☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום

וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #23

Starbucks » מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:49 pm

· #109
Re: וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום
צו זוכן שטיצע אויף מאמרי חז״ל אין סייענס איז א סכנותדיג שפיל וואס עס לוינט זיך אריינצולאזן דערין. ערשטנס, זענען דא אסאך מאמרי חז״ל וואס שטימען אנגאנצן נישט מיט סייענס.

צווייטנס, סייענס איז נישט צוגעבונדען צו dogma, ס׳הייסט אז ברייט אנגענומענע טעאריעס קענען ווערן אפגעפרעגט פון נייערע סייענס און ויקם מלך חדש דעם אלטן טעאריע (ווי למשל אז די וועלט איז פלאך) ווערט פארגעסן אדער ערגער, עס ווערט צו שפאס ללעג ולקלס (הא! זיי האבן געמיינט אז די וועלט איז פלאך חא חא חא). ממילא, אויב דו הויבסט אויף א מאמר חז״ל אויף א פלאטפארם פון סייענס, וואס וועסטו טוהן ווען מ׳וועט אוועק נעמען דאס לייטער און דו וועסט בלייבן סטאק אין בוידעם?

דריטענס, מען דארף וויסן וויאזוי צו ליינען אזעליכע פאפ סייענס ארטיקלען. ליין נאכאמאל וועסטו זעהן אז די שטודיע איז באשטאנען אינגאנצן פון 25 מענטשען און די חילוק איז נאר געוועהן 1.5 פראצענט. דאס מיינט אז איין מענטש וואס האט זייער ליב דאס רויטע קאליר האט געקענט ארויפרוקן די עוורידש ביז 1.5. ועוד ווער זאגט אז פורפל וואלט נישט געהאט די זעלבע עפעקט? און אפשר שטימט רויט מער צו דער פרוי און ווייס וואלט געראנקירט העכער ביי א צווייטע פרוי?

היוצא לנו מזה, מיש נישט סייענס מיט רעליגיע, ווייל די צוויי פארן אויף אנדערע שינעס. רעליגיע מיינט גלויבן אין אומזעבארע זאכן, סייענס האנדלט נאר מיט זאכן וואס מ׳קען זעהן און אויפווייזן בחוש. משל למה הדבר דומה, וועסט נישט פרעגן א פלאמבער פארוואס מוזיק האט אזא עפעקט אויף א מענטש, והבן.

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 29, 2012 4:49 pm

· #135
Re: וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום
[ציטאט אראפגענומען]


אז איך גלייב אַז מעמד הר סיני איז אמאל געשעהן מיינט נישט אַז איך גלייב דווקה אין דיין ווערסיע פון אַ גאָט. פונקט ווי איך גלייב אז יאשקע האט עקזעסטירט אבער איך גלייב נישט אז ער איז געווען א געטליכע מאן.
טאמער גליייב איך אין אני מאמין באמונה שלמה, שהבורא יתברך שמו אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף, מיינט דאס אז מ'קען במציאות נישט אויפווייזען אז ס'דא א גאט. פונקט ווי ריטשארד דאקינס האט לעצטענס געזאגט אז ס'נישט מעגליך אויפציווייזען אז ס'נישט דא קיין סופערנאטוראלער באשעפער.

שרגא » דאנערשטאג מערץ 1, 2012 11:07 pm

· #246
Re: וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום
סטארבאקס האט א גאר שטארקע נקודה אז עס איז די אומריכטיגע צוגאנג, און אויך געפארפול, צו ניצן סייענס צו איבערווייזן רעליגיע. די צוויי זאכן זענען קלאר צוויי באזונדערע (און מ'קען דעבאטירן, פארקערטע) פעלדער.
לאידך גיסא, קען מען פארשטיין ווען איינער וויל יא פרובירן, עס שמעקט דאך, און מ'דארף נישט זיין אזוי שטרענג ווען איינער וויל פרובירן. נאך אלעם איז תורה ומדע א גרויס פעלד, און בכלל נישט ניי. און יענקל, מיט די גרויסע בושות וואס דו זאגסט, זענען נאך דא גענוג ערליכע אידן (און קריסטן) פאר וועמען עס ארבעט זייער גוט און אויך גענוג געלערנטע פראפעסארן וואס ניצן זייער עקספערטיז אין זייער פעלד צו איבערווייזן רעליגיזע מיינונגען און טראץ זייער הויכע דעגרי זעען זיי נישט קיין סתירה צווישן סייענס און רעליגיע און שטעלן דאס שיין צוזאם. וואס ארבעט נישט פאר דיר, קען גוט ארבעטן פאר יענעם, און עס האט שוין אפילו גענוג חוזרים בתשובה געמאכט.

