איך וויל אנהייבן פיינט האבן דעם גוי
77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2277
איך וויל אנהייבן פיינט האבן דעם גוי
קיהלע אידן ווילן אייביג זיין שיין צו דעם גוי, זיי ווילן זיי ווייזן אז איד איז נישט עפעס א צוריקגעשטאנענע נער. -- איך בין אויך פון די סארט. איך וויל נישט זיין אראפגעקוקט ביים גוי, נישט ווייל איך שעם זיך מיט מיין אידישקייט (קיהל), נאר ווייל איך בין אן אינטעליגענטער נארמאלער מענטש. וויליך נישט אז מיין בארד און פיאות זאל מיר אפזיגלען אלץ א צוריקגעשטאנענער וואס ווייסט נישט פון די וועלט צו זאגן.
און פונקט ווי איך האב א בויך דרייעניש ווען איך זעה א מוסילמענער מיט'ן גאנצן איסלאמיש'ן אנגעטועכטץ, און פיל איך אן אפשיי, אזוי קלער איך פיהלט דער גוי דאס זעלבע ווען ער זעהט מיר. און איך בין נישט מסכים דערצו! יא, קענסט זאגן אז איך האב מענטעל אישוס, ס'מעגליך.
ווען איך זעה א גרופע גויים לאכן מיר אין פנים אדער קוקן מיר אן מיט וואונדער ווילט זיך מיר צוגיין צו זיי און זיי זאגן איים סארי, איך בינישט פון די מיטל-אלטער, איך ווייס מער פון דיר יעדע נארישע פאליטיק פון אבאמא אדער ראמני, איך ווייס מער פון דיר וועגן מייקל דזשעקסאן, און איך וואטש מאוויס פונקט ווי דיר, איז וואס איז דאס געלעכטער? איך קען דאך אבער נישט צוגיין און רעדן אזוי אומגעלאדענט, איז וואס איז די עצה? די עצה איז אז איך גיי ווי ווייניגער ארויס אין פרעמדע פלעצער. איך וועל קיינמאל נישט פארן למשל חול המועד האלטן אין א פלאץ וואו מ'האט נאך קיינמאל נישט געזען א איד. ווייל איך וויל נישט ווערן דערנידערט "אומזוסט".
דאס מיינט נישט אז אין אונזער היימישער סיטי לאכט מען נישט פון דיר. דא פעיקען זיי עס. און כ'קען נישט צוקוקן וויאזוי 'עסקנים' וואס זענען פאניע בראטע מיט די גוישע באהערדע רעדן זיך איין אז זיי האבן אונז נישט פיינט במסתרים.
נעכטן שפעט ביינאכט ביניך געווען אין א גרויסן פאפולערן סופערמארקעט, ס'שוין געווען היבש ליידיג. יענער סטאר עמפלויד אסאך גויטע'לעך. ס'נישט געווען מער ארבעט, האבן זיך אפאר פון זיי פארזאמעלט ביי איין רעדזשיסטער. איך בין פונקט אריין פון א ווינקל און אדורך יענעם ראעדזשיסטער, זיי האבן מיר נישט געקענט זעהן קומען און וואס האב איך געהערט? איינער זאגט פאר די אנדערע those fuc** jews, און בום!!... זי האט מיר דערזעהן און זי איז שטיל געווארן, איך האב פארשטאנען אז זי האט זיך דערשראקן אבער איך האב נישט געקוקט און זיך געמאכט ווי איך האב נישט באמערקט. האט עס מיר נישט געטארט באדערן? ווייל איך בין פון דער עם הנבחר, און וואס ווייסט דען דער גוי? כ'טראכט צו מיר, באלד גיי איך באצאלן דארט און זי גייט מיר אזוי העפליך אויפנעמען און זאגן א 'גוט נייט' און איך ווי א נער וועל נאך צוריק שמייכלען. ווער באצאלט איר? נישט א איד? פארוואס האסטו פיינט א איד ווען א איד עמפלויט דיר?
