☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וואס כ'וואלט נישט געוואלט וויסן

זאכן וואס כ'וואלט נישט געוואלט וויסן

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2256

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:17 pm

· #57444
זאכן וואס כ'וואלט נישט געוואלט וויסן
איינע פון די סיבות, און אפשר גאר די עיקר ריזען אז מ'האט אזעלכע גוטע צייטן אין די איגענט יארן איז ווייל מ'ווייסט ווייניג. יוסיף דעת יוסיף מכאוב.

איך וואלט ווען נישט געוואלט וויסן אז ס'דא אזאך ווי אינטערנעט. נישט וועגן ס'טריפה אויף יעדן מין אופן, נאר פשוט ס'אדיקטעד און ס'נישט געזונט
ברוחניות (יא אפילו מיט'ן שטערקסט'ן פילטער!)

איך וואלט נישט געוואלט וויסן אז גוים זענען ספיריטועל מיט א ג-ט. ס'האט אוועקגענומען מיין יוניק'נעס. וק"ל. אפילו איך פארשטיי נאך אלץ אז איך
בין פונעם עם הנבחר.

איך וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'דא מענטשן וואס זענען 'פשוט שלעכטע' מענטשן.

כ'וואלט נישט געוואלט וויסן אז מ'דארף ארבעטן א גאנצן טאג יעדן טאג כדי צו קענען האבן א הייזקע
וואו צו שלאפן ביינאכט.

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:26 pm

· #57446
כ'וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'דא אידן וואס קוקן אויס פונקט ווי גוים.

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:46 pm

· #57455
אן אקס האט נישט דאגות? איים נאט סוי 'שור'... ער האט אקסישע דאגות

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:52 pm

· #57457
אקעי. יעצט פיל איך בעסער צו וויסן אז מענטשן ארבעטן א גאנצען חודש פאר זייער רענט. עט ליעסט זיי האבן נישט אקסישע דאגות.

villager » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:59 pm

· #57461
זר זהב
אקעי. יעצט פיל איך בעסער צו וויסן אז מענטשן ארבעטן א גאנצען חודש פאר זייער רענט. עט ליעסט זיי האבן נישט אקסישע דאגות.

אקעי. יעצט ביסטו א אקס מיט מענטשליכע דאגות. 😉

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:17 pm

· #57468
זר זהב
כ'וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'דא אידן וואס קוקן אויס פונקט ווי גוים.

דאס איז צוליב זייערע מעשים לא טובים. זיי זענען ממעט פון די קומה שלימה. דער מהות פון א מענטשנ'ס נשמה איז אויסגעשפרייט אויף זיין צורה. א מענטש וואס האט יראת שמים, לערנט תורה און איז עוסק אין גמילות חסדים, דערקענט מען די איידלקייט אויף זיין צורה. דאס זעלבע מיט איינער וואס איז איינגעטונקען אין גשמיות און עוה"ז דערקענט זיך עס אויך אויף זיין צורה. מען קען נישט פארטוישן די צוויי.

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:25 pm

· #57471
ר' בערל, איך ליג אין גשמיות, איך האב נישט געמיינט מיר. איך רעד פון 'אידן' וואס לעבן און זעען אויס אזוי ווי דעם גוי, נאר אנשטאט זונטאג האט ער א שבת. אנשטאט האלעווין האט ער א פורים, קיין פיאות און בארד טראגט ער נישט, גייט צום זעלבן יענקי געים. וואטשט דעם זעלבן טעלעוויזישן. און יולי 4 סעלעברעט מען צוזאמען מיט'ן גויאישן שכן. דאונט געט מי ראנג, ס'קען זיין ער גייט אין גן עדן. נישט דאס איז דער נושא דא.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 4:07 pm

· #58051
איך וואלט נישט געוואלט וויסן פון יא אדער נישט געזונטע עסן.
איך בין אויפגעצויגן געווארן ממש א מחי', מ'האט געגעסן ווייס ברויט, קאקאש קעיק, קאלירטע סאדע און צוקערלעך יעדן שבת.
פלוצלינג איז אלעס געווארן נישט געזונט, מען מוז עסן וועטשטעבלס מיט האול-וויט אדער ספעלט. איך גיי נישט דערפאר.

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 4:09 pm

· #58052
הער זיך איין... די ריזען פארוואס קינדער קענען דאס עסן איז ווייל זיי זענען זייער אקטיוו. ווי עלטער מ'ווערט אלץ פוילער ווערט מען, און אזאלכע עסן הייבן אן שאטן

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 4:11 pm

· #58053
מיין טאטע האט דאס אלעסגעגעסן, און עסט נאך היינט... ביז די 120!
ביז הערשל מייזליש און נאך אפאר געזונטהייט חברה זענען אפירגעקומען, איז אלעס געווען פיין און וואויל.
אפילו מעיאר בלומבערג איז אפעקטירט געווארן דערפון און גע'אסר'ט גרויסע גלעזלעך סאדע. משוגע מטארא.