לגבי די רויט, אפילו אויב מען זאל עס יא אויפווייזן, וועט עס לדעתי גארנישט איבערצייגן (ווייל אויב מען האט געאסרט רויט איז עס ווייל די חכמים האבן דאס נישט געדארפט איינזען מיט רוה"ק נאר מיט די גשמיותדיגע אויגן. ביי אזעלכע ענינים קען זיך אפילו די הלכה טוישן צומאל פון איין מענטש צום אנדערן לויט זיין מהות און וואס פאר איינעם איז מותר קען זיין פאר א צווייטן אסור, און ווייס ווערזע, דעריבער האט מען דאס איינגעשטעלט ווייל אזוי האבן זיי געווואוסט איז דער מציאות. פונקט ווי א שטודיע זאל היינט "איבערצייגן" אז יחוד קען טאקע צומאל ברענגען צו אן עבירה.) אבער אויב שוין יא, קוקט גראדע אויס ווי עס איז טאקע א גאנץ איבערגעוויזענע זאך:
In 5 experiments, the authors demonstrate a parallel effect in humans: Red, relative to other achromatic and chromatic colors, leads men to view women as more attractive and more sexually desirable. Men seem unaware of this red effect, and red does not influence women's perceptions of the attractiveness of other women, nor men's perceptions of women's overall likeability, kindness, or intelligence. The findings have clear practical implications for men and women in the mating game and, perhaps, for fashion consultants, product designers, and marketers. source:
Department of Clinical and Social Sciences in Psychology, University of Rochester, Rochester, NY.
אויב ווילסט זען דעטאלן פון א טעסט דערויף גענומען לויט דעם סייענטיפישן מעטאד, קוק דא:
<a class="postlink" href="http://onlinelibrary.wiley.com/doi/10.1002/ejsp.757/full">http://onlinelibrary.wiley.com/doi/10.1 ... p.757/full</a>

יידל » דאנערשטאג מערץ 1, 2012 11:36 pm

· #255
Re: וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום
שרגא
אויב מען האט געאסרט רויט איז עס ווייל די חכמים האבן דאס נישט געדארפט איינזען מיט רוה"ק נאר מיט די גשמיותדיגע אויגן. ביי אזעלכע ענינים קען זיך אפילו די הלכה טוישן צומאל פון איין מענטש צום אנדערן לויט זיין מהות און וואס פאר איינעם איז מותר קען זיין פאר א צווייטן אסור, און ווייס ווערזע

אכן, עיין ריטב"א קידושין פב, א שכתב דהכל כפי מה שאדם מכיר בעצמו.

Starbucks » פרייטאג מערץ 2, 2012 2:43 am

· #270
Re: וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום
[ציטאט אראפגענומען]


רעבע לעבן, רוסלאנד קען מען גיין טשעקן צו עס עקזעסטירט, משא"כ מעמד הר סני איז אומזעבאר, עס איז א פאסירונג וואס אידן זענען בוחר צו גלייבן.

לגבי דער כוזרי, לא זכיתי לירד לסוף דעתו, איך פארשטיי אינגאנצן נישט די הוכחה. ביליאנען מענשן גלייבן אז מוחמד איז ארויף אין הימל אין א פייערדיגן פערד און וואגן און אנדערע פוסטע פאנטאזיעס, ווילסו זאגן אז עס איז ח"ו אמת? לעומת זה, רובו דרובו פון דער מענטשהייט גלייבט אז דיינעסארס האבן זיך אמאל געדרייט אויף דער וועלט, אבער דאס האסטו נישט קיין שום פראבלעם אוועקצומאכן.

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 2, 2012 11:13 am

· #273
Re: וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום
Starbucks

רעבע לעבן, רוסלאנד קען מען גיין טשעקן צו עס עקזעסטירט, משא"כ מעמד הר סני איז אומזעבאר, עס איז א פאסירונג וואס אידן זענען בוחר צו גלייבן.

לגבי דער כוזרי, לא זכיתי לירד לסוף דעתו, איך פארשטיי אינגאנצן נישט די הוכחה. ביליאנען מענשן גלייבן אז מוחמד איז ארויף אין הימל אין א פייערדיגן פערד און וואגן און אנדערע פוסטע פאנטאזיעס, ווילסו זאגן אז עס איז ח"ו אמת? לעומת זה, רובו דרובו פון דער מענטשהייט גלייבט אז דיינעסארס האבן זיך אמאל געדרייט אויף דער וועלט, אבער דאס האסטו נישט קיין שום פראבלעם אוועקצומאכן.


וואס ער מיינט צו זאגן אין וואס שסשך מענטשען זאגן איז אז מוחמד אין יאשקעס מופתים זענען געמאכט געווארן בינם לבין עצמם ווי מוחמד'ס אין יאשקעס רעדן מיט גאט וואס איז להבדיל זייער עקוויווילענט צום קבלת התורה, אבער אונזער מעמד הר סני איז געווען פאר שישים ריבוא יודען, אין טאמער וועסטו זאגן אז ס'האט קיינמאל נישט פארסירט איז ווען האט מען דאס איינגערעט פארן עולם? קען דען זיין אז א גאנצע פאלק האט זיך אויפגעוועקט איין טאג אין אפגעמאכט אז דאס איז היסטוריע? מיז דאך זיין אז ס'געווען אן עווענט ווען א גאנצע פאלק צוזאמען האט דאס אנגעהויבן צו גלייבן, אין דאס קען נישט זיין פון וואס איין מענטש דערציילט, מוז זיין אז קבלת התורה האט טאקע פאסירט.

יידל » פרייטאג מערץ 2, 2012 11:27 am

· #275
Re: וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום
געפילטע פיש
Starbucks

רעבע לעבן, רוסלאנד קען מען גיין טשעקן צו עס עקזעסטירט, משא"כ מעמד הר סני איז אומזעבאר, עס איז א פאסירונג וואס אידן זענען בוחר צו גלייבן.

לגבי דער כוזרי, לא זכיתי לירד לסוף דעתו, איך פארשטיי אינגאנצן נישט די הוכחה. ביליאנען מענשן גלייבן אז מוחמד איז ארויף אין הימל אין א פייערדיגן פערד און וואגן און אנדערע פוסטע פאנטאזיעס, ווילסו זאגן אז עס איז ח"ו אמת? לעומת זה, רובו דרובו פון דער מענטשהייט גלייבט אז דיינעסארס האבן זיך אמאל געדרייט אויף דער וועלט, אבער דאס האסטו נישט קיין שום פראבלעם אוועקצומאכן.


