☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מב"ד בעט הילף פאר סיגעיט

מב"ד בעט הילף פאר סיגעיט

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2285

ידען » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 9:22 am

· #58624
מב"ד בעט הילף פאר סיגעיט
סיגעיט איז אמאל געווען א שיינע שטאט, און איז ממש חרוב געווארען יעצט פון האריקעין סענדי.

מרדכי בן דוד פירט ענק ארום אין די צושאסענע גאסן און ווייזט די גראונד זירא, און בעט הילף.

ידען » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 9:33 am

· #58625
פארוואס מאך איך א עקסטערע אשכול?

1 סעלעבריטיס גייען יעצט ארויס קומען אין גרויסען.

2 סיגעט מעג האבען א עקסטערע אשכול

3 מרדכי דערציילט די מופת אז די וואסער איז נישט אנגעקומען העכער די בילדער פון די רביס

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 10:18 am

· #58631
פארוואס האט ער נישט געלייגט די בילדער ביים בארטן פון ים? וואלט גאנץ סיגוט אפגעשוינט געווארן

איחוד פעלד » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 10:23 am

· #58632
שטעל זיך פאר דער בילד פין ר' שעיאלע קערעסטירער העלפט אויך נאר אז די מייז זאלען קומען ביזען בילד....

פיקציע » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 11:05 am

· #58641
וועלכע רבי זעט מען אויף די בילד וועלכע איז יא געפאלן אונטער די וואסער-ליניע ביי 0:53 ?

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 11:06 am

· #58643
מסתם הרב קוק

ידען » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 12:43 pm

· #58668
איך גיי אויך לייגען געלט.

לאמיר זעהן אויב קאווע שטיבעל קען אריינברענגען עט ליעסט 1000 דאלער.

צו ווייניג?

קליגער איד » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 1:05 pm

· #58680
[ציטאט אראפגענומען]

ד י זכות וועט דיר אוואדאי ביישטיין

וחלופיהן » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 3:27 pm

· #58720
צענדליקע טויזנטער מענטשן האבן נישט א דאך איבערן קאפ און מיר דארפן קלאגן אויף מב"דס רעקארדינג סטיודיו. ממש חבל על דאבדין.

zurich » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 5:58 pm

· #58778
זר זהב
פארוואס האט ער נישט געלייגט די בילדער ביים בארטן פון ים? וואלט גאנץ סיגוט אפגעשוינט געווארן

ווען ער ווייסט ווען פארדעים?!

משולם שטיינפעלד » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 8:05 pm

· #58835
די זעלבע קושיא איז דא אויף די מקובלים וואס האבן געמאכט תיקונים ארום וויליאמסבורג. זיי האבן נישט געקענט צו פארן קיין סיגעיט מציל זיין אזויפיל ממון ישראל?

zurich » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 8:23 pm

· #58851
משולם שטיינפעלד
די זעלבע קושיא איז דא אויף די מקובלים וואס האבן געמאכט תיקונים ארום וויליאמסבורג. זיי האבן נישט געקענט צו פארן קיין סיגעיט מציל זיין אזויפיל ממון ישראל?

אלא מאי...

יעצט זעהט מען אז בילדער פון צדיקים איז יא עפעס ווערט!!

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 8:26 pm

· #58853
זייט ווען דארף מען געבן צדקה פאר א מיליאנער וואס האט פארלוירען 100 דאללער??????
ער איז א רחמנות, זיין הויז איז צובראכן, ער האט ברוך השם געלט פאר א האטעל וכדומה.
פארוואס דארף ער מיין געלט?

משולם שטיינפעלד » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 8:32 pm

· #58857
נישט יעדער אין סיגעיט האט געלט, ער איז פשוט דער וואס בעהט עס.