איך מוז מסביר זיין פארוואס ס'באדערט מיר אזוי שטארק. פליז בעיר וויט מי. איך בין זייער זייער ווייט פון א "העיטער" איך האב נישט פיינט קיינעם בעיסט אויף זיין רעליגיע (אחוץ א מוסולמענער מיט'ן פולן גארב, וואס מאכט מיר פלעין זיך עקלען, איך האב אים אבער נישט פיינט אויב איז ער נישט קיין טעראריסט!) אדער אויף הויט קאליר, עטניסיטי, בעקגראונד עטס.
יענער גויטע האט מיט מיר גארנישט איינגעלייגט, זי איז א פארטריקאנער, א ברוינער. אויב זאל זי זיין אין א סכנה וואלט איך איר פרובירט צו ראטעווען. פארוואס האט זי מיר פיינט ווען איך האב ממש גארנישט קעגן איר?
ס'דא ביי אונדז אידן וואס האלטן אין איין אנרופן דעם אבאמא דער 'שווארצער', ס'ווייזט אויף גרויס טפשות. ביי מיר איז א ווייסער גארנישט קלוגער פון א שווארצן. איך בין נישט קיין ראסיסט און איך ווייס נישט וויזוי איינער קען זיין א ראסיסט, איי דזשאסט דאונט געט איט. איך האב גראדע זייער פערסאנעלי ליעב אבאמא.
כ'ווייס נישט ווי איך האלט דא. וואס מיר באדערט איז אז מ'האט מיר פיינט על לא דבר. און מיר באדערט נאך מער אז ס'דא אידן וואס פאלן פאר די פאלשע שמייכלען. ווען איך זאל ווען פיינט האבן יעדן איינעם וואס זעהט נישט אויס ווי מיר וואלט איך געהאט א בעסערן לעבן. דערפאר וואלט איך זייער שטארק געוואלט וואוינען אין א פלאץ וואו ס'נאר דא אידן. אדער זאל מיר איינער אויסלערנען וויאזוי ווערט מען א ראסיסט/Hater.
כ'האב צוגעלייגט איין שורה צום סוף
הלכה בידוע, "עשו שונא ליעקב".
קענסט גארנישט טון דערצו. נישט זיין אינטעליגענט, נישט זיך אויסקענען אין פאליטיק.
דער באשעפער האט עס געמאכט פאר אונזער טובה.
פריי זיך אז בפניך שמייכלען זיי און זאגן דיר "גוד נייט",
דאס איבריגע דארף דיר נישט אינטרעסירן.
און טיף אין הארצן, אויב זאלסטו באמת גלייבן אז דו שטייסט העכער פון זיי, וואלט דיר דאס נישט געבאדערט.
איך רעד צו מיר אליין אויך, איך האב אויך אסאך מאל די זעלבע אישוס,
און דעריבער וועל איך נישט גיין מיט מיין שטריימל אין א גוי'איש געשעפט אדער אפילו אין שפיטאל,
אבער מען איז זיך מחזק אז מיר זענען די עם סגולה, און בשבילנו נברא העולם, זיי זענען נאר דא אונז צו באדינען...
שמעקעדיג. ס'דא גוים וואס האבן אבסעלוטלי נישט פיינט א איד!!! און איך קען דיר דאס גאראנטירן אויף 1000%. און איך קען אפאר פון יענע.
דאס וואס דו זאגסט אז איך זאל מיר פרייען אז זי שמייכלט צומיר... כ'בעטיר! האסט נישט ארויס מיין פוינט. הלוואי ווען זי לאכט נישט און זאגט מיר נישט א גוטע נאכט! אויב האסטע פריער געזאגט fuc** jews זיי עט ליעסט האנעסט און שמייכל נישט און זאג מיר נישט גארנישט!