וואס ער מיינט צו זאגן אין וואס שסשך מענטשען זאגן איז אז מוחמד אין יאשקעס מופתים זענען געמאכט געווארן בינם לבין עצמם ווי מוחמד'ס אין יאשקעס רעדן מיט גאט וואס איז להבדיל זייער עקוויווילענט צום קבלת התורה, אבער אונזער מעמד הר סני איז געווען פאר שישים ריבוא יודען, אין טאמער וועסטו זאגן אז ס'האט קיינמאל נישט פארסירט איז ווען האט מען דאס איינגערעט פארן עולם? קען דען זיין אז א גאנצע פאלק האט זיך אויפגעוועקט איין טאג אין אפגעמאכט אז דאס איז היסטוריע? מיז דאך זיין אז ס'געווען אן עווענט ווען א גאנצע פאלק צוזאמען האט דאס אנגעהויבן צו גלייבן, אין דאס קען נישט זיין פון וואס איין מענטש דערציילט, מוז זיין אז קבלת התורה האט טאקע פאסירט.

דאס איז ווי מ'רופט "קאמפעלינג עווידענס". אבער שווארץ אויף ווייס פרוף איז דאס נישט. מען קען פונקט אזוי פרעגן - אויב יאשקע'ס מכלומרשטע "התגלות" איז געווען "בינו לבין קונו" - ווי קומט דאס אז אזויפיל טויזנטע מענטשען האבן אנגענומען אז עס האט טאקע פאסירט? עפעס האט דאך געמוזט קאנווינסען אז דאס האט טאקע פאסירט! וועסטו דאך אודאי ענטפערן אז ס'האט זיך אנגעהויבן מיט א מנין משוגעים, איבערגלויביגע. נו, משוגעים און איבערגלויבגע קען מען איינרעדן א מאסן התגלות אויכעט. מ'דארף נאר האבן צען מענטשן וואס זענען "אין" אויפן שפיל און פערטיג. איי, פארוואס האט יאשקע דאס נישט געטון? א גוטע קושיא, אבער דאז נעמט נאך נישט אוועק די טעאראטישע מעגליכקייט דאס צו טון.

רואיק » זונטאג מערץ 4, 2012 4:45 am

· #383
Re: וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום
[ציטאט אראפגענומען]


אפשר דאך איז כדי מחמיר צו זיין, חאטש צוווישן זעקס אין זיבן.

וויל קענען » מיטוואך יוני 10, 2015 9:26 pm

· #281952
Re: וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום
איינער האט מיר געוויזן א חתם סופר דרשות ח״ב דף רמד וואס ער ברענגט א רבינו בחיי וואס אסר׳ט רויט וועגן עס ווייזט אויף דינים מזל מאדים און אין די הערות אויפן חת״ס שרייבן זיי אז די חתם סופר האט זייער מקפיד געווען אנטקעגן רויט אין נישט אריין געלאזט איינער מיט רויטע קליידער האט איינער עפעס א ידיעה אין דעם איך רעדט נישט מכח וויסנשאפט נאר מכח הלכה
כ׳רעדט דווקא נישט פון נשים גדולים בשוק וואס איז דא א שאלה פון צניעות נאר פאר קליינע קינדער וכדומה

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:53 am

· #282053
איך גיי נישט אריין גיין אין אויב דער "ראיה" וואס ער ברענגט איז א גוטע אדער נישט (יתכן מאד אז עס איז געמאכט אדער געשטיצט געווארען פאר קאמפעניעס וואס ווילען שטיפען רויטע קליידער - און עס האט גאר ווייניג מיט וויסענשאפט צו טאהן), אבער איך וויל באטאנען א נקודה. אין דער הקדמה צו "דור רביעי" שרייבט דער מחבר אז וואלטען חז"ל געלעבט היינט וואלטען זיי נישט מתיר געווען תולעים בתוך הדגים וכדומה, ווייל זיי וואלטען געוואוסט אז עס קומט פון אינדרויסען (והוא מסביר בזה באופן נפלא הסיבה שאסרו לכתוב תורה שבע"פ שהרי ע"י הכתיבה נחתמה ההלכה ואי אפשר לשנותה ע"פ ידיעות חדשות וכו', במילים אחרות: לאחר שנכתבה ונחתמה כבר קבלו עליהם חובה ככל אשר כתוב שם, אבל טרם שנכתבה או נחתמה עדיין היה אפשר לישא וליתן, ע"ש). למעשה עס בלייבט מותר ווייל מיר זענען מקבל די הלכה וויאזוי חז"ל האבען עס אוועק געשטעלט אפילו אויב עס איז געבויט אויף א פאלטשע בליק אויפן טבע בין לחומרא ובין לקולא (ואין הזמן גרמא להרחיב הדיבור בזה - ועוד חזון). אבער פארשטייט זיך אליין עס איז א סאך לייכטער צו היטן א דין וואס מען פילט א טעם אין דעם (אזוי וויא אלע וואס געבען טעמים פאר מצוות - החינוך וכו' - זאגען קלאר). קומט אויס אז עס איז טאקע נישט קיין נפקא מינה "למעשה" צו זייער הנחה שטומט מיט וויסענשאפט צו נישט, ווייל ממילא דארף איינער שלא יצא מתוך הכלל און היט תלמוד בבלי, נזהר זיין אין דעם, אבער עס איז יא א נפקא מינה צו היינט איז עס בגדר "חוק" אדער "משפט". און אין די פעלער ווי מען קען פילען א טעם אין שמירת הדין מאכט עס לייכטער און געשמאקער בבחינת "כי היא חכמתכם ובינתם לעיני העמים.. רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה".
נאך מער פון דעם, אויב איינער גלייבט (ווי א סאך גדולי ראשונים און אחרונים) אז חז"ל זענען געווען בקי אין טבע העולם, דארף ער נישט בודק זיין יעדער פאל, ווייל בין כך ובין כך איז דער מסקנא געשלאסען. אבער איינער וואס נעמט אן די שיטה אז זיי האבען זיך פארלאזט אויפען וויסענשאפט פון זייער צייט (כשיטת כמה גאונים וגדולי הראשונים ואחרונים), איז נאך מער אינטערסאנט צו זעהן ווי גרויס זייער חכמה איז געווען לגבי עניני העולם. ווייל אויב מען מוז נישט גלייבען אז זיי האבען אלעס געקענט פון א געטליכער מקור, איז אינטערסאנט ווי גרויס איז געווען זייער חכמה בעניני העולם.