ידען » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 9:47 pm

· #58876
א סאך מענטשען פלעגען טאקע אמאל קויפען דירות אין סיגעיט פאר א זומער הויז, אבער היינט איז שוין לאנג נישט אזוי. א סאך ארעמע זענען דא דארט. מע דארף זיי העלפען. מבד וועט נישט נעמען קיין געלט מסתם.

קאפי עלענבויגען וואוינט אויך דארט, און וויינט אויף קול מבשר. ער איז א עושר?

שמואל הלוי » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 10:35 pm

· #58888
וואס טוט זיך מיט יוסי גרין? איך האף אז זיינע רעקארדירטע קאמביזאציעס איז נישט פארשוועמט געווארן.

הדד בן בדד » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 11:15 pm

· #58902
ידען
א סאך מענטשען פלעגען טאקע אמאל קויפען דירות אין סיגעיט פאר א זומער הויז, אבער היינט איז שוין לאנג נישט אזוי. א סאך ארעמע זענען דא דארט. מע דארף זיי העלפען. מבד וועט נישט נעמען קיין געלט מסתם.

קאפי עלענבויגען וואוינט אויך דארט, און וויינט אויף קול מבשר. ער איז א עושר?


קאפי עלנבויגען קען איך גוט, ער איז ווייט פון א עושר.

משולם שטיינפעלד » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 11:35 pm

· #58913
עס איז נישט יושר דא אויסצופראקן איינעמס פערזענליכע לעבן בלויז פארן וואוינען אין סיגעיט

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 11:54 pm

· #58915
כ'האב דאס זעלבע געטראכט.

הדד בן בדד » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 12:02 am

· #58917
איך האב אים חלילה נישט געמיינט אויס צופראקן, איך האב פשוט געוואלט אז מענטשן זאלן אים טרייען צו העלפן. ער איז א אמת'ער טייערער איד.

gehlungen » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 6:23 am

· #58941
הדד בן בדד
איך האב אים חלילה נישט געמיינט אויס צופראקן, איך האב פשוט געוואלט אז מענטשן זאלן אים טרייען צו העלפן. ער איז א אמת'ער טייערער איד.

The bottom line is DO NOT BRING UP NAMES !

קליגער איד » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 11:41 am

· #58973
איינער שיקט מיר יעצט אריין א טעקסט מעיסידש אז מען האט אים אינגעטראגן א בחור פון סיגעט און ער האט דאס אפגעזאגט. פרעג איך פארוואס האסטו עס אפגעזאגט ??? ענטפער מיר ער וויל נישט נעמען א בחור פון א צובראכענעם שטוב

מים חיים » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 2:29 pm

· #59025
די SGPD איז עפעס אן אפיציעלע אינסטיטושען?

אדער עס איז א בחינה פון BSSP?

סיגעיט האט עפעס אן אפיציעלע ערוויילטע פירערשאפט?

שעפטל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 4:05 pm

· #59050
אשריכם סאטמאר! הילף פאר סענדי געליטענע אין ראקעוועיס/סיגעיט
א מורא'דיגע קידוש ה' איז פארגעקומען -און אייגענטלעך גייט נאך אן- ווען תלמידי וחסידי סאטמאר האבן פריש ארויסגעוויזן זייער געטריישאפט צו אנדערע אידן און ס'האט געוויזן די איינגעבאקענקייט פון מידת החסד וואס רביה"ק דברי יואל זי"ע האט אנגעפלאנצן אין זיינע קינדער (תלמידים הנקראים בנים)

פאריגע וואך דאנערשטאג האט כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) געהערט די חורבן וואס די הוריקעין סענדי האט איבערגעלאזט אין געוויסע אידישע געגענטער ווי פאראקאוועי, בעיסוואטער און סיגעיט, ווי צום ווייטאג איז די פעדעראלע ארגענעזאציע "פימ"א" ניטאמאל אנגעקומען. האט זיך די רבי פארבינדן מיט אפאר געטרייע עסקני סאטמאר פון וויליאמסבורג און זיי געבעטן אז זיי זאלן פרובירן צו העלפן.