אין א לענגערען שמועס מיט אן אינטעליגענטן, פארשטענדליכן גוי אבער ליידער אויך אן אויסגעשפראכענעם אנטיסעמיט זענען מיר געקומען צו די מסקנא אז זיין שנאה קומט צוליב - זיין פערסעפשאן פון - אונזער גאווה. ער זאגט אז אידן גייען ארום מיט א רוח פון "איך פארשטיי אלעס, איך פארשטיי בעסער ווי דיר, איך ווייס אלעס, איך ווייס מער פון דיר, ס'קומט זיך מיר אלעס, אפילו מער פון דיר, איך בין פון דעם אויסדערוועלטן פאלק, דו ביזט נישט, איך בין הויך-קלאסיש אפילו אויב איך בין אן ארימאן, מיין פאלק איז די קלוגסטע פון אלע פעלקער, אונז באקומען די מערסטע נאבעל פרייזן" און אזוי ווייטער און ווייטער. ער זאגט אז אידן קענען נישט פטור ווערן פון דעם אימעדזש ווייל אלע אידן וועלכע זענען נישט אראגאנט האבן נישט אפיר מיט גויים און דערפאר בלייבט איינגעקריצט ביי זיי די אימעדזש פון אידישער אראגאנץ.
עס איז אמת. דער גוי זאגט נאר נאך וואס שטייט אין חז"ל, למה נקרא שמה "סיני", שמשם ירדה שנאה לעולם.
פון די מינוט וואס זיי האבן נישט געוואלט מקבל זיין די תורה און מיר האבן עס באקומען, איז אנטשטאנען א שנאה אז מיר זענען דער עם סגולה.
מיר קענען נישט, ווילן נישט, און וועלן נישט פטור ווערן פון דעם פלעק בעז"ה!
און יא, מיר זענען טאקע די קלוגסטע פאלק, מיט די העכסטע IQ און מערסטע אויסצייכענונגען, נאבעל פרייזן און דערגרייכונגען, איז וואס?
איך זאג נישט מען זאל יעצט גיין מיטן קאפ ארויף צום דאך און שטויסן דעם גוי, נוץ שכל, און הכנעה אין גלות, אבער יו געט מיי פוינט.
זר טייערער, איך קען אויך גויים וואס וועלן זיך הרג'ענען פאר א איד. ס'איז נישט קיין כלל, ס'פאראן חסידי אומות העולם.
איך אין דיינע שיך וואלט יא צוגעגאנגען צו זיי און געכאפט א שמועס. איך וואלט זיי געפרעגט פארוואס זיי זאגן עס.
זיי וואלטן געשפירט בעסער זיך אפצורעדן, און דו וואלסט זיי געקענט פארענטפערן, און אפשר מאכן א קידוש השם.
הציץ, הייסט עס וועגן דעם האבן עטליכע גויים געלאכט פון מיר ווען איך האב גענומען גאז אין גענעווא ניו יארק ווייל איינער וואס זעהט אויס ווי מיר האט געווינען דעם נאבעל פרייז? איך זעה אויס רייך צו מיין רעדזשיסטער גויטע ווען זי זעהט אז איך באצאל אלץ מיט פיי סאמעך?
ניין, דיין רעדזשיסטער גויטע זעט דיך ארויסקומען פונעם 2013 מאדעל SUV און באצאלען פאר פיצא מיט פוד-סטעמפס. זיי זענען נישט בלינד, מיר האבן אן עליטיסטישע עטיטוד.
וואס?? דו מיינסט אודאי מיין 1997 שעווי ווענטשור דזשאלאפי! יא, דאס האב איך!!
באט איי געט יור פוינט. אבער ס'נישט קיין טערעץ. מען האט נישט פיינט א גאנצע ראסע צוליב וואס א חלק ראסע טוט.
און די אלע העיטערס ווייסן נאר וואס זיי ווילן וויסן! ווייסן זיי אויך אז אונדז צאלן שכר לימוד אין די צייט וואס זי שיקט אין פובליק סקול? -- וויל זי באמת וויסן וויפיל א איד'ס לעבן קאסט אפ ווערסעס איר לעבן? ניין, זי וויל פיינט האבן.
אסאך מענטשן זענען נעבעך נישט באשאנקען געווארן מיט די פעאיגקייט צו פונאנדערשיידען צווישן אינדיווידואלען אין א גרויסע גרופע. דערפאר וועט דער גוי אלץ מאכן א גזירה-שווה פון איין איד צום צווייטן, און דער איד וועט אלץ מאכן א גזירה-שווה פון איין שווארצער צום צווייטן א.א.וו. אויב צען מענטשן פון א גרופע פון הונדערט מאכן אסאך גערודער, וועט זיך פאר א דרויסענדער דוכטן אז די גאנצע גרופע מאכט דעם גערודער. איר פערזענליך זענט א צדיק און ווען אלע אידן פירן זיך אויף ווי אייך וואלט משיח שוין דא געווען. איר זענט אבער נאר איין (שטילע) אינדיווידואל אין א גרויסע קהילה. איך האף אז איר פארשטייט וואס כ'מיין ארויסצוברענגן.
