☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #2275

אשכול אן א טיטל #2275

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2275

— » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 1:26 pm

· #58013

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 1:28 pm

· #58015
נאך אביסעלע און ער איז אינדרויסן. און פון דארט ביז פגירה וועט אויך נישט נעמען לאנג האפענטליך.

ידען » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 2:05 pm

· #58027
זר זהב
נאך אביסעלע און ער איז אינדרויסן. און פון דארט ביז פגירה וועט אויך נישט נעמען לאנג האפענטליך.

ביז ווען איז ער נאך מעיאר?

ידען » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 2:07 pm

· #58028
זייער גוט אראפגעלייגט אבער טענות קעמען נאר האבען אויף די אלע נארישע מענטשען וואס גייען וואטען און האבען געמאכט ער זאל זיין מעיאר.

און אויך אויף די מענטשען וואס וואטען בכלל נישט און נישט געוואט קעגען איהם.

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 2:07 pm

· #58029
אין סוף יארע '13 קומען פאר וואהלן

ידען » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 2:37 pm

· #58031
זר זהב
אין סוף יארע '13 קומען פאר וואהלן

זייער לאנג.

איבער א יאר מיט דעם רשע איז זייער זייער אסאך.

הציץ ונפגע » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 4:25 pm

· #58063
יא, און סוף יארע 13' וועלן אלע מויל-מאכערס שיינערהייט אראפצוען דעם שטעקעלע פאר מרת קריסטין קווין.

גוטזאגער » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 11:59 pm

· #58173
זר זהב
אין סוף יארע '13 קומען פאר וואהלן

😞 נו ביז דעמאלטס האט דאך בלומבערג גענוג צייט צו פארלענגערן זיין טורם לימיטס

דעינעש » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:24 am

· #58209
[ציטאט אראפגענומען]

לאור דברי אנאנים היוצאים ונכנסים אל הלב, איז די מאראטאן געקענסעלט. יישר כחכם.

הדד בן בדד » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:02 am

· #58249
גוטזאגער
זר זהב
אין סוף יארע '13 קומען פאר וואהלן

😞 נו ביז דעמאלטס האט דאך בלומבערג גענוג צייט צו פארלענגערן זיין טורם לימיטס


זיין טוירם לימיטס האט דער עקלהאפטיגער בריאה שוין לאנג צונישט געמאכט, אויך מיט א שוידערליך גרויליגן גאווה, נאר יעצט וועט ער שוין לכאורה נישט לויפן, ווייל ער ווייסט אז דאס מאל גייט ער פארלירן. און פארלירן אין גרויסן. דעריבער איז צום האפן אז ער וועט בקרוב זיין אינדרויסן. אבער א מפלה ערגעץ אינצווישן וואלט אויך גאר זיס געווען.

כ׳בין פריי » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:43 pm

· #58383
העריך אז דער בלומבערג ירה איז אן עלטערער בחור. נא סאו וואס ווילסטו פון אים און זיינע יארן איז נאך נישט געווען קיין ישיבה. איז ער פון די דראפ אוטס פון די שווארצע היטן......

קליגער איד » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:51 pm

· #58387
איך וואלט נישט געוואלט חתונה האבן מיט אזא איינעם ווי אים

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:55 pm

· #58394
איך פארשטיי,

אבער נישט יעדער לערנט תורה, אז מען זאל קענען זאגן וואו תורה דארט חכמה, בפרט פרויען טארן דאך נישט לערנען קיין תורה, ממילא זענען זיי נישט אזוי קלוג ווי דיר, און מען קען טרעפן אזעלכע פרויען וועלכע וואלטן יא חתונה געהאט מיט אים.

קליגער איד » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:57 pm

· #58396
שמקעדיג אוי שמעקסטו גוט....... זעסט דאך ער האט נאך נישט חתונה געהאט

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:00 pm

· #58398
יא יא, והמבין יבין.

קליגער איד » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:02 pm

· #58400
שמעקעדיג
יא יא, והמבין יבין.

מיינע רעביס פלעגן זאגן אביסל אנדערש והמכין יכין

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:38 pm

· #58523
קליגער איד
איך וואלט נישט געוואלט חתונה האבן מיט אזא איינעם ווי אים

הייסט עס, וואלסט נישט געוואלט חתונה האבן מיט א מאן? אדער מיט א ביליאנער?

sunbar » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:49 pm

· #58529
געפילטע פיש
קליגער איד
איך וואלט נישט געוואלט חתונה האבן מיט אזא איינעם ווי אים

הייסט עס, וואלסט נישט קעוואלט חתונה האבן מיט א מאן? אדער מיט א ביליאנער?


וואס איז שלעכט? ער איז שוין איבער די זיבעציג... וועסט עם קענען ירשנ'ן

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 10:35 pm

· #58578
כ׳בין פריי
העריך אז דער בלומבערג ירה איז אן עלטערער בחור. נא סאו וואס ווילסטו פון אים און זיינע יארן איז נאך נישט געווען קיין ישיבה. איז ער פון די דראפ אוטס פון די שווארצע היטן......

ר'איז נישט קיין בחור.נאר א גרוש. ער דאוונט מיט א טלית און שבת גייט ער א שטריימל. דאס איז אויב ער וואלט געדאוונט און געהאלטן שבת.ער איז בכלל א "קאנסערוואטיוו".נאר פאר די עלעקשאנס האט ער ארויסגענומען זיין אידישן נאמען. אזוי ווי דער אנדערער צדיק דער "אידישער " מעיאר יודל איציק, המכונה "עדווארד איי. קאטש".

