☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די מערכה איבער חוקי תועבה

די מערכה איבער חוקי תועבה

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2313

אויס מענטש » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:18 pm

· #59644
די מערכה איבער חוקי תועבה
גאנצעטע רשי"ס לאזט מען אויס אין חדר
גאנצעטע גמרות אין ישיבה
מען רעדט אינדערהיים מיט רמזים
מען זעהט אז עפעס באדערט פארן קינד מען האט מורא
אז עפעס קומט פאר ביי אים און די פארבארגענע ערטער, מען ווייסט אבער נישט וויאזוי צורעדן צו אים
קינדער פרעגן קשיות מען ווייסט נישט פונקטליך וועלכע שפראך צו רעדן צו זיי
אלעס ווייל מען וויל ח"ו נישט פארדארבן דעם קינדס מוח מיטן אריינלאזן נישט געוואונטשענע אינפארמאציע פריצייטיג
און אפי' ער ווייסט יא איז ווי ווייניגער בעסער
און טראך...
פלוצלינג איז אלעס מותר ווען עס קומט צו די מערכה פון
"חוקי תועבה"
דארט ווערט ער געוואר אין ביהמ"ד פון א הייליגען צעטיל {וואס איז בדרך אגב א ריין פאליטישער מחלחמה כידוע ליודעים}
פון די ארגסטע סארט שמוץ און זוהמא וואס איז נאר שייך
מיט אזעלכע הייליגע לאזונגען ווי מעשה ארץ מצרים
וכסדום ועמורה משכב זכור וכ'ו וכו'
און וויפיל דער צעטיל זאגט נישט ווערט מען געוואר פון דעם אלץ ווייסער בחור
איז דאס נארמאל ???
מוז מען טאקע פאר די מערכה אזויפיל מקריב זיין
איז א פשט אין רש"י אדער א שטיקל גמרא נישט אזוי וויכטיג ווי די מערכה
פארוואס איז מען דאס מוותר ביים לערנען
און לגבי די מערכה וואס ווערט נישט געפירט דורך קיין איין באזעסענער רב
איז דאס אלעס מותר ?!
און יא ! איך בין פון דארט געוואר געווארן אלץ בחור פון אלעס
און וואס האט מיר אזוי אויפגערעגט איז ווען די וואך ביי די יעצטיגע וואלן
האט מיר א 13 יעריגער בחור געפרעגט וואס די צעטיל מיינט
און איך מיין אז ער איז שוין געוואר געווארן ...

חכם מחוכם » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:23 pm

· #59647
כ'האב נישט געזעהן דעם צעטל אין ביהמ"ד אפשר וואלט געווען כדאי דו זאלסט דאס ארויפברענגען דא,
דרך אגב דיין שאלה איז נישט יעצט נולד געווארן, דערמאן דיך צוריק אביסל ווען ירושלים האט געשטורעמט וועגן עפעס א פאראדע, כ'בין גאנץ נייגעריג וואס מ'האט דאמאלטס געזאגט פאר די קינדער.

אויס מענטש » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:26 pm

· #59648
דער צעטיל איז נישט אינטרעסאנטער דאס מאל ווי אייביג ביי ידע וואלן איז דא אזעלכע צעטליך
איך האב געשריבן יעצט דערוועגן משום ראה מעשה ונזכר הלכה
און ביי די פאראד אין ירושלים האבן טאקע פיל רבנים "באזעסענע" געהאלטן אז עס איז בעסער
צו שוויגן ווי צו אנשמירן אונזערע קינדער מיט די חזעריי
נאר ליידער ידי ... גברו
און אויף יענע רבנים האט מען געזאגט אז זיי זענען ליידער פארקויפט

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 12:34 pm

· #59655
גוטע הערה
וואס איז די תירוץ?
1) פאר פאליטיק איז אלץ מותר
2) לאמיר-זיך-נישט נער'ן. קינד און קייט ווייסען סיי ווי אלעס
3) עת לעשות לה' (לשיטתם) הפרו תורתיך

כ'ווייס אליינס נישט

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 1:11 pm

· #59679
למעשה זעה איך אז אין קר"י האט געווינען פאר קאנגרעס, נישט נאר איינער וואס שטימט פאר חוקי תואבה, נאר א תואבה'ניק אליינס

ווייס ווי שניי » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 1:47 pm

· #59680
וואס איז דאס "חוקי תועבה"??? 😂 😂

זאקען ורגיל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 1:52 pm

· #59684
אנטשולדיגט מיר אלע, אבער דאס אין מיין ערשטע תגובה אין ק"ש, ע"כ ראשית דבר א גרויסן שלום עליכם צו אייך אלע.