קודם האט זיך אנגעהויבן א עסן דרייוו, ווי עסקנים זענען ארומגעלאפן צו גראסערי'ס און בעקערייען און געבעטן מ'זאל מנדב זיין עסן פאר אחב"י הנתונים בצרה. ווי אויך האט מען צוזאמגעשטעלט געלט אז מ'זאל קענען קויפן פרישע און רייכע סאפערס פאר די אידן דארט.

מ'האט אראנדזשירט באסעס פון מוסדות סאטמאר וויליאמסבטרג וואס האבן געטראגן סענדוויטשעס און געהעריגע מיעלס. ווי אויך חלות, פיש, פלייש און אפילו קאמפאוט מיט מיני מעדנים לכבוד שב"ק. א גרויס חלק איז געקומען פון די סאטמארע בוטשער.

ווען די עסקנים זענען זענען אנגעקומען האבן זיי געזעהן די חורבן. צענדליגע הייזער אנגעפילט מיט איבער 6 פיס וואסער. תיכף האבן זיך די עסקנים אריינגעווארפן צו פארשאפן גרויסע פאמפס און דזשענערעיטארס צו קענען צוריקשטעלן די הייזער צו נארמאל ווי ווייט מעגליך.

די עסקנים -אנגעפירט דורך ר' יואל איצקאוויטש (וויליאמסבורג שומרים 50), ר' יואל לאנדא (מענדזשער אין מוסדות סאטמאר ב"פ), ר' יואל פריעדמאן, ר' יואל שפילמאן (מענעדזשער ת"ת סאטמאר וומב"ג - בנין לעוו)- האבן זיך אריינגעלייגט און געברענגט נאך אסאך עסקנים און שומרים מעמבערס און ארויסגעפאמפט די וואסער פון הויז נאך הויז ווי ווייט מעגליך, אינדערצייט אויפגעשטעלט א פלאץ ווי מ'האט סערווירט ווארימע נאכטמאלס און אויסגעטיילט קליידער (בעיקר פאר קינדער) אז זיי זאלן זיך האלטן ווארעם אין אזא קאלטע וועטער.

ווי איינער וואס איז דארט געווען האט מיר איבערגעגעבן האבן זיי ארויסגענומען די וואסער פון אריבער הונדערט הייזער און אפאר בתי מדרשים.

מוצ"ש זענען די עסקנים צוריקגעגאנגן און מ'ליידיגט נאך יעצט אויס דירות פון וואסער. אין די זעלבע צייט האט זיך דער שר העסקנים והשתדלנים הרב ארי' לייב גלאנץ אריינגעלייגט אז 'פימ"א' זאל דארט אנקומען און ארויסהעלפן מיט וואס מעגליך!!!

קוקט דא פאר בילדער

ווי אויך האט זיך נעכטן אנגעשלאסן -איינמאל אלעס איז שוין געווען מסודר אין קרית יואל- די עסקנים פון קרית יואל, מיט די חברה מצילי אש, אנגעפירט דורכ'ן טשיף ר' יצחק בערנאטה, און אינטער די פירערשאפט פון. פון ר' משה לייב וויטריאל, פאבליק סעיפטי דירעקטאר

קוקט דא פאר נאך בילדער


אשריכם עסקני סאטמאר! אשריכם אלע וואלאנטירס! נאר דער אייבישטער קען ענק באצאלן!

מים חיים » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 4:24 pm

· #59059
מענין לענין, פארציילט מיר היינט איינער, אז זיין שוויגער, א סיגעיט איינוואוינער, האט פאר נייגער גענומען א הילפס עסן פעקל פון רעד קראס.

אינעווייניג איז געלעגן צוויי קרעקערס מיט אן אינסטענט זופ מיקס. פיין און וואויל, אבער הייס וואסער מיט וואס צו מאכן די אינסטענט זופ איז נישט געווען פאר קיין רפואה....