קליינע רעבעלע » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 11:33 am

· #58647
איך זעה אז קיינער רעדט נישט פין דעם-
נעכטן האט זיך נאכאמאל דער פריץ פאר'חשבונ'ט, ער האט אנהייב טאג געזאגט אז דע אלטערנעיט סייט פארקינג איז אין עפעקט פאר היינט מאנטאג,
נאכדעם האט מען אים אנגעהויבן אראפרייסן, האט ער גלייך צוריק געשפרינגען אז עס איז דימיסט

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 1:33 pm

· #58689
אויב איז דאס אמת, איז דאס זיסער ווי א 16 אונץ גלעזל מיט פרוכט-פאנטש.

נולד מאוחר » זונטאג יוני 16, 2013 10:59 pm

· #125387

Big Boy » דינסטאג יוני 18, 2013 10:50 pm

· #126123
בלומבערג פרישע גזירה
.[/quote]

Where are all the idiots that voted for him and got the metzitzah bepeh ban as a bonus?

I'm back » דינסטאג יולי 30, 2013 2:19 pm

· #137284
און ווידעראמאל האט מעיאר בלומבערג געהאט א דורכפאל:

נאכן זאגן אז מיט דעם וואס א ריכטער האט געפסקנט אז די 'בען' אויף גרויסע קענס סאדע איז אומלעגאל, וועט ער ווייטער זיך שלאגן פאר דער געזעץ, האט היינט די סטעיט סופרים אפעלאט געריכט ווידער געפסקנט אז לעגאל קען מען נישט דורכפירן דער געזעץ.

שמו יגער » דינסטאג יולי 30, 2013 2:23 pm

· #137287
I'm back
און ווידעראמאל האט מעיאר בלומבערג געהאט א דורכפאל:

נאכן זאגן אז מיט דעם וואס א ריכטער האט געפסקנט אז די 'בען' אויף גרויסע קענס סאדע איז אומלעגאל, האט היינט די סטעיט סופרים אפעלאט געריכט ווידער געפסקנט אז לעגאל קען מען נישט דורכפירן דער געזעץ.

לאנג זאל לעבן די (דיקטאטור) קעניג!!! די רעדסט דיך איין אז ער הייבט יעצט די הענט? ער איז דאך אזוי באזארגט פאר די אביסיטי עפדעמיא לעטס סי זיין נעקסט סטעפ....

I'm back » דינסטאג יולי 30, 2013 2:30 pm

· #137289
יעצט וועט ער פרובירן אריינצוכאפן אין זיין לעצטע פאר חדשים.

ווארטס נאר אין 20 יאר ארום וועט די ווערעזאנא ברידזש הייסן נאך עם, און אונזערע קינדער/אייניקלעך (און @berlbalaguleh 'ס אור איינקלעך) וועלן נישט פארשטיין פארוואס די אלטע חברה שעלטן אזוי...

דייטל » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 2:52 am

· #161156
לעבנדיג אונטער בלומבערג האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין די גמרא אז כל ימיו של אותו רשע לא נמצא שחוק בפה כל בריה.

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:38 am

· #161164
האט איימיצער געהערט פון א פלאן אז דער בלומבערג פלאנירט צו בויען עפעס א אויסערגעווענליכע גוטע שפיטאל? איך זאג עס מפי השמועה.

פאריז » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 10:10 am

· #161173
עפעס ספציעיל פאר די סאטמערע?

alex man » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 7:42 pm

· #161916
ענדליך

טיטאניק » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 6:22 pm

· #172121
ברוך שפטרנו מהרשע הזה
אויף עם איז מקויים געווארען "מהרסייך ומחריבייך ממך יצאו"
זאל ער תשובה טיען אינאיינעם מיט ביבי און פרס

גראדע כאפ איך נישט די תירוץ, פארוואס מיט די ציונים צי לעבען גיט איז אסור ווייל עס איז התחברות ברשעים, און דא מיט דער פרייער איד בלומבערג איז עס מותר?
א אלטע קושיא
אבער אין אונזער סיסטעם פון "דור עיקש" איז אסור להרהר אחריהם, ווייל עס קען שאדען אויפען פלאץ! מען עסט זיך אזוי אויף אז עס גייט אריין בגדר קניבעל

פיש כאפער » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:20 pm

· #172180
יא רשע נישט רשע, בלומבערג איז געווען א געוואלדיגער מעיאר וואס האט געטוישט צום גוטן דעם שטאט׳ס דעמאגראפיע אויף אן אומבאשרייבליכן פארנעם. ער האט געהויבן דעם לעבנס סטאנדארד אין שטאט, און מען קען רואיגערהייט שפאצירן אין כמעט יעדע געגנט אינעם סיטי (שריי נישט ׳זשוליאני!׳, ווארט א פאר יאר אונטער BDB וועסטו זעען ווי שווער צו אנהאלטן רואיגקייט). איך האלט אויך אז ער איז א רשע, אבער סוכ״ס האט זיך זיין 12 יאר אלץ מעיאר פיין אויסגעצאלט.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:22 pm

· #172182
נו זיכער דו שווימסט דיר ארום אין דיין שיף כאפן פיש (אוועטיר) איינער וואס האט א קאר רעדט נישט אזוי

פיש כאפער » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:35 pm

· #172189
רוב ניו יארק׳ערס פירן נישט אן אויטא. מען דארף זיך רעכענען מיט זיי ווי אויך מיט די בייקערס