☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » סעודת הודאה כ"א כסלו ע"י צד מהר"א אין וויליאמסבורג ארמארי

סעודת הודאה כ"א כסלו ע"י צד מהר"א אין וויליאמסבורג ארמארי

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2263
בלאט: 1 2

היסטאריקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:38 pm

· #57677
סעודת הודאה כ"א כסלו ע"י צד מהר"א אין וויליאמסבורג ארמארי
דער בלאט די וואך מעלדט אז די סעודת הודאה כ"א כסלו דורך צד מהר"א וועט פארקומען אין וויליאמסבורג ארמארי א"ה אזוי ווי דער אפמאך איז געווען פאריאר.

איך האף אז די רעדאקציע פון דער איד וועט ערלויבן פאר די בלאט אריינלייגן די ספעציעלע ביילאגע מיט די גוי'אישע היסטאריע פון די ארמארי און להבדיל די שייכות פן סאטמאר דערמיט.

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:40 pm

· #57681
פאוואס אריינשלעפן קר"י אידן פאר אזא מינדערוויכטיגע חגיגה?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:43 pm

· #57682
אויף וואס איז די סעודת הודאה?

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:44 pm

· #57684
קאווע טרינקער
אויף וואס איז די סעודת הודאה?

אויף די מיליאנען 'נישט סאטמארע' וואס זענען אומגעקומען אין די מלחמה

קליגער איד » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:48 pm

· #57685
איך האלט אז מען טוט א נארישקייט אז מען נעמט די ארמערי אין ווילי די פלאץ ווי די ארוינים האבן געמאכט פאריאר איז אסאך גרעסער

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:54 pm

· #57686
קליגער איד
איך האלט אז מען טוט א נארישקייט אז מען נעמט די ארמערי אין ווילי די פלאץ ווי די ארוינים האבן געמאכט פאריאר איז אסאך גרעסער

דו האסט נישט קיין געפיל פאר מקום שרקדו בו אבותי?

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:55 pm

· #57687
זר זהב
פאוואס אריינשלעפן קר"י אידן פאר אזא מינדערוויכטיגע חגיגה?


זיי ווילן זיך מיטפרייען מיט די 10/15 ארונים וואס וויאנען אין וויליאמסבורג

היסטאריקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:55 pm

· #57689
זר זהב
פאוואס אריינשלעפן קר"י אידן פאר אזא מינדערוויכטיגע חגיגה?



פראצענטועל קומען נאך אריין אזויפיל מענטשן פון קר״י צו מהרז״ל

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 2:59 pm

· #57693
היסטאריקער
זר זהב
פאוואס אריינשלעפן קר"י אידן פאר אזא מינדערוויכטיגע חגיגה?



פראצענטועל קומען נאך אריין אזויפיל מענטשן פון קר״י צו מהרז״ל

מיינס ער ווייסט נישט די אלע זאכען?

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 3:24 pm

· #57700
זר זהב
קאווע טרינקער
אויף וואס איז די סעודת הודאה?

אויף די מיליאנען 'נישט סאטמארע' וואס זענען אומגעקומען אין די מלחמה

סארי אבער די תגובה איז נישט אין פלאץ.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 3:34 pm

· #57702
כ'מיין ס'איז שוין צייט צו רופן דעם יערליכען כינוס אלץ א "דינער".

היסטאריקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 3:44 pm

· #57705
ווי מאכט צד מהרז״ל?

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 3:44 pm

· #57706
קאווע טרינקער
כ'מיין ס'איז שוין צייט צו רופן דעם יערליכען כינוס אלץ א "דינער".

מ'רופט עס טאקע אויך אזוי

קליגער איד » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 3:50 pm

· #57713
היסטאריקער
ווי מאכט צד מהרז״ל?

דארט ווי די ארונים האבן פאריאר געמאכט

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 3:53 pm

· #57714
היסטאריקער
ווי מאכט צד מהרז״ל?

מסתמה אין קראון הייטס ווי צד מהר"א האט פאריאר געמאכט (אזוי איז געווען די אפמאך)

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 5:54 pm

· #57750
איך האב הנאה אז די אפמאך ארבעט זיך אויס.
דאס גיט האפענונג אז מ'וועט זיך בעז"ה מער פארגלייכן מיט די צייט.
האפענטליך נאך אביסל וועט יעדער מיד ווערן פון די מחלוקת וואס פירט אין ערגעץ און ברענגט נישט קיין נוצן אדער הנאה פאר קיינעם (חוץ אפאר שרייבערלעך), און מ'וועט פראווען א מסיבת "שלום ושלוה" אין די נייע ראס סט. שול.

אקעי, איך מוז גיין, מיין וועקער זייגער קלינגט

(איינער וויל מיר פותר חלום זיין?)

