☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נישט-אידישע-קינדער שאפן $10,000 פאר "משביע"

נישט-אידישע-קינדער שאפן $10,000 פאר "משביע"

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2308

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 6:44 pm

· #59496
נישט-אידישע-קינדער שאפן $10,000 פאר "משביע"
VIN וואס איז נייעס, מעלדט:
לאקאלע פאבליק סקול קינדערלעך, שאפן געלט פאר משביע.
זייער אינטערסאנט.

ס'מאכט א רושם/קטרוג אין הימל?

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 7:04 pm

· #59510
אין הימל קוקט מען וואס אזויפיל גויים שטעלן צוזאם פאר אזויפיל אידן, וואסי דען נארישע צען אלפים, וואס המן האט געוואלט געבן פאר אחשורוש. דערנאך לייגט מען אויפן וואגשאל אלעס וואס אידעלעך האבן מנדב געווען פאר די סיגעיט און פאר-ראקעוועי געליטענע, טראק לאודס און הונדערטער פאלעטס פון כל טוב וטוב, לחם לאכול ובגד ללבוש פון קאפ ביז פוס פון שענסטן און בעסטן, און אידן גייען ארויס די געווינער.

(מקור: גילוי אליהו פאר 15 מנוט צוריק)

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 7:15 pm

· #59519
וואסי דען נארישע צען אלפים, וואס המן האט געוואלט געבן פאר אחשורוש.

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 1:09 pm

· #59678
די גאנצע משביע איז עפעס א פיקטשער דרייוו.... וד"ל

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 2:34 pm

· #59697
שעפטל
די גאנצע משביע איז עפעס א פיקטשער דרייוו.... וד"ל

פארוואס טארכסטו אזוי? ס'האט גארנישט מיט קופת העיר.

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 5:15 pm

· #59776
פון זייערע עפענען און שפארן לאקאציעס, און די אלע פאלעטישאן'ס וואס ווילן ווייזן זייער געטריישאפט צום ציבור און בילדערן זיך כסדר דארט, קוקט עס מיר עפעס אזוי אויס

דולה ומשקה » דינסטאג מאי 5, 2015 2:59 pm

· #272701
היינט צו טאג זעהט זיך אן דער פירות, ווען מ'קומט היינט אריין קיין משביע זעהט מען בלויז פולישע רוסישע און מעקסיקאנער. דער טעם איז פשוט וויבאלד זיי נעמען געלט פון דער רעגירונג וכו' טארן זיי שוין נישט דיסקרימענירען.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 5, 2015 3:43 pm

· #272711
שמעקעדיג
אין הימל קוקט מען וואס אזויפיל גויים שטעלן צוזאם פאר אזויפיל אידן, וואסי דען נארישע צען אלפים, וואס המן האט געוואלט געבן פאר אחשורוש. דערנאך לייגט מען אויפן וואגשאל אלעס וואס אידעלעך האבן מנדב געווען פאר די סיגעיט און פאר-ראקעוועי געליטענע, טראק לאודס און הונדערטער פאלעטס פון כל טוב וטוב, לחם לאכול ובגד ללבוש פון קאפ ביז פוס פון שענסטן און בעסטן, און אידן גייען ארויס די געווינער.

(מקור: גילוי אליהו פאר 15 מנוט צוריק)

שמעקעדיג: איך וויל וויסן אויב זייט דאן האסטו געהאט גילוי אליהו. ווייל כ'האב א פאר שאלות וואס דו זאלסט פרעגן אליהו הנביא די נעקסט טיים ער באווייזט זיך צו דיר... 😂 😮

צו מיר האט ער זיך באוויזן אמאל ערב שבת, א שעה פאר'ן זמן אויפ'ן פאליסעידס און ר'האט מיר געהאלפן טשענדזשן א טייער אויף מיין קאר...!

בן אדם » דינסטאג מאי 5, 2015 6:27 pm

· #272749
berlbalaguleh


צו מיר האט ער זיך באוויזן אמאל ערב שבת, א שעה פאר'ן זמן אויפ'ן פאליסעידס און ר'האט מיר געהאלפן טשענדזשן א טייער אויף מיין קאר...!

ס'איז טאקע אזוי, יעדער וואס טוט א טובה איז א חשש אז ער איז בכלל נישט קיין היימישער איד, נאר גאר אליהו... ווייל נאר ער פארשטייט צו חסד.

סתם אינטרעסאנט, ביי דיין גלוי, ווי אזוי איז ער געווען פארשטעלט, ווי א ספרדי אדער א ליטוואק, חסיד, א מער מאדערנער אדער ישיביש? און אפשר א חב"ד'ניק???

רויטע וואנצעס » דינסטאג מאי 5, 2015 6:34 pm

· #272752
דולה ומשקה
היינט צו טאג זעהט זיך אן דער פירות, ווען מ'קומט היינט אריין קיין משביע זעהט מען בלויז פולישע רוסישע און מעקסיקאנער. דער טעם איז פשוט וויבאלד זיי נעמען געלט פון דער רעגירונג וכו' טארן זיי שוין נישט דיסקרימענירען.


