☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אין בית המדרש בלא חידוש

אין בית המדרש בלא חידוש

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2289

שמואל הלוי » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 5:21 pm

· #58755
אין בית המדרש בלא חידוש
איך האב לעצטענס געהאט צוויי מאל וואס איך בין געוואויר געווארן הלכות אומדירעקט זייענדיג אין ביהמ"ד, ולתועלת הרבים וועל איך עס דא אראפשרייבן.

1) ס'איז נישט געווען א כהן, און מ'האט אויפגערופן א לוי במקום כהן, און גלייך נאכדעם נאך א לוי. האט עמעצער זיך גענומען נו'קען אז ס'איז קעגן שו"ע, און גלייך איז ער צוריקגעקומען מיט א אויפגעמישטע שו"ע ווי ס'שטייט טאקע קלאר אז מ'רופט נישט אויס א לוי נאך א לוי, ווייל ס'מאכט אויסזעהן כאילו דער ערשטער לוי איז נישט קיין מיוחס'דיגער לוי.

2) איך בין געווען פויל זיך אראפצוזעצן ביי נפילת אפים, האב איך געמאכט נפילת אפים שטייענדיג. האט מיר שפעטער איינער געוויזן אין שו"ע, אז נפילת אפים מוז זיין דוקא זיצענדיג.

---
איך גלויב אז אסאך אירע פון דא קען צולייגן הלכות וואס מ'איז געוואויר געווארן אין ביהמ"ד, נו פארוואזשע נישט אראפשרייבן דא, זאל א צווייטער אויך הנאה האבן.

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 5:24 pm

· #58757
WOW פאני... כ'האב געהאט אין פלאן צו מאכן א שיעור אין הלכה אין קיצור שו"ע און אראפשרייבן דא אלע חידושים וואס כ'האב נישט געוויסט. האסט מיר דערשפירט....

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 5:45 pm

· #58765
פאנני. איך האב געהאט אין פלאן צו האבן געלט, האבן צייט, האבן נערוון, האבן א חברותא, גיין אין ביהמ"ד, האבן א גמרא, קאווע, סטים, פאטעל. און א מלאך זאל מיר עס איינשפריצן אין קאפ.
למעשה. וואס איז געווארן? דיין הלכה שיעור איז געווארן געקענסל'ד?

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 5:47 pm

· #58769
ניין... ס'איז אין פלאן א צוויי טאג אינגאנצן. דאונט ווארי, כעל זיין דא צוריק.

יידל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 3:15 pm

· #59037
היינט געוואויר געווארן כבדרך אגב אז אויף אראנדזש שאלאכטס מאכט מען אויך בורא פרי העץ.

מ גפני » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 4:16 pm

· #59055
[ציטאט אראפגענומען]


און וואס טוסטו יעדן סליחות, נישט אויף די לינקע האנט?

ניו יארק » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 8:17 pm

· #60861
אינטערעסאנטע הלכה וואס עס קוקט אויס ווי רוב עולם ווייסט נישט דערפון: מען טאר נישט רעדן ביים דאווענען.

michel » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:58 pm

· #61107
[quote="שמואל הלוי"] איך בין געווען פויל זיך אראפצוזעצן ביי נפילת אפים, האב איך געמאכט נפילת אפים שטייענדיג. האט מיר שפעטער איינער געוויזן אין שו"ע, אז נפילת אפים מוז זיין דוקא זיצענדיג.

true that in "shilchen urich" the "mechaber" says it has to be sitting only , but if you look in t"z and mg"a they both say that you could rely on the poskim that say you could stand, and the tanye says that the minheg is to stand, but al pi kabuleh is better to seat. so the mishneh berireh concluds that you should stand but if it is a shas hadchak i.e. somebody is davening shu"e near you when al pi halucheh is usir to seat near him so you should rater stand.

גאלד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 4:05 pm

· #61109
לעצטנס געוואר געווארן אז ע"פ הלכה ווען מ'איז מכבד איינעם פארן עמוד זאל ער אפזאגן די ערשטע מאל, די צווייטע מאל זאר ער קווענקלען און די דריטע מאל זאל ער עס נעמען (אויב ער קען און איז גרייט, פארשטייט זיך)

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:06 pm

· #61128
איך בין נישט קיין גרויסער תלמיד חכם, אבער לפלא די אלע זאכן דערמאנט ביז אהער האב איך שוין געוואוסט.
אפשר וועליך שרייבן מיינע חידושים ווען איך ווער זיי געוואויר.