יא, איך פארשטיי.
שמעקעדיגאון דעריבער וועל איך נישט גיין מיט מיין שטריימל אין א גוי'איש געשעפט אדער אפילו אין שפיטאל,
אזוי אקוראט! און אויב טרעף איך זיך אין א גויעש פלאץ מיט אן אנדער איד אנגעטון מיט די שמונה בגדים, טראג איך זיך אפ ווי אומשנעלסן מ'זאל מיר
חלילה נישט אינדענטיפיצירן מיט אים.
עס איז דא צוויי ענינים, אדער מער.
איינס, זיי קענען טאקע פיינט האבען בדרך כלל אידען ווייל ... וואטעווער, (אונז האבען אויך פיינט שווארצע, זיי מודה).
צוויי, ווען א איד קומט אריין מיט שמונה בגדים איז דא א פחד פין אים, די זעלבע פחד וואס די וואלסט געהאט פין א גוי וואס גייט אנגעטוהן ווי א גלח. די קענסט זאגען איך גיי אזוי אנגעטוהן, אבער איך בין נארמאל, און דאס העלפט, אסאך מאהל גייט עס אוועק דורך רעדען נארמאל.
אמאהל איז אבער דא א שמונה בגדים'ניק, וואס קומט אריין, פראוועט שמירת עיניים, קוקט נישט אויף קיין פרויען, ווען יא קוקט עס אביסעל אויף די זייט, און בכלל רעדט ער נישט נארמאל מיט א פרוי, און אסאך מאהל מיט א זכר אויך, מאמבעלט, דאס גיט נאך צו צום פחד, און קיין גרויס אהבה קען ער שוין נישט געניסען.
ממילא ווען די קומסט אריין פראביר צו מאכען אן איידעלען פריינטליכער רושם, און רוב מאהל וועט עס געלונגען, און אז נישט, איז נישט.
איחוד פעלד
איינס, זיי קענען טאקע פיינט האבען בדרך כלל אידען ווייל ... וואטעווער, (אונז האבען אויך פיינט שווארצע, זיי מודה).
נישטא אויף וואס מודה צו זיין. איך האב נישט פיינט קיינעם, זאל ער זיין שווארץ אדער פינק.
איך האב אויך אזוי געזאגט. ביז איך האב באמערקט אז איך רעד אראפ צו זיי.
איך רעד צו זיי פונקט ווי צו א ווייסער
פרעג אמאהל א שווארצע וואס איז מיט דיר גענוג בידידות, אויב ער האלט אז די ביסט א ראסיסט, אויב וועט ער דיר מודה זיין, וועסטו וויסען אז די ביסט טאקע נישט.
מיר גייט נישט אן וואס ער האלט. איך זאג דיר וואס איך בין.
שוין, גיי דינג דיך מיט א מבין ווי א קאץ אויף הייווען.
האסט אמאהל געטראפען א ראסיסט וואס איז מודה אז ער איז א ראסיסט?
א זאק מיט תירוצים קען יעדער האבען.
וואלסט אמאהל געגאנגען אין מקוה מיט שווארצע גוי?
איך האב נישט קיין פראבלעים מודה צו זיין. ס'נישטא וואס. איך האב נישט פיינט אדער ליעב קיינעם בעיסט אן הויט קאליר. פיריאד!
אין קובץ הפעמון איז פארגעקומען גאר א באלערנדע וויכוח איבער די נושא. כדאי צו ליינען.
זיידעטשקעזר זהבכ'האב צוגעלייגט איין שורה צום סוף
אה, איך מיין אז די ערשטע אפשען איז בעסער. צו וואוינען נאר ווי ס'דא נאר אידן. סאו גיי וואוינען אין קרית יואל אדער טאהש אדער העלבראנץ.