וויל קענען » דאנערשטאג יוני 11, 2015 3:26 pm

· #282119
Re: וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום
לפי דעתי האסטו נישט פארשטאנען מיין שאלה קוק עס איבער
ס׳קען זיין אז כ׳האב עס נישט אריין געלייגט אין די ריכטיגע אשקול אבער כ׳האב נישט געוויסט ווי יא און דעי אשכול איז ארויפגעקומען ווען כ׳האב געסערטש׳ט בגד אדום הנחתיו כאן

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג יוני 11, 2015 4:44 pm

· #282139
מי זה בא מאדום לבוש בגדים
לכבוד "וויל קענען" שליט"א,
מיין כוונה איז געווען צו מעיר זיין אויף דער עיקר נושא, איך האב בכלל נישט געזעהן אייער הערה.
אמנם איידי דאתי לידן נימא בהו מילתא, אפשר קען אייך דער מראה מקום, וואס א "חיפוש" אויף אוצר החכמה האט געטראפען, אייך העלפען.
📎 בגד אדום.PDF

מיימון » דאנערשטאג יוני 11, 2015 8:57 pm

· #282190
אויבערלענדער חכם
איינער וואס נעמט אן די שיטה אז זיי האבען זיך פארלאזט אויפען וויסענשאפט פון זייער צייט (כשיטת כמה גאונים וגדולי הראשונים ואחרונים), איז נאך מער אינטערסאנט צו זעהן ווי גרויס זייער חכמה איז געווען לגבי עניני העולם. ווייל אויב מען מוז נישט גלייבען אז זיי האבען אלעס געקענט פון א געטליכער מקור, איז אינטערסאנט ווי גרויס איז געווען זייער חכמה בעניני העולם.


לאו דוקא, דער וואס נעמט אן אז זיי האבן זיך פארלאזט אויף די וויסנשאפט פון זייער צייט האלט אז זיי האבן נישט געוואוסט ספעציעל מער ווי די אלגעמיינע וויסנשאפט פון די וועלט דעמאלטס, און בעניני מדע האבן זיי געבויט אויף די חוקרים פון יענע צייט, לויט די שיטה איז חז''ל'ס אויפגאבע בכלל נישט צו פסק'נען בעניני מדע נאר צו זאגן זייער מיינונג בדעת תורה לויט די ידיעות וואס געפינען זיך אין זייערע הענט, בכלל איז נישט אקטועל לדבריהם צו אנווייזן אויף איין איזאלירטן פאל ווי חז''ל האבן אנגעבליך צוגעטראפן צו א געוויסע שטודיע אין די צייט וואס זיי האבן זיך פארלאזט אויף טעות'דיגע אינפארמאציע ביי אסאך וויכטיגערע זאכן, און ווי מען האט שוין דערמאנט אז אזעלכע שטודיעס טוישן זיך שנעלער ווי איר טוישט זאקן.

בעצם הענין נראה בפשטות אז ס'איז נישט דא קיין שום פראבלעם מצד הלכה, אפילו אויב די מעשה פון רב אדא איז געווען וועגן רויט איז דאס בלויז א עובדא פון א ספעציעלן מסירות נפש'דיגן אמורא מיט מער א קנא'אישן מהלך, און עס זענען געווען אסאך מהלכים צווישן די אמוראים און להלכה ווערט נאר גע'פסק'נט דאס וואס ווערט אפגע'פסק'נט אין גמרא אויף למעשה, דער ענין איז צושפרייט געווארן בימי הביניים ווען קבלה און סימבאליזם זענען פארשפרייט געווארן און עפ''י קבלה איז רויט דין מאדים גבורות וכדומה

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:13 pm

· #282192
"לאו דוקא, דער וואס נעמט אן אז זיי האבן זיך פארלאזט אויף די וויסנשאפט פון זייער צייט האלט אז זיי האבן נישט געוואוסט ספעציעל מער ווי די אלגעמיינע וויסנשאפט פון די וועלט דעמאלטס, און בעניני מדע האבן זיי געבויט אויף די חוקרים פון יענע צייט"

פרעג איך אייך הרב מיימון: היינטיגע רבנים האלטען שטארק מיט מיטן וויסנשאפט פון אונזערע צייט? עס איז גאנץ זעלטען וואס מען טרעפט איינער וואס איז גרויס אין תורה און מדע - כמעט קיינמאל - אויב מען קען אויפווייזען אז די חכמי התלמוד האבען מיט געהאלטען שטארק מיט עניני מדע פון בני דורם, וואלט דאס געווען א שטארקע חיזוק פאר די תורה ומדע-ניקס.