לעמיל » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:08 pm

· #61129
שמעק אונז ווארטען צו הערען

מ גפני » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 7:33 pm

· #61202
גאלד
לעצטנס געוואר געווארן אז ע"פ הלכה ווען מ'איז מכבד איינעם פארן עמוד זאל ער אפזאגן די ערשטע מאל, די צווייטע מאל זאר ער קווענקלען און די דריטע מאל זאל ער עס נעמען (אויב ער קען און איז גרייט, פארשטייט זיך)


מקור?

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 8:25 am

· #61315
ערוך השלחן (כאנישט נאכגעקוקט די מקור, כידוע איז ער דאך נאר א שפעטערע מלקט, לכאורה ערגעץ אין שו"ע ונושאי כלים או"ח סי' נ"ג)

או"ח סימן נג סעיף טו

שליח ציבור קבוע יורד לפני התיבה מעצמו, ולא ימתין עד שיאמרו לו. אבל שליח ציבור שאינו קבוע – צריך לסרב מעט קודם שירד לפני התיבה.

אך לא יסרב יותר מדאי, שאין זה כבוד הציבור. אלא פעם ראשונה מסרב, וכשיאמרו לו פעם שניה – מכין עצמו כמו שרוצה לעמוד. ובפעם שלישית – יעמוד.

ואם האומר לו שירד הוא אדם גדול – אינו מסרב לו כלל וירד מיד, דאין מסרבין לגדול. אך בדבר שיש בזה שררות – יסרב מעט אפילו כשאומר לו אדם גדול, דהסירוב הוא מפני שיתראה דאולי אינו ראוי לכך, וזהו הדרך ארץ (עיין תוספות פסחים סוף פרק שביעי).

ולפעמים אף שליח ציבור שאינו קבוע לא יסרב, כגון שטעה שליח הציבור או נשתתק, ונצרך להעמיד אחר תחתיו – אותו שמעמידין תחתיו לא יסרב כלל, כיון שהוא באמצע התפילה אינו נכון להפסיק הרבה.

(הגר"א סעיף קטן כ"ד הקשה מערכין יא ב, שאומר שם: מידי דהוה אשליח ציבור דמימלך, עיין שם – הרי להדיא דגם שליח ציבור קבוע צריך המלכה. ולעניות דעתי נראה דלא קשיא, דרש"י פירש: ונסיב רשותא אם יתפלל. עד כאן לשונו. כלומר: אם אין אומרים לו שיתפלל – צריך ליטול רשות, דאולי אין הציבור רוצים להתפלל עדיין. אבל כשאומרים לו "רד והתפלל" – אין לו לסרב כלל. וראיה לזה: דמדמי שם ל"ויאמר חזקיהו", עיין שם. והוא נתעורר מעצמו לא מאחרים, וברור הוא. ודייק ותמצא קל.)

שטערן » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 8:56 am

· #61318
מ גפני
גאלד
לעצטנס געוואר געווארן אז ע"פ הלכה ווען מ'איז מכבד איינעם פארן עמוד זאל ער אפזאגן די ערשטע מאל, די צווייטע מאל זאר ער קווענקלען און די דריטע מאל זאל ער עס נעמען (אויב ער קען און איז גרייט, פארשטייט זיך)


מקור?


ברכות דף לד

ת"ר העובר לפני התיבה צריך לסרב ואם אינו מסרב דומה לתבשיל שאין בו מלח ואם מסרב יותר מדאי דומה לתבשיל שהקדיחתו מלח כיצד הוא עושה פעם ראשונה יסרב שניה מהבהב שלישית פושט את רגליו ויורד

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 9:24 am

· #61332
נוי יארק
אינטערעסאנטע הלכה וואס עס קוקט אויס ווי רוב עולם ווייסט נישט דערפון: מען טאר נישט רעדן ביים דאווענען.

מקור?

שטערן » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:01 am

· #61351
קאווע טרינקער
נוי יארק
אינטערעסאנטע הלכה וואס עס קוקט אויס ווי רוב עולם ווייסט נישט דערפון: מען טאר נישט רעדן ביים דאווענען.

מקור?


אין עומדין להתפלל אלא מתוך כובד ראש חסידים הראשונים היו שוהין שעה אחת ומתפללין כדי שיכוונו לבם לאביהם שבשמים אפי' המלך שואל בשלומו "לא ישיבנו" ואפי' נחש כרוך על עקבו לא יפסיק:

outspoken » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:07 am

· #61353
שטערן
קאווע טרינקער
נוי יארק
אינטערעסאנטע הלכה וואס עס קוקט אויס ווי רוב עולם ווייסט נישט דערפון: מען טאר נישט רעדן ביים דאווענען.

מקור?