אדער וויליאמסבורג.
ס'איז דא א ווערטל "וואו צוויי יודן איז דא דרייא מיינונגען" טשעק איט אוט. וויפיל פארטייען , למשל איז דא אין קרית יואל?
הציץ ונפגעאין א לענגערען שמועס מיט אן אינטעליגענטן, פארשטענדליכן גוי אבער ליידער אויך אן אויסגעשפראכענעם אנטיסעמיט זענען מיר געקומען צו די מסקנא אז זיין שנאה קומט צוליב - זיין פערסעפשאן פון - אונזער גאווה. ער זאגט אז אידן גייען ארום מיט א רוח פון "איך פארשטיי אלעס, איך פארשטיי בעסער ווי דיר, איך ווייס אלעס, איך ווייס מער פון דיר, ס'קומט זיך מיר אלעס, אפילו מער פון דיר, איך בין פון דעם אויסדערוועלטן פאלק, דו ביזט נישט, איך בין הויך-קלאסיש אפילו אויב איך בין אן ארימאן, מיין פאלק איז די קלוגסטע פון אלע פעלקער, אונז באקומען די מערסטע נאבעל פרייזן" און אזוי ווייטער און ווייטער. ער זאגט אז אידן קענען נישט פטור ווערן פון דעם אימעדזש ווייל אלע אידן וועלכע זענען נישט אראגאנט האבן נישט אפיר מיט גויים און דערפאר בלייבט איינגעקריצט ביי זיי די אימעדזש פון אידישער אראגאנץ.
דיין אפשאצונג (אויב דו גלייבסט די ווערטער פון'ם גוי מיט וועלכן דו האסט געפירט א דיאלאג.) איז נישט ריכטיג. איך גיי ענדערש מיט די פיהלינג פון
זר און די מסקנות פון
שמעקעדיג. די שנאה פון א גוי צו א איד איז נישט ראציאנאל/לאגיש. איך האב געהאט א פערזענליכע עקספיריענס. איך האב געארבעט אויף א קאנסטראקשן סייט אין מאנהעטן וואו איך בין געווען דער איינציגער איד. ס'איז איין טאג געווארן א מצב וואס וואלט געקענט ווערן קאטאסטראפיש דורך אן עלעקטריקל שארט וואס א גויאישער ארבייטער האט גורם געווען. איך האב ב"ה געראטעוועט דעם מצב. וואס אלע ארבעטער האבן מיר באדאנקט. ווילאנג בין איך געווען א "הערא"? פונקטליך איין טאג!דעם נעקסטן טאג האט א גוי (א ווייסער) מיר צוזאמגעשאלטן מיט אללע אידן.
הציץ ונפגעניין, דיין רעדזשיסטער גויטע זעט דיך ארויסקומען פונעם 2013 מאדעל SUV און באצאלען פאר פיצא מיט פוד-סטעמפס. זיי זענען נישט בלינד, מיר האבן אן עליטיסטישע עטיטוד.
יא. אמת אידן דארפן נוצן שכל און מקיים זיין דעם פסוק וואס יעקב אבינו האט געזאגט צו זיינע קינדער:
למה תתראו . אבער ווען זייערע טוען די זעלבע זאך איז עס אקעי?
זר זהבשמעקעדיגאון דעריבער וועל איך נישט גיין מיט מיין שטריימל אין א גוי'איש געשעפט אדער אפילו אין שפיטאל,
אזוי אקוראט! און אויב טרעף איך זיך אין א גויעש פלאץ מיט אן אנדער איד אנגעטון מיט די שמונה בגדים, טראג איך זיך אפ ווי אומשנעלסן מ'זאל מיר
חלילה נישט אינדענטיפיצירן מיט אים.
ניין. נאר דער איד דארף האבן שכל און נישט גיין אויף אויסגעשפראכענע גויאישע פלעצער מיט די שמונה בגדים. ס'איז א בפירושע גמרא "אם אין דעת הבדלה מנין"?
איחוד פעלדשוין, גיי דינג דיך מיט א מבין ווי א קאץ אויף הייווען.
האסט אמאהל געטראפען א ראסיסט וואס איז מודה אז ער איז א ראסיסט?
