☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » Kosher Fest 2012

Kosher Fest 2012

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2302

מ גפני » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 10:45 am

· #59278
Kosher Fest 2012
ווי איך זעה האבן זיי דאס יאר געהעכערט דעם אריינטריט פרייז פון $25 צו $60, ווייסט איינער פארוואס??

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 10:48 am

· #59280
וואו שרייבט מען זיך איין
וואס איז זייער וועב זייטל?

מים חיים » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 12:42 pm

· #59355
בעט עני סעילסמאן פאר אן עסן קאמפאני אן אינוויטעישאן. קענסטו באקומען איינטריט בחינם

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 1:02 pm

· #59368
website?

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 1:32 pm

· #59377
נעוואדען? אונזערע אידעלעך האבן געהערט מען קען דארטן פרעסן בחנם ביז די בויך פלאצט האט זיך דער גאנצער עולם אהינגעלאזט, ווילן זיי כאטשיק אז דו ווילסט זיין א חזיר באצאל דערפאר.

מים חיים » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 1:57 pm

· #59387
עס איז צוויי טעג, איינס פאר מילכיגס און איינס פאר פליישיגס. מען דארף מאכן א מאפע און אויסרעכענען וואו מען גייט עסן...

נס קאווע » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 2:35 pm

· #59399
זיי באצאהלן דען פארן עסן? די קאמפאניס באקומען עפעס פאר דעם אדער באצאהלן?

ווייס ווי שניי » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 3:06 pm

· #59406
אפשר וויל מיר דא איינער מסבר זיין וואס איז דאס Kosher Fest ???

מים חיים » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 9:14 pm

· #59536
קאשער פעסט איז א ביזנעס שאו פאר יעדע קאמפאני וואס איז פארמישט מיט די כשר עסן מארקעט. יעדע קאמפאני שיקט אראפ פארשטייער, און ביזנעסלייט און סעילסלייט וכדומה גייען ארום מאכן קאנטאקט מיט פרישע מענטשן.

אפגערעדט אז אלע עסן קאמפאניס זענען דארט. גפן ליעבערס קדם מהדרין פאשקעס וכו. אלע עסן טרינקען נאש קאמפאניס.

עס איז דא דארט צב"ש נר מצוה ווייל עס איז א סטריקטלי אידישע קאמפאני. קרעדיט קארד פראסעסערס זענען דא די היימישע חברה, טראקינג קאמפאניס וואס דעליווערן עסן האבן דארט א טישל.

עס איז זייער אינטערסאנט צו זעהן אזא שאו אפילו מען איז נישט אין די פוד ליין.

חכם מחוכם » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 9:22 pm

· #59538
דאכצעכמער אז "דער שטערן" האט עס אמאל באשריבן, בד"וו איך פארשטיי אינגאנצן נישט די אויפטוה דערפון, אפשר קען איינער נעמען דעם פענע און מסביר זיין. דאס איז זייער וועבסייט

זאקען ורגיל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 1:54 pm

· #59686
חכם מחוכם
דאכצעכמער אז "דער שטערן" האט עס אמאל באשריבן, בד"וו איך פארשטיי אינגאנצן נישט די אויפטוה דערפון, אפשר קען איינער נעמען דעם פענע און מסביר זיין. דאס איז זייער וועבסייט


וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? א יריד אין לייפציג איז דיר מער צום הארצן?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 4:46 pm

· #59756
אוקעי.
זיי מאכן נאך איינס אין אפריל.
כ'וועל אי"ה דארט זיין.
יעצט איז שוין צו שפעט.

מים חיים » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 6:08 pm

· #59806
פארוואס איז יעצט צו שפעט? און פארוואס מאכן זיי נאך איינס?

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 7:51 pm

· #59854
פארוואס פרעגסטו נארישע קשיות?

מים חיים » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 8:04 pm

· #59863
וואס איז די נארישע קשיא?

פארוואס איז יעצט צו שפעט. די שאו איז הערשט נעקסטע וואך דינסטאג און מיטוואך.

פארוואס מאכן זיי נאך א שאו. ביז יעצט פלעגט עס זיין אן איינמאל-א-יאר געשעהניש. וואס איז געשעהן היי יאר?

עס איז נאך אלס נארישע קושיות?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 8:09 pm

· #59865
וואס איז די נארישע קשיא?

פארוואס איז יעצט צו שפעט. די שאו איז הערשט נעקסטע וואך דינסטאג און מיטוואך.

כדי א זאך זאל מצליח זיין דארף מען הכנה.

יעדע שאו איז געאייניגט פאר א געוויסע ציבור. אין "עסן" גופא איז דא פארשידענע ביזנעססעס, לא ראי זה כראוי זה.
אין באמת איז דאס א מורא'דיגע אויפטו. ווייל אלע באטייליגטע קומען מיט די כוונה צו הערן און טרעפן "נייע" סעילס.

town1 » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 3:49 pm

· #60755
כאפטס אריין מען קען נאך היינט קויפן א טיקעט אריינצוגיין פאר $60 מארגן גייט עס קאסטן $80

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:48 pm

· #61081
מים חיים
וואס איז די נארישע קשיא?

פארוואס איז יעצט צו שפעט. די שאו איז הערשט נעקסטע וואך דינסטאג און מיטוואך.

פארוואס מאכן זיי נאך א שאו. ביז יעצט פלעגט עס זיין אן איינמאל-א-יאר געשעהניש. וואס איז געשעהן היי יאר?

עס איז נאך אלס נארישע קושיות?

דעמאלס דארף איך זיך אנטשולדיגן פאר דיר, א חבר מיינער וואס איז אין די כשרות פעלד האט מיר געזאגט פאריגע וואך אז ער איז געקומען צו פארן צום קאשערפעסט האב איך געמיינט עס איז פארגעקומן פאריגע וואך.

לעמיל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:03 pm

· #61733
שיינע בילדער פון די שאו
איך מיין אז נר מצוה איז נאך אמאל געוועין די געלונגסטע באט דארט

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:13 pm

· #61748
דהיינו, זיי האבן באשטעלט די שענסטע נקי--ת?

לעמיל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:16 pm

· #61750
קוק די בילדער ויאזוי זייער באט קוקט אויס וועסטו פארשטיין

שמואל הלוי » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:34 pm

· #61768
מערקט די צוגעקלעבטע בערד פון די מעקסיקאנער וואס פלעכטן די הבדלות ביי נר מצוה.

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:05 pm

· #61813
יעצט דא א פרישע אינטערוויא אויף קאלעמעבאשייר וועגן Kosher Fest

יושב קרן » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 8:33 pm

· #159786
Kosher Fest 2013
נאכ'ן אפקוקן דאס האב איך געוואלט ריפן פאליציי מיט הצלה צוזאמען


מ גפני » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:26 am

· #234190
Kosher Fest 2014
היינט און מארגן קומט פאר די Kosher Fest 2014
דאס יאר איז די פרייז ווידער געשטיגן, $75 אויב האט מען געקויפט ביז נעכטען, היינט קאסט דאס $90

אפטעמיסט » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:36 am

· #234193
וואו איז עס און וואו קויפט מען איינטריט קארטלעך?

מ גפני » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:39 am

· #234195
זעה דא

Big Boy » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 6:31 pm

· #234328
אפטעמיסט
וואו איז עס און וואו קויפט מען איינטריט קארטלעך?



If you want to go for free, just ask a friend that works in the food industry. They usually have plenty of passes