעם גרויסען וועד האש''ל אפיס וועלכע גארנטירן די ציפרידענהייט פין אלע מיטפארער
ספיעציעלע פרייז פאר טיקעטס אין האטעלן אין גאר באקוועמע סערוויסעס
איך וויל נישט מאריך זיין ווייל די אשכול איז פאר סאם ריזאן נאכנישט אין צימעס
בקיצור, מישקאלץ פין פתח תקוה וועלן זיך קענען פארשטעקן פאר די זאלונישע פראפאגאנדע
כ'האף ס'וועט נישט געקענסלט ווערן וועגן די מצב אין מדינת ישראל יעצט
גראדע, פון "דער איד" די וואך זעט אויס אז דער ציבור חסידי מהרז"ל באגרייפט נאכנישט די גרויסקייט פון די נסיעה. מ'דארף נאך מסביר זיין מיט פול קאלערד עדס אין לאנגע ארטיקלען די גרויסקייט פון די נסיעה.
א שיינע פיעס, כ'ווער משוגע פאר דעם.
ליגט דא אסאך קאפ
אבי גערעדטגראדע, פון "דער איד" די וואך זעט אויס אז דער ציבור חסידי מהרז"ל באגרייפט נאכנישט די גרויסקייט פון די נסיעה. מ'דארף נאך מסביר זיין מיט פול קאלערד עדס אין לאנגע ארטיקלען די גרויסקייט פון די נסיעה.
עס לויפט שוין ארטיקלען פאר חדשים לאנג לכבוד די נסיעה וואס גייט הערשט זיין שבט
שעפטלכ'האף ס'וועט נישט געקענסלט ווערן
איז נאך דא א באבע אין די משפחה?
און "די לינק" האב איך בפירוש געזעהן, אין די קלאסיפיידס, עטליכע דירות אין ירושלים צו פארדינגען
וכל המשלם זכה