איינער פון די גרעסטער ראש ישיבה פונעם דור (איך רעדט פון א ישיבישע שפאקטיב, און איך בין זיכער אז אין אנדערע קרייזען איז נישט אנדערש) גלייבט אין alternative medicine אד"ג. עס איז שוין איינמאל אינטערסאנט און נוגע צו וויסען וואס פאר א קוק די חכמי הגמרא האבען געהאט.

אויב די חשבון (mathematics) פון תוספות האלט נישט מיט מיט'ן היינטיגע וויסענשאפט איז איין זאך, אבער מיר איז אינטערסאנט צו זיי קענען זיך פארמעסטען מיט די גרעסטער אין זייערע דור.

איז דער רמב"ם געווען א גרויסע פיליסוף לויט די אלגעמיינער וועלט אין זיין צייט? די אבן עזרא מיין איך איז יא געווען אן אלגעמיינער חכם אפילו אויב מען נעמט אוועק זיין חכמת התורה, אבער וואס איז מיט די אנדערע?

נ"ב: קען איינער מיר לערנער וויאזוי צו "טעגען" און ווי אזוי צו ברענגען א ציטוט אזוי ווי הרב מיימון האט געטאן?

מיימון » דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:34 pm

· #282194
אויף וויפיל די חכמי התלמוד האבן מיטגעהאלטן מיט די חכמה הכללית בדורם איז פיל געשריבן געווארן, בפשטות איז געווען פארשידנארטיג, טייל האבן גוט געקענט די בבלי'שע חכמה ווי שמואל וואס האט געקענט רפואה און אסטראנאמיע לויט די סטאנדארט דארט, און טייל זעט מען נישט אז זיי זאלן האבן געקענט, אויף עטליכע שטייט קלאר אז זיי האבן נישט געקענט, חכמת יוונית זעט נישט אויס אז עס איז באקאנט געווען שטארק אין בבל, אפשר אין ארץ ישראל אביסל, עס איז טאקע זייער אינטערעסאנט ווען מען לערנט ע''ד האמת אן זיך פאפן, צו זען וואס די מכוון פון גמרא איז באמת לויט די מדע בימיהם, וכבר נכתב הרבה בזה.

אויפ'ן עצם ענין אבער זעט נישט אויס אז ס'זאל זיין נוגע, ווייל לפי הידוע איז נישט געווען קיין שטודיע אין בבל אויף רויטע בגדים (און אזוי אויך אין אמעריקא חוץ איין שטודיע לעצטנס ) דעריבער האבן חז''ל דאס נישט געוואוסט, כאטש אויף צו אפמאכן אויב עפעס איז אומ'צניעות פעלט לכאורה נישט אויס קיין שטודיעס.

תוספות און די חכמי אשכנז האבן כמעט נישט מיטגעהאלטן, און בכלל איז מדע געווען בשפל המצב בימים ההם אין די קריסטליכע לענדער, דער רמב''ם איז לפי ידיעתי געווען שטארק אנגענומען איבעראל ווילאנג אריסטוטלישע פילוסופיה איז געווען בתוקפו, מען האט געלערנט דעם מורה אפילו אין אלגעמיינע אקאדעמיעס, דער אבן עזרא האט בעיקר עוסק געווען אין אפלטון'ישע פילוסופיה און אסטרולוגיה וואס איז געווארן פיל ווייניגער פאפולער דאן.

צו טעגן אדער קוואוטן זע העכער דעם באקס ווי דו שרייבסט דיין תגובה איז פארהאן אסאך אפציעס, בהצלחה

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:49 pm

· #282196
@מיימון ייש"כ פאר אייער הילף! אפשר קענט איר מען ווייזען פון וואנט איר נעמט דאס אז דער רמב"ם'ס מורה איז געלערענט געווארענט דורך דער אלגעמיינער וועלט. איך פרעג פשוט ווייל איך ווייס נישט.

מיימון » דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:58 pm

· #282199
The Guide had great influence in Christian thought, both Thomas Aquinas and Duns Scotus making extensive use of it: the negative theology contained in it also influenced mystics such as Meister Eckhart. It was also read and commented on in Islamic circles, and remains in print in Arab countries.

פון ויקיפדיה

אויב עמיצער ווייסט א בעסערע מקור זאל מודיע זיין

מיימון » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:10 pm

· #282200
אגב אז מ'רעדט פון אבן עזרא און זיין חכמה הכללית איז דא א מאמר נפלא אין האסיף אויף שיטת אבן עזרא (פון עמ' 180 תולדותיו, פון עמ' 198 שיטתו בפילוסופיה ), הערליך שיין ווערד צו ליינען.

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:19 pm

· #282202
@מיימון ייש"כ פאר דער מראה מקום איך פרינט עס יעצט און איך וועל עס ליינען. איך בין זיכער אז אויב איך האב א צריך עיון וכדומה אז איר וועט מיר קענען ארויס העלפען.

וכדומה.. » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:39 pm

· #282207
שלום עליכם הרב אויבערלענדער חכם, איר האט בארירט זייער א האקעלע נושא, וואס אסאך מענטשען קענען נישט דערהייבן צו רעדן דערוועגן..