יעצט לגופו של ענין:

לייענענדיג דיין געשרייבעכץ, ווי דו ביסט ממש "אויס מענטש", האט מיין מח'ל דוקא געשטערט די ערשטע פאקטן וואס דו רעכנסט אויס, און נישט דעם אויספיר פונעם פסוק (עפעס א צעטל....) וואס האט דיר ארויסגעברענגט פון די כלים.

לאמיר איבער'חזר'ן:

אויס מענטש
גאנצעטע רשי"ס לאזט מען אויס אין חדר
גאנצעטע גמרות אין ישיבה
מען רעדט אינדערהיים מיט רמזים
מען זעהט אז עפעס באדערט פארן קינד מען האט מורא
אז עפעס קומט פאר ביי אים און די פארבארגענע ערטער, מען ווייסט אבער נישט וויאזוי צורעדן צו אים
קינדער פרעגן קשיות מען ווייסט נישט פונקטליך וועלכע שפראך צו רעדן צו זיי
אלעס ווייל מען וויל ח"ו נישט פארדארבן דעם קינדס מוח מיטן אריינלאזן נישט געוואונטשענע אינפארמאציע פריצייטיג


אפשר ליגט טאקע דא דער הינט באגראבן? איז דען דאס נישט דער גרעסטער פראבלעם אז מיר ווייסן נישט וויאזוי צו לערנען מיט אונזערע קינדער די ריכטיגע וועגן און זיי מחנך זיין אויך אין דברים שהצניעות יפה להם?
זיך באגראבן דעם קאפ אין זאמד ווי די בת היענה, און זיי לאזן געוואר ווערן די זאכן פון אומגעוואונטשענע קוועלער איז נישט אזוי גינסטיג, און עלטערן דארפן טאקע זיך אינטערעסירן וויאזוי מ'רעדט מיט די קינדער איבער די זאכן.
ס'איז נישט קיין חכמה צו לאזן דעם קינד אליין געוואר ווערן. אונזער הייליגע תורה, אונזער וועגווייזער אין לעבן, האט געזען פאר וויכטיג נישט איבערהיפן איבער די זאכן, און שמועסט אויס בפרוטרוט אלעס.
ס'מיינט נישט אז מען דארף יעצט מאכן א ברייטל, א שטייגער ווי דעם שוטה נ.ר. וואס האט ליב פאשען אין די שמוץ און רעדן דערפון שטענדיג. אם אין דעת הבדלה מנין.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 2:20 pm

· #59693
זאקען ורגיל
זאקען ורגיל


תתחדש פאר די נייע ניק.
התחדשות איז אייביג אן אפערטאאאנעטטי

פארוואס נישט "זאקען ורגל"?

diff » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 2:23 pm

· #59694
Voting for religious interest is against the law. Dictating world nations behavior is against the oath of “do not rebel against the nations” and here it cannot be countered, that they were also not keeping their oath.

זאקען ורגיל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 2:24 pm

· #59695
קאווע טרינקער

פארוואס נישט "זאקען ורגל"?


מיינסט יעדער איז אזא למדן ווי דיר?.... 😂

יידל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 2:37 pm

· #59701
ווייס ווי שניי
וואס איז דאס "חוקי תועבה"??? 😂 😂


לֹא יִהְיֶה לְךָ בְּכִיסְךָ אֶבֶן וָאָבֶן גְּדוֹלָה וּקְטַנָּה: לֹא יִהְיֶה לְךָ בְּבֵיתְךָ אֵיפָה וְאֵיפָה גְּדוֹלָה וּקְטַנָּה: אֶבֶן שְׁלֵמָה וָצֶדֶק יִהְיֶה לָּךְ אֵיפָה שְׁלֵמָה וָצֶדֶק יִהְיֶה לָּךְ לְמַעַן יַאֲרִיכוּ יָמֶיךָ עַל הָאֲדָמָה אֲשֶׁר יְקֹוָק אֱלֹהֶיךָ נֹתֵן לָךְ: כִּי תוֹעֲבַת יְקֹוָק אֱלֹהֶיךָ כָּל עֹשֵׂה אֵלֶּה כֹּל עֹשֵׂה עָוֶל:
דברים פרק כה, יג-יז