א זאק מיט תירוצים קען יעדער האבען.
וואלסט אמאהל געגאנגען אין מקוה מיט שווארצע גוי?
ס'איז נאכנישט פארגעקומען אזא מעשה זינט ששת ימי בראשית. ווען מ'וועט האלטן דארט וועלן מיר זיך זארגן דאן.
אין א סווימינג פול איז עס שכיח.
איך דענק אמאהל די גאנצע קאלאני איז געגאנגען אויף רעדער ווען א פרוי וואס האט געהאט א שווארצע משרת איז געגאנגען אין סווימינג פול, כאילו מען האט מורא געהאט אז זי וועט שווארץ מאכען דאס וואסער.
ווי האט דער ראפשיצער רב געזאגט, אז א גוי באגעגנט דיך און טוט דיר נישט גארנישט איז עס פשוט פאר פוילקייט
למעשה איך פארשטיי נישט די מענטשן וואס גייען נישט מיטן שטריימל אין שפיטאל צו אין געשעפטן (איך רעד פון די וואס זענען געווענליך יא מקפיד צו גיין מיט א היט/שטריימל), אמעריקא איז א פרי קאנטרי, און אויב מעג דער גוי גויטע גיין אנגעטון ווי א היפי, צו להבדיל דער מוסלמענער מיט זיין טורבאן, פארואס זאל איך נישט טארן גיין מיט מיין פעיר העט?
איינס ווייל די ביזט אן אולטרא ארטעדאקס יוד
צוויטנס די גייסט פינקט אזוי פיינט האבן אן אראבער וואס גייט אנגיטון מיטא טורבאן
כ׳בין פרייאיינס ווייל די ביזט אן אולטרא ארטעדאקס יוד
צוויטנס די גייסט פינקט אזוי פיינט האבן אן אראבער וואס גייט אנגיטון מיטא טורבאן
איך פערזענליך האב בכלל נישט פיינט קיין אראבער, ער איז דאך מיין קאזין, איך ציטער נאר פון אים, אבער פיינט האבן צו וואס?
איך וועל מער פיינט האבן די פוילישע גויטע וואס אירע עלטערן האבן אויסגע'הרג'ט מיינע זיידעס הי"ד
שרייבערווי האט דער ראפשיצער רב געזאגט, אז א גוי באגעגנט דיך און טוט דיר נישט גארנישט איז עס פשוט פאר פוילקייט
למעשה איך פארשטיי נישט די מענטשן וואס גייען נישט מיטן שטריימל אין שפיטאל צו אין געשעפטן (איך רעד פון די וואס זענען געווענליך יא מקפיד צו גיין מיט א היט/שטריימל), אמעריקא איז א פרי קאנטרי, און אויב מעג דער גוי גויטע גיין אנגעטון ווי א היפי, צו להבדיל דער מוסלמענער מיט זיין טורבאן, פארואס זאל איך נישט טארן גיין מיט מיין פעיר העט?
איך קען נישט צושרייבן וכן אני נוהג... אבער איך גיב נישט קיין דעם פאר דעם (און אויך נישט פאר דעם איד...), נאר איך גיי אנגעטון וויאזוי מיר שמעקט, אזוי לאנג ווי 'איך' האלט אז דאס איז נארמאל.
איך מעג גיין מיט א בארד פונקט ווי דעם היפי, און מיינע שמונה בגדים זענען נאך אזוי מיאוס ווי די ווילדע יאפיס פארלאטעטע סטייליש אנטואכטס.
אויב דער גוי האט אונז פיינט וועלן אונזערע בגדים 'בכלל' נישט אויסמאכן.
שרייבערלמעשה איך פארשטיי נישט די מענטשן וואס גייען נישט מיטן שטריימל אין שפיטאל צו אין געשעפטן (איך רעד פון די וואס זענען געווענליך יא מקפיד צו גיין מיט א היט/שטריימל), אמעריקא איז א פרי קאנטרי, און אויב מעג דער גוי גויטע גיין אנגעטון ווי א היפי, צו להבדיל דער מוסלמענער מיט זיין טורבאן, פארואס זאל איך נישט טארן גיין מיט מיין פעיר העט?