זיי זענען מקיים די מצוה פון ותלכו בדרכיו, די אייבישטער איז אויך א נותן לחם לכל בשר אן דיסקרימענאציע.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 5, 2015 9:26 pm

· #272789
בן אדם
berlbalaguleh


צו מיר האט ער זיך באוויזן אמאל ערב שבת, א שעה פאר'ן זמן אויפ'ן פאליסעידס און ר'האט מיר געהאלפן טשענדזשן א טייער אויף מיין קאר...!

ס'איז טאקע אזוי, יעדער וואס טוט א טובה איז א חשש אז ער איז בכלל נישט קיין היימישער איד, נאר גאר אליהו... ווייל נאר ער פארשטייט צו חסד.

סתם אינטרעסאנט, ביי דיין גלוי, ווי אזוי איז ער געווען פארשטעלט, ווי א ספרדי אדער א ליטוואק, חסיד, א מער מאדערנער אדער ישיביש? און אפשר א חב"ד'ניק???

בן אדם: אלס א מאדערנער איד מיט א סוט און נעקטיי. און ר'האט געזאגט אז ער וואוינט אין העווערסטראו. איך האב נאכגעקוקט אין די לאקאל פאון בוק. און ס'איז נישט פאראן דארט א מענטש מיט אזא נאמען וואס ער האט געגעבן. איך האב אויך געפרעגט א סאך תושבי מאנסי אויב זיי קענען אזא מענטש. . קיינער האט נישט געקענט אזא מענטש. אויך, נאכדעם וואס ער האט געענדיגט ארויפלייגן די ספעיר טייער אויף מיין קאר האביך איהם געוואלט באדאנקען. אבער ער איז פלוצלינג נעלם געווארן. ופרח לו איש האמת. איך ווייס אז אויב איך וואלט געהאט די זכייה וואלט ער זיך באוויזן צו מיר אין די צורה פון דעם הוידו-נאנאש'ן רעבין. נאר די ה"נ רבי קען נישט טשענדזשן קיין טייערס... 😂

petergrifin » מיטוואך מאי 6, 2015 1:28 am

· #272869
Re: נישט-אידישע-קינדער שאפן $10,000 פאר "משביע"
Vintage @berlbalaguleh [emoji1]

petergrifin » מיטוואך מאי 6, 2015 1:29 am

· #272870
Re: נישט-אידישע-קינדער שאפן $10,000 פאר "משביע"

דולה ומשקה » מיטוואך מאי 6, 2015 11:28 pm

· #273095
רויטע וואנצעס
זיי זענען מקיים די מצוה פון ותלכו בדרכיו, די אייבישטער איז אויך א נותן לחם לכל בשר אן דיסקרימענאציע.


אבער דאס האט געמאכט אז אונזערע אידישע ברידערס וואס דארפען צו קומען צו 'משביע' גייען שוין נישט אהין, ווייל אויך די פאקט אז די גויעשע משפחות זענען נישט די צניעות'דיגע טיפ מענטשען, כמובן.
אמאל פלעגט זיין א סטייל אז פאר א חתונה זענען מחותנים אהין געגאנגען, עכ"פ טייל רבישע/רבנישע דאס זעהט מען שוין לאנג נישט מטעם הנ"ל.

BAL TSHIVA » דאנערשטאג יוני 11, 2015 7:15 pm

· #282174
<a class="postlink" href="https://youtu.be/UDf1egl0_ps">https://youtu.be/UDf1egl0_ps</a> א ווינדער אז אינו יהודים האבן פארשאפט געלט? קיקטס ווער עסט דארטן.

וכדומה.. » דאנערשטאג יוני 11, 2015 8:48 pm

· #282188
שמעקעדיג
אין הימל קוקט מען וואס אזויפיל גויים שטעלן צוזאם פאר אזויפיל אידן, וואסי דען נארישע צען אלפים, וואס המן האט געוואלט געבן פאר אחשורוש. דערנאך לייגט מען אויפן וואגשאל אלעס וואס אידעלעך האבן מנדב געווען פאר די סיגעיט און פאר-ראקעוועי געליטענע, טראק לאודס און הונדערטער פאלעטס פון כל טוב וטוב, לחם לאכול ובגד ללבוש פון קאפ ביז פוס פון שענסטן און בעסטן, און אידן גייען ארויס די געווינער.


און וואס איז מיט די מיליאנע דאלארען פוו פוד סטעמפס מעדיקעיד וואטשערס וכו' וואס אידעלעך זענען נהנה פון די שטאט? דאס גייט נישט ארויף אויפן וואגשאל אויף די גואישע זייט? איך מיין דאס וועגט שוין אביסעלע איבער