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 2:38 pm

· #59702
יידל
ווייס ווי שניי
וואס איז דאס "חוקי תועבה"??? 😂 😂


לֹא יִהְיֶה לְךָ בְּכִיסְךָ אֶבֶן וָאָבֶן גְּדוֹלָה וּקְטַנָּה: לֹא יִהְיֶה לְךָ בְּבֵיתְךָ אֵיפָה וְאֵיפָה גְּדוֹלָה וּקְטַנָּה: אֶבֶן שְׁלֵמָה וָצֶדֶק יִהְיֶה לָּךְ אֵיפָה שְׁלֵמָה וָצֶדֶק יִהְיֶה לָּךְ לְמַעַן יַאֲרִיכוּ יָמֶיךָ עַל הָאֲדָמָה אֲשֶׁר יְקֹוָק אֱלֹהֶיךָ נֹתֵן לָךְ: כִּי תוֹעֲבַת יְקֹוָק אֱלֹהֶיךָ כָּל עֹשֵׂה אֵלֶּה כֹּל עֹשֵׂה עָוֶל:
דברים פרק כה, יג-יז

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 3:30 pm

· #59720
חכם מחוכם
כ'האב נישט געזעהן דעם צעטל אין ביהמ"ד אפשר וואלט געווען כדאי דו זאלסט דאס ארויפברענגען דא,
דרך אגב דיין שאלה איז נישט יעצט נולד געווארן, דערמאן דיך צוריק אביסל ווען ירושלים האט געשטורעמט וועגן עפעס א פאראדע, כ'בין גאנץ נייגעריג וואס מ'האט דאמאלטס געזאגט פאר די קינדער.

גערער רבי האט דעמאלטס געשטיפט די מחאה וואגן בכל כוחו והמודיעו, קיין איין נארמאלע רב/רבי האט נישט געהאלטן דעפון אבער ווי עס גייט ביי אינז איז דער בעל הזרוע גווענליך דער וואס פירט אויס.

שרייבער » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 3:38 pm

· #59724
איך קוק אן די מערכה צווישן קנאים קיצונים און נארמאלע באזעסענע מענטשן, קומט אויס מענטש און זאגט אז דאס האט מיט פאליטיק, אפשר ביסטו מסביר פארוואס?

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 3:43 pm

· #59727
חק מיינט א געזעץ וואס מען הייסט דיר טון? צו ביישפיל: אז מען דארף צאלן טאל. און אזוי ווייטער, אדער מיינט עס אויך אזוי ווי דא?

איך וויל פשוט פארשטיין דיקדוק

אלזא » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 3:47 pm

· #59728
אויס מענטש
גאנצעטע רשי"ס לאזט מען אויס אין חדר
גאנצעטע גמרות אין ישיבה
מען רעדט אינדערהיים מיט רמזים
מען זעהט אז עפעס באדערט פארן קינד מען האט מורא
אז עפעס קומט פאר ביי אים און די פארבארגענע ערטער, מען ווייסט אבער נישט וויאזוי צורעדן צו אים
קינדער פרעגן קשיות מען ווייסט נישט פונקטליך וועלכע שפראך צו רעדן צו זיי
אלעס ווייל מען וויל ח"ו נישט פארדארבן דעם קינדס מוח מיטן אריינלאזן נישט געוואונטשענע אינפארמאציע פריצייטיג
און אפי' ער ווייסט יא איז ווי ווייניגער בעסער
און טראך...
פלוצלינג איז אלעס מותר ווען עס קומט צו די מערכה פון
"חוקי תועבה"
דארט ווערט ער געוואר אין ביהמ"ד פון א הייליגען צעטיל {וואס איז בדרך אגב א ריין פאליטישער מחלחמה כידוע ליודעים}
פון די ארגסטע סארט שמוץ און זוהמא וואס איז נאר שייך
מיט אזעלכע הייליגע לאזונגען ווי מעשה ארץ מצרים
וכסדום ועמורה משכב זכור וכ'ו וכו'
און וויפיל דער צעטיל זאגט נישט ווערט מען געוואר פון דעם אלץ ווייסער בחור
איז דאס נארמאל ???
מוז מען טאקע פאר די מערכה אזויפיל מקריב זיין
איז א פשט אין רש"י אדער א שטיקל גמרא נישט אזוי וויכטיג ווי די מערכה
פארוואס איז מען דאס מוותר ביים לערנען
און לגבי די מערכה וואס ווערט נישט געפירט דורך קיין איין באזעסענער רב
איז דאס אלעס מותר ?!
און יא ! איך בין פון דארט געוואר געווארן אלץ בחור פון אלעס
און וואס האט מיר אזוי אויפגערעגט איז ווען די וואך ביי די יעצטיגע וואלן
האט מיר א 13 יעריגער בחור געפרעגט וואס די צעטיל מיינט
און איך מיין אז ער איז שוין געוואר געווארן ...