אודאי "מעגסטו" גיין.
איך זוך פשוט נישט צו זיין דיפערענט און ארויסרופן בייז-וואונדער.
דער גאנצער ענין פון גיין מיט א אידישן לבוש איז כדי אונז אפצושיידן פון די גויים און זיך שפירן אומבאקוועם אריינצוגיין צו א גוי'איש פלאץ.
אבער אז איך דארף שוין ממילא אריינגיין, איז נישטא קיין שום ענין אויסצוקוקן דיפערענט ווי די קראוד.
דער היפי גייט טאקע אנגעטון ווי א היפי, אבער יעדער נארמאלער קוקט אים אן ווי א.......
און איך דארף נישט דער גוי זאל מיר אזוי אנקוקן.
נישטא קיין שום פוינט דערין.
ס'נאריש צו טראכטן אז איינער פון די גויים "רעספעקטירט דאס".
כ׳בין פרייאיינס ווייל די ביזט אן אולטרא ארטעדאקס יוד
צוויטנס די גייסט פינקט אזוי פיינט האבן אן אראבער וואס גייט אנגיטון מיטא טורבאן
דאס איז דאך וואס איך שריי. איך פיל אן עקל ווען איך זעה א מוסילמענער מיט די שמונה בגדים. וויל איך נישט פארעקלען דעם אמעריקאנעם גוי מיט מיינע שמונה.
הערה. איך האב זיי נישט פיינט, נאר אן אפשיי.
כ'מיין זאלסט טוישן דיין קעפל צו "איך וויל פילן אן אפשיי צום גוי".
יידלכ'מיין זאלסט טוישן דיין קעפל צו "איך וויל פילן אן אפשיי צום גוי".
פארוואס? דער גויטע אין יענעם געשעפט האט מיר פיינט, און איך וויל איר אויך פיינט האבן טו בי איווען.
זר זהביידלכ'מיין זאלסט טוישן דיין קעפל צו "איך וויל פילן אן אפשיי צום גוי".
פארוואס? דער גויטע אין יענעם געשעפט האט מיר פיינט, און איך וויל איר אויך פיינט האבן טו בי איווען.
זיי האבן דיר נישט פיינט, זיי האבן אפשיי צו דיר. פרעג זיי, זיי וועלן דיר אליין זאגן.
איי דאונט ביי איט. מרעדט נישט אזוי ווען מ'האט 'אפשיי'
ביי איר איז ניבול פה נישט קיין עסק, וואס איז אלזא שייך די טענה פון "מ'רעדט נישט אזוי"? זי נוצט דעם זעלבן שפרעך-ווארט ווען זי רעדט פון איר טאטן, איר חבר'טע און איר באסס.
איך זאג אויך אסאך מאל יענע ווארט, כאבעס נאך קיינמאל נישט גענוצט ווען כאגערעדט פון מוסילמענער. א ווינדער.
איי דיסאגרי וויט יו, פיריאד.
איבער גיין מיט דעם שטריימל צווישן גויים, זעה דא:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/31740">viewtopic.php?p=31740#p31740</a><!-- l -->
שרייבערכ׳בין פרייאיינס ווייל די ביזט אן אולטרא ארטעדאקס יוד
צוויטנס די גייסט פינקט אזוי פיינט האבן אן אראבער וואס גייט אנגיטון מיטא טורבאן
איך פערזענליך האב בכלל נישט פיינט קיין אראבער, ער איז דאך מיין קאזין, איך ציטער נאר פון אים, אבער פיינט האבן צו וואס?
איך וועל מער פיינט האבן די פוילישע גויטע וואס אירע עלטערן האבן אויסגע'הרג'ט מיינע זיידעס הי"ד
איך וואונטש זיי ביידע זאללן גיין דארט וואו זיי בעלאנגען. אין גיהינום. רעד דיר נישט איין פאר איין רגע אז דער אראבער האט דיך מער ליב און ווינטשן דיר עפעס בעסערס ווי דער פוילישער גוי אדער גוי'טע.
זר זהבהערה. איך האב זיי נישט פיינט, נאר אן אפשיי.