אין עומדין להתפלל אלא מתוך כובד ראש חסידים הראשונים היו שוהין שעה אחת ומתפללין כדי שיכוונו לבם לאביהם שבשמים אפי' המלך שואל בשלומו "לא ישיבנו" ואפי' נחש כרוך על עקבו לא יפסיק:

דאס איז ביי שמונה עשרה.

michel » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:25 am

· #61358
גאלד
ערוך השלחן (כאנישט נאכגעקוקט די מקור, כידוע איז ער דאך נאר א שפעטערע מלקט, לכאורה ערגעץ אין שו"ע ונושאי כלים או"ח סי' נ"ג)

או"ח סימן נג סעיף טו

שליח ציבור קבוע יורד לפני התיבה מעצמו, ולא ימתין עד שיאמרו לו. אבל שליח ציבור שאינו קבוע – צריך לסרב מעט קודם שירד לפני התיבה.

אך לא יסרב יותר מדאי, שאין זה כבוד הציבור. אלא פעם ראשונה מסרב, וכשיאמרו לו פעם שניה – מכין עצמו כמו שרוצה לעמוד. ובפעם שלישית – יעמוד.

ואם האומר לו שירד הוא אדם גדול – אינו מסרב לו כלל וירד מיד, דאין מסרבין לגדול. אך בדבר שיש בזה שררות – יסרב מעט אפילו כשאומר לו אדם גדול, דהסירוב הוא מפני שיתראה דאולי אינו ראוי לכך, וזהו הדרך ארץ (עיין תוספות פסחים סוף פרק שביעי).

ולפעמים אף שליח ציבור שאינו קבוע לא יסרב, כגון שטעה שליח הציבור או נשתתק, ונצרך להעמיד אחר תחתיו – אותו שמעמידין תחתיו לא יסרב כלל, כיון שהוא באמצע התפילה אינו נכון להפסיק הרבה.

(הגר"א סעיף קטן כ"ד הקשה מערכין יא ב, שאומר שם: מידי דהוה אשליח ציבור דמימלך, עיין שם – הרי להדיא דגם שליח ציבור קבוע צריך המלכה. ולעניות דעתי נראה דלא קשיא, דרש"י פירש: ונסיב רשותא אם יתפלל. עד כאן לשונו. כלומר: אם אין אומרים לו שיתפלל – צריך ליטול רשות, דאולי אין הציבור רוצים להתפלל עדיין. אבל כשאומרים לו "רד והתפלל" – אין לו לסרב כלל. וראיה לזה: דמדמי שם ל"ויאמר חזקיהו", עיין שם. והוא נתעורר מעצמו לא מאחרים, וברור הוא. ודייק ותמצא קל.)


i dont know why you quote urich hashilchon when its a clear mechaber with no choilek and the mekoir is in the gemureh

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:10 pm

· #63545
געלערנט היינט ס'דא שיטות אז די מצוה פון זאגן דייקא די פרשה פון קריאת שמע בשכבך ובקומך איז א דרבנן. די מצוה מן התורה איז צו זאגן/לערנען סיי וועלכע פרשה.

שטערן » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:17 pm

· #63551
ברכות כא

אמר רב יהודה ספק קרא קריאת שמע ספק לא קרא אינו חוזר וקורא ספק אמר אמת ויציב ספק לא אמר חוזר ואומר אמת ויציב מאי טעמא קריאת שמע דרבנן אמת ויציב דאורייתא מתיב רב יוסף (דברים ו ז) °ובשכבך ובקומך אמר ליה אביי ההוא בדברי תורה כתיב

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:48 pm

· #63579
למעשה נעמט מען אבער אן אז שמע און והיה זענען א דאורייתא, ניין?

sunbar » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:49 pm

· #63581
איך ווייס נישט

משה געציל » מאנטאג פעברואר 4, 2013 3:44 pm

· #84596
היינט באגעגנט א אינטערעסאנטע הלכה וואס איך ווייס נישט וויפיל עס ווייסן דערפון, און עס קען זיין שטארק נוגע למעשה.
ווען איינער נעמט ארויס פירות פון חו"ל צו ארץ ישראל אויב עס איז נאכנישט געטון געווארן די מלאכות וואס איז קובע די פירות אויף מעשר זענען די פירות מחיוב בתו"מ מן התורה (שו"ע יו"ד סי' של"א סעיף י"ב), און אפילו מען האט שוין געטון די מלאכות וואס איז איר קובע אויף מעשר אין חו"ל איז מען נאך אלטס מחיוב צו מעשר'ן די פירות מדרבנן (ש"ך שם סק"ב).
די שאלה קען זיך מאכן גאנץ אפט ווען איינער ברענגט אריין פירות פון אמעריקא קיין ארץ ישראל און עס פאלט אים נישט ביי אז מען דארף דאס מעשר'ן. (אפשר וועגען דעם לאזען זיי עס נישט דורך די גרענעץ...)