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 6:42 pm

· #57770
איך אויך
זר זהב
קאווע טרינקער
אויף וואס איז די סעודת הודאה?

אויף די מיליאנען 'נישט סאטמארע' וואס זענען אומגעקומען אין די מלחמה

סארי אבער די תגובה איז נישט אין פלאץ.

ס'איז אזוי אין פלאץ ווי דער פראגע.

שרייבער » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 12:42 pm

· #57989
זר זהב
פאוואס אריינשלעפן קר"י אידן פאר אזא מינדערוויכטיגע חגיגה?

ווער שלעפ אריין קרית יואל'ע אידן? איך למשל גיי נישט, ס'איז בעיקר געמאכט פאר וויליאמסבורגער סאטמארע אידן וואס קערן זיך אן צו קהל יטב לב בנשיאות מהר"א, ס'איז דא קרית יואלע אידן וואס ווילן מיטהאלטן דעם סעודת הודאה אין וויליאמסבורג, נו פארוואס נישט, זאל מען זאגן אז זיי טארן נישט קומען

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 12:47 pm

· #57995
רוב חסידי מהר"א פון קר"י בלייבן אין קר"י?

גאלד » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 12:57 pm

· #57998
איך זאג פארקערט, אז מ'שלעפט זיי שוין יא ארויס אזוי ווייט זאל מען זיי כאטש טריטן,

היסטאריקער » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 1:42 pm

· #58023
זר זהב
איך אויך
זר זהב
קאווע טרינקער
אויף וואס איז די סעודת הודאה?

אויף די מיליאנען 'נישט סאטמארע' וואס זענען אומגעקומען אין די מלחמה

סארי אבער די תגובה איז נישט אין פלאץ.

ס'איז אזוי אין פלאץ ווי דער פראגע.


ביסט נישט גערעכט

ומודה ועוזב ירוחם

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 1:48 pm

· #58025
דאס איז ''דיין'' אפיניאן. איי בעג טו דיפפער.

טעפל » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:45 am

· #60227
די סאטמערע רב ז"ל האט געמאכט די סעודת הודאה אלע יארען נאר אין די ארמארי????

אוהב ספרים » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:32 pm

· #60290
די האסט שוין פארגעסען פראטט אינסיטוט
סט' דזארדזש האטעל

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:35 pm

· #60292
ער מיינט צו פרעגן בנוגע פארן קריג. נאך אינדערהיים

שמעון בן ינקב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:37 pm

· #60427
היסטאריקער
ווי מאכט צד מהרז״ל?

נישט א חילוק ווי ער מאכט עס סיווי לייגטער א ריוף א ‏3d סיין אין סקוקוט איוס די גרעסטע זאל אין ניו יורק

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:40 pm

· #60428
שמעון בן ינקב
היסטאריקער
ווי מאכט צד מהרז״ל?

נישט א חילוק ווי ער מאכט עס סיווי לייגטער א ריוף א ‏3d סיין אין סקוקוט איוס די גרעסטע זאל אין ניו יורק

איך מיינד נישט אז דו ביזט אן ארויני. נאר ביטע ספעלל נארמאל אדער שרייב אינגאנצן נישט.

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:32 am

· #60642
טעפל
די סאטמערע רב ז"ל האט געמאכט די סעודת הודאה אלע יארען נאר אין די ארמארי????

ניין אבער ס'איז די באקוועמסטע פלאץ צו האבן

נס קאווע » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:44 pm

· #60792
פארן קריג פלעגט עס זיין אין 500 בעדפארד..., אידן וואס געדענקן גיבן איבער אז דארט זענען געווען מער ווי ביידע ארמארי'ס האבן פלאץ

היסטאריקער » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:20 pm

· #61753
יעצט באקומן א מעסעדזש פון צד מהרז״ל אז זיי מאכן די סעודת הודאה אין די קראון הייטס ארמארי ווי צד מהר״א האט פאריאר געמאכט, אזוי ווי די ארגענילע אפמאך איז געווען

מ גפני » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:50 pm

· #61824
פארוואס נישט אין נעווי יארד?

היסטאריקער » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 4:09 pm

· #61826
געהערט אז עס איז חרוב געווארן ביי די האריקען

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 4:22 pm

· #61830
היסטאריקער
געהערט אז עס איז חרוב געווארן ביי די האריקען

ס'נישט חרוב
עס ברענגט פשוט נישט קיין שום מאמענטום נאכדעם וואס דער עולם האט געזעהן ביי חתונה ווי 'גיגאנטיש' די נעווי פלאזא איז..

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 4:24 pm

· #61831
ווער געדענקט נאך ווען מ'האט פאריאר געזאגט פאר א זאלי אז נעקסטע יאר כ''א כסליו וועט זיין פארקערט
ווי ער האט געלאכט...