אזוי ווי דו האסט ארויסגעברענגט, די פשוטע מהלך ווי די רמב"ם און נאך פילע ראשונים נעמען אן, איז אז די וויסענשאפט אין וועלטליכע ענינים וואס חז"ל האבן געהאט איז געווען געבויט אויף די גויאישע חכמות וואס מהאט דעמאלטס געגלייבט און אנגענומען, די רמב"ם שרייבט עס קלאר ארויס, און אזוי אויך די רמב"ם אליינס האט אסאך גענאשט זיינע ידיעות און סייענס פון די יוונישע חכמים, און אויף עטליכע פלעצער איז מעתיק יסודות פון אריסטאטעל וכו'

יעצט, די נושא פון ווערים אין די פיש צו סאיז באים מתוכו איז א זאך וואס איז קלאר אויפגעוויזען היינט צוטאגס, אז סנישטא אזא מציאות א בעל חי וואס ווערט באשאפען פון זיך אליינס, דאס איז איינע פון אסאך זאכען וואס האבן זיך געטוישט זינט די רעוועלושען אוו סייענס פאר בערך 500 יאר צירוק וואס מהאט אנגעהויבן אויפצוווייזען יעדע זאך במציאות, און אויפגעהערט צו בויען זאכן אויף טעאריעס, סאיז קלארע זאכען און איך האב נישט יעצט די אפעטיט אריינצוגיין אין די ארוכות הדברים דערפון,

איז צו גיין זאגן אז סקען נישט זיין סאיז א טעות וואס חז"ל האבן געפסקנט אין דעם ענין, ווען סאיז קלאר אז זיי האבן דאס נאר געבויט אויף סייענס וואס מהאט דעמאלטס געגלייבט, איז קינדעריש און צומצום, אויב היינט צוטאגס האט מען אויפגעוויזן קלאר אנדערש,
און נאכמער נעריש איז ווען ממיינט אז מזעט אזא זאך, אז סמאכט איין פיצקעלע ווייניגער הייליג און חשוב וואס אונזערע תנאים און אמוראים זענען געווען,

די תורה איז געגעבן געווארען מזאל דאס לערנען און דורכטוהן וואס ממעג טוהן און וואס מטאר נישט, און דאס איז אונזער תכלית, צוגיין זאגן אז סנישט מעגליך צו מאכען א טעות איז טיפשית, די גמרא זעט מען פילע פלעצער וואו אמוראים האבן גע'פסק'ענט א געוויסע הלכה און שפעטער חרטה געהאט דערפון און צוריקגעצויגן ווייל זיי האבן איינגעזען אז זיי האבן געמאכט א טעות, דאס האט זיי געמאכט איין פראצענט קלענער אדער ווייניגער חשוב?? אוודאי נישט, אזוי איז די וועלט אויסגעשטעלט א מענטש איז פארט א מענטש, און יעדער קען מאכען טעות, אפילו אויף משה רבנו זאגן חז"ל אז ער איז באגאנגען א טעות, דאס מאכט נישט די מענטש קיין טראפ ווייניגער פון וואס ער איז! און סנעמט נישט אוועק קיין שום מדריגה פון אים! גלייבן אז א געוויסע מענטש קען נישט מאכען קיין טעות איז קליינקעפיג און קען זיך גאר גרעניצן מיט ע"ז. נאר אויפן אויבערשטען איז שייך צו זאגן אזא זאך.

איז כ"ש ווען מרעדט פון א הלכה וואס איז געבויט אויף בלויזע סייענס פאקטען, און סשטעלט זיך ארויס אנדערש, ווייסט א מענטש וואס איז אביסעל געלערנט און האט א טראפ פארשטאנד, אז אויב דיר קומט אויס יעצט לויט די תורה אז די הלכה איז אזוי, איז דאס יעצט די רצון ה' און דאס דארף געטון ווערן.

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:57 pm

· #282213
@וכדומה... ביז חתימת התלמוד זענט איר גערעכט אבער לאחר מכן בלייבט דער דין ווי תלמוד בבלי אפילו אם טעו ח״ו. אויפן חכמים שלאחר חתימת התלמוד איז אויך גערעכט וואס איר זאגט. לא עת האסף הקנה ובקר ויודע את אשר יש לומר עוד בזה.

וכדומה.. » דאנערשטאג יוני 11, 2015 11:10 pm

· #282218
דו ווילסט זאגן אז להלכה זאל מען נישט טוישן, און ווייטער טון דאס זעלבע איינמאל סאיז לאחר חתימת התלמוד, ערלעדיגט כ'וועל דיר דאס נאכגעבן, הגם דו ביסט נישט גערעכט עכ"פ דא ווען מרעדט להחמיר,

ברויך מען אבער נאכאלס וויסן אז א טעות איז א זאך וואס איז שייך ביי יעדן פון מגדול ועד קטן, כנ"ל

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג יוני 11, 2015 11:31 pm

· #282222
לא תסור
@וכדומה...ענין זה וועגען חתימת התלמוד ותוקפה פאדערט אריכות, אבער אזוי פיל וויל איך זאגען אז אויב מען נעמט אן אז אירע תוקף בויעט זיך אויף ״ככל אשר יורוך״ איז עס הן לחומרא והן לקולא אפילו במקום טעות.