סא די פרעגסט אויף דעי ראצער א,מ, טראג אים אן א דזשאב וועט ער האפפלי זיין ביזי מיט בעסערס אין אויך צומאכן זיין האטליין

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 3:52 pm

· #59729
מ'נעמט די ווארט חוקי תועבה און מ'קלעבט עס צו צו "געי רייטס", און אויף דעם איז מען לוחם מיט פעך און שוועבל, מ'שרייט אז די מבול איז געקומען וועגן דעם, שבע מצוות בני נח, און דאס איז תועבת השם און דערפאר ליגט א חיוב אויף יעדן איד לוחם צו זיין קעגן דעם, נישט אריינוועלן קיין קאנדידאטן וואס גייען דערפאר, וכו' וכו'.

קוקט אבער אריין אין אונזער הייליגע תורה, וועט איר טרעפן די לשון תועבת השם אויף אנדערע זאכן אויך, ביי עבודה זרה שטייט ולא תביא תועבה אל ביתך, ביי הונאת ממון שטייט אויך תועבה "לא יהיה לך בכיסך אבן ואבן גדולה וקטנה. לא יהיה לך בביתך איפה ואיפה גדולה וקטנה... ...כי תועבת ה' אלקיך כל עשה אלה כל עשה עול". לא תאכל כל תועבה גייט ארויף אויף מאכלות אסורות, ביי מחזיר גרושתו שטייט לא יוכל בעלה הראשון אשר שלחה לשוב לקחתה להיות לו לאשה אחרי אשר הטמאה כי תועבה הוא לפני ה', ביי לא תלבש שטייט לא יהיה כלי גבר על אשה ולא ילבש גבר שמלת אשה כי תועבת ה' אלקיך כל עשה אלה, און די אלע זאכן זענען לעגאל אין אמעריקע, און קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט וועלן פאר קאנדידאטן וואס לאזן די זאכן לעגאל, און טוען אליין די אויבענדערמאנטע תועבות.

איי אלס שבע מצוות ב"נ? אויב אזוי מוז מען לוחם זיין קעגן די הארבע איסור פון אבר מן החי וואס אסאך גוים ווערן נכשל אין טאג טעגליך.

וויל איך פארשטיין, וואס ווערט מען אזוי ווילד ווען מ'וויל זיי געבן לעגאלע רעכטן? טוהן די מעשה אליין איז 100% לעגאל, סך הכל איז די מדובר אויב מ'זאל זיי געבן א מערידזש לייסענס וואס איז סך הכל א פאפיר, געבן א פאפיר איז נישט אסור, סא מה כל הרעש? קען מיר איינער מסביר זיין?

outspoken » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 4:14 pm

· #59740
חולין צ"ב ע"א אלו שלשים מצות שקבלו עליהם בני נח ואין מקיימין אלא שלשה אחת שאין כותבין כתובה לזכרים, ופירש רש"י דאע"פ שחשודין למשכב זכור ומייחדין להם זכר לתשמישן אין נוהגין קלות ראש במצוה זו כל כך שיכתבו להם כתובה.

למעשה, אפילו ס'איז פאר זיי אן עוולה, וואס פארא שייכות האט דאס מיט אונז אז מ'וואט פאר איינעם וועט אונז טון טובות,

יידל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 4:15 pm

· #59741
געפילטע, כ'האב יעצט געענדיגט שרייבן א גאנצער הודעה מיט די זעלבע טענה! <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/59735">viewtopic.php?f=13&t=2315&p=59735#p59735</a><!-- l -->

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 4:39 pm

· #59753
וואו, א הערליכע ארטיקל, איך קען מיך פארשטעקן פאר דיין שיינע פען און קלארע דיבורים. ברוך שכיוונתי.

אויס מענטש » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 10:29 pm

· #59900
שרייבער
איך קוק אן די מערכה צווישן קנאים קיצונים און נארמאלע באזעסענע מענטשן, קומט אויס מענטש און זאגט אז דאס האט מיט פאליטיק, אפשר ביסטו מסביר פארוואס?