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:40 pm

· #61851
קלאר
היסטאריקער
געהערט אז עס איז חרוב געווארן ביי די האריקען

ס'נישט חרוב

וואס הייסט ס'איז נישט חרוב?
ס'איז געווען דארטן ארום 10 פוס וואסער!
ביטע זיך האלטן צום אמת.

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:45 pm

· #61853
שמעקעדיג
קלאר
היסטאריקער
געהערט אז עס איז חרוב געווארן ביי די האריקען

ס'נישט חרוב

וואס הייסט ס'איז נישט חרוב?
ס'איז געווען דארטן ארום 10 פוס וואסער!
ביטע זיך האלטן צום אמת.


שוין לאנג נישט דארט קיין וואסער, כמעט אלע ווערהאוזעס זענען שוין אפען
ביטע זיך האלטן צום אמת.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:50 pm

· #61857
אבער בשעת מען האט געמאכט די פלענער איז עס געווען חרוב.

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:59 pm

· #61870
קלאר
ווער געדענקט נאך ווען מ'האט פאריאר געזאגט פאר א זאלי אז נעקסטע יאר כ''א כסליו וועט זיין פארקערט
ווי ער האט געלאכט...

און זיי האבן זיך נאך אינטערגעשמייכעלט אז נעקסטע יאר גייט שוין זיין דירות אין די וויליאמסבורג'ע...

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:00 pm

· #61871
שמעקעדיג
אבער בשעת מען האט געמאכט די פלענער איז עס געווען חרוב.

מ'האט דאך היינט הערשט ענגילטיג אפמעגעמאכט ווי מען גייט...

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:34 pm

· #61895
ווען איר זאלט וויסן וויפיל האפענונג עס איז געווען צו מאכען אינעם נייעם ביהמ''ד
וועט איר פארשטיין פארוואס עס האט טאקע גענומען ביז יעצט צו מעלדן

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:38 pm

· #61900
אויב אזוי צי איך צוריק.

signout » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:16 pm

· #65972
עס איז מיר אינטערסאנט כ'זעה אז די זאליס גייען ברענגן היי יאר ר' פנחס ברויער פין ארץ ישראל אלס זייער נואם הכבוד, דאס מיינט אז עס גייט זיך איבער חזר'ן די פאשקעווילן אזווי ביי הערץ פרענקל? אין וואס איז טאקע פשט ווען ער איז געווען רב אין די אגודת ישראל שוהל אין פלעטבוש האט מען קיינמאל נישט גערופן רעדן אין וויליאמסבורג אין ווען ער מופט אין ארץ ישראל רופט מען אים אויף ווילימאסבורג/קראון הייטס?

היסטאריקער » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:31 pm

· #65982
זיין ישיבה אין אר״י נעמט געלט פון די מדינה?

ער מוז זיין א גרויסער קנאי, ווער דען איז עולה קיין אר״י וואוינען?

signout » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:10 pm

· #66012
אויף די מודעה גייט מען נישט שרייבען אז ער איז געווען רב אין -אגודת ישראל- בית בנימין נאר פלעין ביהמ''ד בית בנימין אזווי מ'האט געטוהן ווען מען האט גערופן עהרנטרוי פין אנטרווערפן האט מען אויך נישט געשריבן זיין ביהמ''ד נאמען 'אגודת ישראל',

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:16 pm

· #66013
די שטר הסכם
📎 הסכם.jpg

הדד בן בדד » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:06 pm

· #66087
איך פארשטיי טאקע נישט, און אפשר קען עס איינער טאקע מסביר זיין. א שטיק צייט צוריק בין איך אריבער געפארן דעם וויליאמסבורגער ארמארי, און איך זעה אז מען בויעט דארט פעסט, מען האט אריינגעבויעט אין דעם גרויסן זאל, מעכטיגע שטאלענע ביעמס, און איך האב געפרעגט איינעם פון די ארבעטערס אויב דאס איז א פערמאנענטע זאך אדער עפעס א צייטווייליגע געבוי, און ער האט מיר געזאגט אז עס איז פערמאנענט. וואס איז דאס טאקע, מען האט דארט געבויעט, נישט געבויעט, געבויעט און צונומען? וואס גייט דא פאר?

signout » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 10:13 am

· #67111
עס קוקט נישט אויס ווי מען האט אריינגעלייגט שטאלענע ביעמס, די זאל איז געהעריג אויסגעשטעלט

ניו יארק » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 10:41 am

· #67120
די אויבן אן זיייט
📎 IMG-20121203-WA0004.jpg
די זייט וואס מען קומט אריין
📎 IMG-20121203-WA0005.jpg

signout » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 1:14 pm

· #67195
סענדז סטריט פין תשל''ד האבען געפנט א טוויטער אקאונט

signout » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 1:24 pm

· #67543
אהרונים
📎 יום-ההצלה-בסאטמאר-תשעג-47-470x293.jpg
בלאט: 1 2