אויבערלענדער חכם » זונטאג יוני 14, 2015 12:44 am

· #282417
ד"ר ברנפלד - האסיף - אבן עזרא
@מיימון ייש"כ פאר מציין זיין די ארטיקל אין "האסיף" וועגען די אבן עזרא. איך וויל שרייבען א פאר הערות להראות שעיינתי בדבריו. פאר די הערות אויפן פרטים, וויל איך זאגען אז היות ער שרייבט אין די "עברית החדשה" אבער אין א צייט וואס עס איז נאך נישט געווען משוכלל, איז עס א ביסל שווער און אומבאטעמט צו ליינען זיינע ווערטער בפרט ווען ער רעדט וועגען קאפליצירטע זאכען אזוי וויא פיליסופיה.
א- לגבי מיט וואס די שמוז האט זיך אנגעפאנגען, צו די אבן עזרא איז געווען גרויס אין די אלגעמיינע וועלט פון וויסענשאפט. איך מוז מודה זיין אז עס איז גאר מעגליך אז דער רמב"ם איז טאקע געשטאנען העכער אין דעם, אבער ד"ר ברנפלד שרייבט וועגען אבן עזרא "כבר גדול שמו בין עמנו ובין יתר העמים."
ב - א גרויסע חלק פון דער ארטיקל איז צו שטיין אין אבן עזרא'ס defense קעגען שד"ל וואס האט עם באשולדיגט אז ער האט געפעלטש זיין דעות, אבער למעשה א סאך פון דער "ראיות" וואס ברנפלד ברענגט אויף די אהבת האמת פונעם אבן עזרא, קען מען גרינגערהייט אויסדרייען אויף פונקט פארקערט.
ג - עס איז געווען גאר אינטערסאנט צו וויסען אז דאס וואס מען זאגט נאך פונעם אבן עזרא, אז וואלט ער פארקויפט תכריכים וואלט מען אויפגעהערט צו שטארבען, איז טאקע אמת און נישט קיין באבע מעשה. ער ברענגט די לשון "איגע להצליח ולא אוכל, כי עותוני כוכבי שמי, לו אהיה סוחר בתכריכין, לא יגועון אישים בכל ימי..." מצד השני, דאס וואס איך האב אלעמאל געוואוסט אלץ אן אמת, אז די אבן עזרא איז געווען אן איידעם פון רבי יהודה הלוי, זאגט ברנפלד אז עס הייבט זיך נישט אן.
ד - ער רעדט א סאך וועגען די ראלע פונעם אבן עזרא אין ביקורת המקרא, און אז ער האט מייחס געווען עטליכע פסוקים צו א שפעטער צייט, אבער ער ברענגט נישט ארויס אז אין די פיוט [וואס ער אליין ברענגט] וואס דער אבן עזרא האט געשטעלט אין די הקדמה צו זיין פירוש על התורה שרייבט ער "לבאר דת בהר סיני נתונה, וכל חכמה למשה היא למנה".
ה- לגבי די סדר פון די פירוש אבן עזרא על התורה, רבי יעקב קמנצקי אין זיין אמת ליעקב [כמדומני ריש פרשת שמות] באמערקט אז עס זעהט אויס אז שמות איז געשריבען געווארען פאר בראשית. צוליב דעם דערמאנט די אבן עזרא יסודות אין שמות וואס ער וואלט שוין געדארפט מסביר זיין אין בראשית, עיי"ש.
ו- ער ברענגט דארט אין אן הערה בזה"ל "עיין בדבריו [של האבן עזרא] על "ממחרת השבת" שהוא מודה ברמז בסוף דבריו לדברי הצדוקים כאשר כבר העיר שד"ל" - עס איז כדי צו באמערקען אז אין כוזרי שטייט אויך אז אין דער פרט קען מען נאכגעבען צו די קראים אז אזוי איז פשוטו של מקרא עיי"ש.
ז- ער ברעגט די באקאנטע בריוו פונעם אב"ע צו דער רבינו תם "ומי הביא לצרפתי בבית שיר?" דארט שרייבט אבן עזרא "ולו שיר יעקב ימתק כמו מן, אני שמש - וחם השמש ונמס" - אינטרעסאנט אז ער דערמאנט דא מן. תוספות אין קידושין לז, ב ברענגט "הקשה ה"ר אברהם אבן עזרא היכי אמרינן ממחרת הפסח דהכא וכו'. ואומר ר"ת.... די ענין דארט האנדעלט זיך איבער די טייטש פון "מחרת הפסח" אין יהושע פרק ה (פסוקים יא-יב): וַיֹּאכְלוּ מֵעֲבוּר הָאָרֶץ מִמָּחֳרַת הַפֶּסַח מַצּוֹת וְקָלוּי בְּעֶצֶם הַיּוֹם הַזֶּה: וַיִּשְׁבֹּת הַמָּן מִמָּחֳרָת בְּאָכְלָם מֵעֲבוּר הָאָרֶץ וְלֹא־הָיָה עוֹד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל מָן וַיֹּאכְלוּ מִתְּבוּאַת אֶרֶץ כְּנַעַן בַּשָּׁנָה הַהִיא. אפשר ווייל זיין געשפרעך מיט רבינו תם איז געווען איבער מן, האט ער דאס אריין געווארפען.....
ח- עס איז מיר געווען א גרויסע חידוש וויאזוי ער מאכט אוועק שד"ל. אפילו מהר"ץ חיות וואס האט זיך אנגענומען פאר'ן כבוד פונעם רמב"ם קעגן שד"ל זעהט אויס אז ער האט עם גענומען גאר ערענסט. איך בין נישט קיין גרויסע בקי אין שד"ל, אבער איך האב נאך נישט געזעהן מען זאל עם סתם אוועק מאכען.
ט- איטערסאנט אז די אבן עזרא האט געקענט שרייבען א שיר וועגען פליגען...