יעדע מערכה בימינו אלה, ווערט געפירט מיט מענטשען מיט אינטרעסען, און זיי שפאנען שוין איין, רבנים, עסקנים, גרושים וכו' און וואס אלץ איז נויטיג

יעצט די טעמע פון חוקי תועבה איז געפירט דורך מענטשען וואס ווילן אריין רוקן
שופטים צו קאנדיטאטן אדער פרובירן צו בויען עפעס א פאליטשיען כח,
און מיט די טעמע שאפט מען א היבש ביסל צומעשעניש צווישן תמימי לב
און דערנאך קען מען ווייזען פאר יענעם פאליטישען זעהסט, אזויפיל וואוטס
האב איך דיר געברענגט, אדער לכה"פ אוועקגענועמן פון דיין קאמפעטישען,
אדרבה קוק איבער די לעצטע פאר וואלן וועסטו זעהן,
אז חוקי תועבה האט מען גענוצט צו קלאפן יענעם פאליטיש, אפי' מען האט נאכדעם נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו אינדארסירן
א תועבה קאנדידאט
ועי' בסטיוו לעווין האבן די ארונים געשריגן תועבה
און וויפיל מאל האט דען קרית יואל א פראבלעם דערמיט ?
ביי פאלאדינא פאר גאווערנער האט מען גאר געמאכט אן אסיפת הרבנים
ווי ער איז געווען דער נואם הכבוד און געמאכט סענזאציעס,
אזש פאלעדינא אליינס האט דערנאך צוריק געצויגן
וואס גלייבטס מיר, ער איז קעגן דעם, אזוי ווי איר זענט קעגן עסן טשולענט פאר די פיש אדער נאך די פיש.
עס איז ביי אים מעטער אוף טעיסט
גארנישט מיט תועבה
און ווידער פארקערט ביי וואלאסקעז האבן גאר די זאלונים געשריגן
תועבה
וחוזר חלילה
עס איז אריין פאליטישער פייט
אפי' מען דרייט אריין רבנים, און מען נוצט שטארקע לאזונגען, פסוקים, וכו'

קרעקער » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 2:24 pm

· #60085
להלכה זענען אינדז יודען מחויב צו זעהן אז דער גוי זאל נישט טון חוקות תועבות????

ביסיידס דיס = דע וואס מישען זיך אריין אין יענעמס לעבען און זענען היינט ביזי צוריק צו האלטען יענע פון טון חוקות תועבה וועלען מארגען זיך אריינמישען אין יודענס לעבען און זאגען וואס מען מעג יא אדער נישט טוהן
די ליבעראלס זענען אייביג בעסער פארען יוד און וועגען דעם בין איך פראוד אז אבאמא האט געווינען

קפנדריא » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:09 pm

· #60419
איך גלויב נישט אז די צעטלעך קעגן תועבה קאנדידאטן טוט אויפקלערן קינדער וואס די עמקות הענין איז, אבער איך האלט אז די אינגע ראצערלעך וואס פירן דעם קאמפיין פירן עס נאריש און קינדיש, און האבן נישט גענוג שכל צו פארדעקן זייער פאליטיק און אינטערעסן ביי יעדן קאמפיין עקסטער.

איין זאך האבן זיי יעצט צוגעלייגט, א חידוש און א באמבאסטישע אויסטרעף וואס איז קיינעם נאכנישט איינגעפאלן, זי האבן געשריבן אויף זייערע פלוג בלעטלעך אז מ'טאר נישט וואוטן פאר קיין פרא איזראעל קאנדידאט!

אויס מענטש » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 9:18 pm

· #60500
די קינדער פארשטייען נישט די עמקות הענין ?! נו נו שלאף ווייטער
איך געדענק א מלמד { ד.י.ה.} וואס האט געטייטשט אין חדר תשמיש המטה מאכן די בעט,
איז געקומען דער פארהערער און אויסגעלאזט די רש"י
דער מלמד מוטשעט אים, פרעג דעם טייטש די קינדער ווייסן דעם ענטפער
דער בוחן האלט נישט דערביי, גיט דער רבי אליינס א פרעג א אינגל
זאג נאר וואס טייטש תשמיש המטה ?
די קינדער האבן אויס געשאסן אין א געלעכטער
אזא פנים טראגן מאנכע וואס מיינען די קינדער פארשטייען נישט

פרומאק » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:50 pm

· #60541
די רבנים וואס רעדען פין די חוקי תועבה זענען גארנישט בעסער פין דעם נח"ש נ"ר וואס רעט ניבול פה און פארדעם האט מען אים אריין געווארפען אין חרם.

קפנדריא » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:20 am

· #60987
איך בין מוחה אויף בזיון הרבנים, גאר חשוב'ע רבנים האבן אונטערגעשריבן אויף די זאכן, די פראבלעם איז נאר אז אפאר אינגע ארבעטסלאזיגע אינגעלייט נוצן דאס אויס פאר זייערע אגענדעס.

קאווע טרינקער » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:31 am

· #60989
זוכסט א JOB ?