☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » נאוועמבער 11 קונסט

נאוועמבער 11 קונסט

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2334

יואליש » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:54 am

· #60206
נאוועמבער 11 קונסט
ס'איז היינט נאוועמבער 11, די טאג וועלכע אים 11:00 פארמיטאג איז א וואפן שטילשטאנד אין די בלוטיגע ערשטע וועלט מלחמה אריין אין קראפט.

אין די קאנאדא מלחמה מוזעום איז פארהאן א קונסטליכע ארכיטעקטור וועלכע מאכט נוצן פון אסטראנאמיע. יעדע חומש אינגל וואס לערענט למועד אשוב אליך כעת חיה ווייסט צו זאגן אז די זון קומט צוריק צו די זעלבע מקום איינמאל א יאר. אין די אויבענדערמאנטע מוזעום האט דער ארכיטעקט אזוי דעזיינט א לעכל ווי זי זוהן שיינט אריין נאר איינמאל א יאר: נאוועמבער 11 אים עלעף אזייגער פארמיטאג. אין יענעם מאמענט, באלייכט די זון שטראל א מציבה אנדענק.

נאדיר פון זייער וועבזייט:

The room has been designed in such a way that every Rememberance Day (November 11) at 11:00 am the sun is perfectly situated with a skylight so that a beam of light travels in and illuminates the headstone

קאמפיאטער » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 9:19 am

· #60218
איך בין נישט קיין זין ארכיטעקטער אבער עס מאכט נישט קיין סענס אז עס זאל 'נאר' שיינען איינמאל א יאר דארט.
ווייל די זין גייט דאך ארויף אין אראפ חוץ דעם וואס עס גייט רינדיג יעדן טאג.
קימט אויס אז עס גייט איבער די זעלבע פלאץ צוויי מאל א יאר (כמעט איבעראל...).
אין חוץ דעם יעדעס יאר גייט די זין א פיצקעלע אנדערש אין ערשט נאך אכט אין צוואנציג יאר קימט עס צירוק אויפן זעלבן פלאץ ממש, וואס דעמאלטס מאכט מען די קידוש החמה ברכה.
בין איך נישט גערעכט יואליש?

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:22 am

· #60253
איך פארשטיי נישט אסטראנאמיע, אבער פאר א בלויזן משל מאכט מען קידוש החמה יעדע 28 יאר?

יואליש » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:11 pm

· #60310
קידוש החמה האט נישט קיין עכטע מקור אין אסטראנאמיע. אבער כ'האלט נישט ביים אריינגיין אין דעם שמועס. אבער וואס זאגסטו צו דעם למועד אשוב, און דעם מדרש איבער די שריטה בכותל?

די פאקט איז אז די זון קומט צוריק צום גענוי די זעלבע נקודה בלויז איינמאל א יאר. אין פאקט, די דאזיגע פארשטאנד האט געפירט צו די ערשטע קלארע מעסטונג פון די סייז פון די ערד קוגל, דורך א גריכישע פיליזאף אין אלעקסאנדריע.

יידל » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:24 pm

· #60316
מיט דעם איז אבער "קאמפיאטער" יא גערעכט אז עס פאסירט צוויי מאל א יאר, נישט איין מאל. אן ענליכע זאך קומט פאר מיט מאנהעטנהענדזש, אז צוויי מאל א יאר שטייט די זון פונקטליך אקעגן איבער די גאסן פון מאנהעטן אזוי אז עס שיינט דורך די גאסן פון איין עק צום אנדערן.