דעת תורה » זונטאג יוני 14, 2015 2:19 am

· #282432
Re: וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום
אינטערעסאנט, אין די גמ' מנחות (עכ"פ לפירש"י שם) איז משמע פארקערט, אז אויף אן אנדערע זאך פון די צדוקים ברויך מען זיך פלאגן צו פארענטפערן, אבער די טענה איבער ממחרת השבת איז מופרך מעיקרא. און די צדוקים זענען אויך נישט אויפגעקומען מיט עפעס בעסער ווי משה רבינו אוהב ישראל היה.

און לכאורה איז די פשט אז אויב זאל עס מיינען שבת פעלט דאך די דעטאלן, וועלכע שבת, וכדו' משא"כ אז מען רעדט פון יו"ט (וואס דער פסוק קען צומאל אנרופן מיטן טיטל שבת) שטימט זייער גוט דער המשך אז ממחרת היו"ט וואס מ'האט יעצט גערעדט פון, ט"ו ניסן, זאל מען אנהייבן ציילן.

מיימון » זונטאג יוני 14, 2015 3:54 am

· #282441
אויבערלענדער חכם

באמת קומט דאס נישט אין דעם אשכול אבער איך וועל מעיר זיין בקצרה.

דער ארטיקל פון ברנפלד איז בעיקר אינטערעסאנט וועגן דעם חלק פון אבן עזרא'ס פילוסופיה א זאך וואס ווערט כמעט נישט ארומגערעדט דערפון, דאס עפנט א טיר צו א נייע וועלט פון מחשבה בדרכם של ר''ש אבן גבירול און אנדערע, וואס ווי ער שרייבט איז דאס לעבעדיגער און מער פערזענליך ווי דעם רמב''ם'ס קאלטע אריסטוטלישע פילוסופיה.

לגבי די תולדות איז שוין אסאך געשריבן געווארן שפעטער, לגבי דעם סדר פון די חיבורים זע אין מבוא צו אבן עזרא מוסד הרב קוק פון אשר וייזר אז אגרת השבת איז געווען פאר די חיבור עה''ת, און זע דארט וועגן בראשית-שמות.

וועגן שד''ל, גראדע בין איך א שטארקער חסיד פון אים, אבער האמת אז כמדתו מדדו לו וויאזוי ער האט גערעדט אויף די גרעסטע גדולים בזלזול כן עשו לו...

דעת תורה
לגבי די צדוקים איז אסאך געשריבן געווארן במחקר, וא''א להאריך, אבער טייל זאגן אז די צדוקים האבן געהאט א אלטע מסורה וועגן ממחרת השבת און דאס וואס די גמרא (פון מגילת תענית ) ברענגט אז לא היה אלא זקן אחד שפיטפט איז שוין געווען שפעטער ווען עס איז שוין פארגעסן געווארן די עיקרי המחלוקת, אדער אז זיי האבן זיך נישט באטייליגט ביי דעם ויכוח, מיט די אלע טענות פון גמרא בלייבט נאך אלץ דער פשט פון די צדוקים מער פשוט (נישט איך זאג עס, דער כוזרי זאגט עס.. )

אויבערלענדער חכם » זונטאג יוני 14, 2015 10:31 am

· #282456
אבן עזרא
@מיימון אפשר הייבט אן אן אשכול אויפן אבן עזרא. עס וואלט געווען אינטערסאנט צו ארום רעדען זיין שיטות. דער חלק פון פילוסופיה איז טאקע געווען אינטערסאנט אבער איז זוכט שטארק צו מחפה זיין אויפן די אבן עזרא'ס גלויבען אין אסטרולוגיה, א זאך וואס דער רמב"ם האט שטארק מרחק געווען און איז אפילו חולק אויף די חכמי הגמרא וואס האבען געגלויבט אין איר.

אויבערלענדער חכם » זונטאג יוני 14, 2015 11:36 am

· #282465
סוד הי"ב ועוד
@מיימוןסוד הי"ב איז שטארק מפורסם בזמנינו, אבער איך זע ווייניגער זאלען דערמאנען דאס וואס אבן עזרא שרייבט אז איוב איז אריגאנעל געווען אויף אן אנדערע שפראך און עס איז איבערגעטייטשט געווארען אויף לשון הקודש.
בענין סוד הי"ב והעיקר השמיני והתשיעי של הרמב"ם יש לי להאריך ועוד חזון למועד. אמנם את זה אגיד שבכתבה בה"אסיף" הוא מציין לדברי שד"ל בשם רבינו יהודה החסיד פירוש אפולוגיטי על דברי האבן עזרא אודות הפסוק "והכנעני אז בארץ" (<a class="postlink" href="https://books.google.com/books?id=kOg6AQAAMAAJ&printsec=frontcover&source=gbs_ge_summary_r&cad=0#v=onepage&q&f=false">https://books.google.com/books?id=kOg6A ... &q&f=false</a> - עמוד 71) ומסתפק שד״ל אם רבינו יהודה החסיד בתום לבבו אמר לתלמידו ש"הכנעני אז בארץ" היינו שמלאך הממונה עליהם וכו' או שבחכמה השיב כן. לאור מה שאנו יודעים היום מרבינו יהודה החסיד קענן מען פושט זיין די איבעיא אז ער האט עס געזאגט מיט חכמה און נישט בתמימות.