שעפטל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 5:07 pm

· #59077
שמואל הלוי
וואס טוט זיך מיט יוסי גרין? איך האף אז זיינע רעקארדירטע קאמביזאציעס איז נישט פארשוועמט געווארן.

יוסי גרין שרייבט אויף זיין טוויטער

לעמיל » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 12:19 pm

· #59330
בילדער פון די באסעס וואס האבן גענומען זאכן פאר די אידן דארט.

נס קאווע » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 5:59 pm

· #59480
אין סיגעיט זענען זיי גאנץ אפיציעל אבער כ' מיין זיי טוען ווייניגער ווי BSSP אין אלגעמיין, פאר א ערנסטע זאך קומט אלס אריין די NYPD און איך מיין אז מ' צאהלט אריין עטליכע אלפים פאר זייער סעקיוריטי

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 6:18 pm

· #59485
קליגער איד
איינער שיקט מיר יעצט אריין א טעקסט מעיסידש אז מען האט אים אינגעטראגן א בחור פון סיגעט און ער האט דאס אפגעזאגט. פרעג איך פארוואס האסטו עס אפגעזאגט ??? ענטפער מיר ער וויל נישט נעמען א בחור פון א צובראכענעם שטוב

אמת'ע מעשה.
אבער נאך פאר די האריקען

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 8:16 pm

· #59526
סיגעיטע אידן דארפן הערן וואס א ליבעראלער זאגט וועגן דעם שטורעם

חכם מחוכם » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 2:03 am

· #59976
מים חיים
די SGPD איז עפעס אן אפיציעלע אינסטיטושען?

אדער עס איז א בחינה פון BSSP?

סיגעיט האט עפעס אן אפיציעלע ערוויילטע פירערשאפט?

סיגעיטער פאליציי זענען געהעריגע פאליציי, ד. ה. אז אויב איינער טוט זיי עפעס באקומט ער פונקט אזא הארבן שטראף ווי אנרירן א נארמאלער אפיסער, די חילוק איז מיט זיי אז זיי ארבעטן נישט אונטערן סטעיט נאר אינטער די גאווענמענט

פיקציע » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 1:32 pm

· #60073
אידעלעך קומען ארויס העלפען אין סיגעיט
📎 MBD.jpeg

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:43 pm

· #60319
ווער זיצט דא אין בעק? איז עס נישט בין לאדען? 😂 😂

ניו יארק » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:50 pm

· #60373
חכם מחוכם
מים חיים
די SGPD איז עפעס אן אפיציעלע אינסטיטושען?

אדער עס איז א בחינה פון BSSP?

סיגעיט האט עפעס אן אפיציעלע ערוויילטע פירערשאפט?

סיגעיטער פאליציי זענען געהעריגע פאליציי, ד. ה. אז אויב איינער טוט זיי עפעס באקומט ער פונקט אזא הארבן שטראף ווי אנרירן א נארמאלער אפיסער, די חילוק איז מיט זיי אז זיי ארבעטן נישט אונטערן סטעיט נאר אינטער די גאווענמענט

אזוי ווי אין רוזעוועלד איילענד, די פאליס דיפארטמענט איז נישט אונטער די סיטי, נאר אונטער די סטעיט. (אויב די באקומסט דארט א טיקעט קענסט דיר רעגן אויף גאווענער קאומא און נישט אויף מעיאר בלומבערג).

ידען » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:49 am

· #60916
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=gSgqjiz4tQg&feature=youtu.be">http://www.youtube.com/watch?v=gSgqjiz4 ... e=youtu.be</a>

מבד געט א אפדעיט

פיקציע » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:04 pm

· #61126
יוסי גרין איבער הוריקעין סענדי אין סיגעיט
בעקגראונד מוזיק איז די ניגון ענווים פון יוסי געזונגען דורך מב"ד