איך מאך נישט דעם דקות'דיגן חילוק.ווען איך האב אפשיי אדער עקל פון די אויבנדערמאנטע גרופעס איז וועגן זייערע מעשים רעים און כפיית טובה.
א איד האט פיינט א גוי! אין א גוי האט פיינט א איד! א ווייסע האט פיינט א שווארצע! א שווארצע האט פיינט א ווייסע! א מסילמנער האט פיינט א קריסט אין א איד! אין א איד אין א קריסט האבן אים פיינט א פאקט קען מען נישט טוישן
איך בין עס א פאקט קען מען נישט טוישן
א פאקט קען מען אויך נישט זעלבסט באשאפן.
ביסט גערעכט! סוי וואס האלסטו? אז א איד האט ליב א גוי? אדער א גוי האט ליב איד? אדער א מוסלמענער האט ליב א יוד? נישט ווייל אין חדר לערנט מען אונז שוין אויס אז א גוי איז א רשע שוטה גנב גזלן רוצח, און ער איז א שטיק שמוץ, סוי אויב האסטו ליב אזעלכע זאכן געב איך אויף, און א גוי האט אונז פיינט עשו שונא ליעקב, איך רעד נישט דא פון מיר און דיר, ווייל איך האב נישט פיינט קיין גויים, נישט אז איך האב נישט פיינט קיין שום גוי, וואס איך מיין ארויסצוברעגען איז אז 80 פראצענט אידן האבן פיינט גויים און אזוי פארקערט, איך רעד נישט דא פון אונז, איך רעד דא פון פראצענטן.
זר זהבאיך בין זייער זייער ווייט פון א "העיטער" איך האב נישט פיינט קיינעם בעיסט אויף זיין רעליגיע (אחוץ א מוסולמענער מיט'ן פולן גארב, וואס מאכט מיר פלעין זיך עקלען, איך האב אים אבער נישט פיינט אויב איז ער נישט קיין טעראריסט!) אדער אויף הויט קאליר, עטניסיטי, בעקגראונד עטס.
יענער גויטע האט מיט מיר גארנישט איינגעלייגט, זי איז א פארטריקאנער, א ברוינער. אויב זאל זי זיין אין א סכנה וואלט איך איר פרובירט צו ראטעווען. פארוואס האט זי מיר פיינט ווען איך האב ממש גארנישט קעגן איר?
סארי, אבער כ'גלייב שווער אז דו האסט באמת גארנישט (תוכ-תוכית) קיין עקעל כלפי א שווארצער מער ווי א ווייסער.
berlbalagulehזר זהבשמעקעדיגאון דעריבער וועל איך נישט גיין מיט מיין שטריימל אין א גוי'איש געשעפט אדער אפילו אין שפיטאל,
אזוי אקוראט! און אויב טרעף איך זיך אין א גויעש פלאץ מיט אן אנדער איד אנגעטון מיט די שמונה בגדים, טראג איך זיך אפ ווי אומשנעלסן מ'זאל מיר
חלילה נישט אינדענטיפיצירן מיט אים.
ניין. נאר דער איד דארף האבן שכל און נישט גיין אויף אויסגעשפראכענע גויאישע פלעצער מיט די שמונה בגדים. ס'איז א בפירושע גמרא "אם אין דעת הבדלה מנין"?
וואס איז דער פראבלעם צו גיין מיט א וועסט און רעקל אין א גויאיש געשעפט? וואס איז דאס אזוי מיאוס?
וועסט און רעקל איז נאר שני בגדים.
ער רעדט פון שמונה בגדים.
אין אזא פאל זאגן חז"ל : ילבש שחורים ויתכסה שחורים, כדי מ'זאל אים נישט דעקענען.
אין דא הייבט זיך אן אן-אלטע דיבאטע.
11211 וועט טענה'נען, "שחורים" וואס חז"ל זאגן מיינט דווקא "שווארץ" (מיין שאלה איז נאר פארוואס "ויעשה מה שליבו חפץ" איז נישט ליטערלעטי לויט זיי)
אנדערע זאגן אבער אז חז"ל'ס כוונה מיינט: מ'זאל נישט אויסקוקען ווי איד.