הציץ ונפגע » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 4:13 pm

· #58054
איך וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'דא מענטשן וואס פארמאגן א ליסטע מיט זאכן וואס זיי ווילן נישט וויסן.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 4:22 pm

· #58061
הציץ ונפגע
איך וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'דא מענטשן וואס פארמאגן א ליסטע מיט זאכן וואס זיי ווילן נישט וויסן.

פארוואס? וואס שטערט דיר?

הציץ ונפגע » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 4:26 pm

· #58064
עס שטערט מיר אז מענטשן האבן פראבלעמען מיט אינפארמאציע.

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 4:33 pm

· #58068
הציץ ונפגע
עס שטערט מיר אז מענטשן האבן פראבלעמען מיט אינפארמאציע.

יוסיף דעת יוסף מכאוב

הציץ ונפגע » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 4:54 pm

· #58079
אז מכאוב איז די פרייז פאר דעת, וועלן מיר דאס גערן צאלן. און עס שטערט מיר אז מענטשן זענען נישט גענוג מחשיב דעת צו זיין גרייט צו באצאלן אביסעלע מכאוב.

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 5:01 pm

· #58080
.... איך וואלט נישט געוואלט וויסן אז איינער איז מסכים צו האבן ווייטאג פאר אביסעלע דעת... 😉

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 7:18 pm

· #58538
הציץ ונפגע
איך וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'דא מענטשן וואס פארמאגן א ליסטע מיט זאכן וואס זיי ווילן נישט וויסן.

הציץ ונפגע
עס שטערט מיר אז מענטשן האבן פראבלעמען מיט אינפארמאציע.

האיך יתקיימו שניהם?

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 7:23 pm

· #58540
דאס איז צו גוט!...

zurich » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 8:29 pm

· #58554
איך וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'דא אזא זאך ווי קאווע שטיבל...
just joking

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:39 am

· #60168
זר זהב
ר' בערל, איך ליג אין גשמיות, איך האב נישט געמיינט מיר. איך רעד פון 'אידן' וואס לעבן און זעען אויס אזוי ווי דעם גוי, נאר אנשטאט זונטאג האט ער א שבת. אנשטאט האלעווין האט ער א פורים, קיין פיאות און בארד טראגט ער נישט, גייט צום זעלבן יענקי געים. וואטשט דעם זעלבן טעלעוויזישן. און יולי 4 סעלעברעט מען צוזאמען מיט'ן גויאישן שכן. דאונט געט מי ראנג, ס'קען זיין ער גייט אין גן עדן. נישט דאס איז דער נושא דא.

נישט דיר און נישט מיר ודכוותי' האב איך געמיינט. נאר ס'איז א פאקט אז ס'דא א סאך אידן וואס זענען משוקע (אדער משוגע) אין עוה"ז . געבן נישט קיין צדקה און טוען נישט קיין גמילות חסדים און זייער איינציגער ציל אין לעבן איז נאר נאכלויפן זייערע תאוות. דאס דערקענט זיך. אבער קיין איינער פון אונז פאררעכנט זיך נישט פאר א "הייליגער איד".לא ניתנה התורה למלאכי השרת.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:45 am

· #60170
שמעקעדיג
איך וואלט נישט געוואלט וויסן פון יא אדער נישט געזונטע עסן.
איך בין אויפגעצויגן געווארן ממש א מחי', מ'האט געגעסן ווייס ברויט, קאקאש קעיק, קאלירטע סאדע און צוקערלעך יעדן שבת.
פלוצלינג איז אלעס געווארן נישט געזונט, מען מוז עסן וועטשטעבלס מיט האול-וויט אדער ספעלט. איך גיי נישט דערפאר.

ס'איז אבער דא א זייגער אינ'ם מענטש וואס דערמאנט איהם אז ס'קומט א צייט ווען מ'דארף יא אנהייבן מקפיד צו זיין אויף וואס איז שעדליך און וואס נישט. א מענטש וואס האט שוין געגעסן מער ווי פופציג אפיקומנ'ס קען שוין נישט עסן מכל הבא בידו אזוי ווי אין די יונגע יארן. אבער צו זיין עקסטרעם, א העלטה נאט איז זיכער נישט כדאי.

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:39 am

· #60223
הציץ ונפגע
אז מכאוב איז די פרייז פאר דעת, וועלן מיר דאס גערן צאלן. און עס שטערט מיר אז מענטשן זענען נישט גענוג מחשיב דעת צו זיין גרייט צו באצאלן אביסעלע מכאוב.

איך האב דאס ווארט געהערט בשם קאצקער רבין.

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 10:03 pm

· #153558
כ'וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'איז דא קעמיקאלס אין די וואסער וואס מ'טרינקט. כ'וואלט אויך נישט געוואלט וויסן וואס ליגט אין די לופט וואס מ'אטעמט, לאך נישט, חוץ פאלושען איז עס פיל מיט ראבער פארעקעלס פון קאר רעדער.

אליצפן » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 10:40 pm

· #153572
רויטע וואנצעס
כ'וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'איז דא קעמיקאלס אין די וואסער וואס מ'טרינקט. כ'וואלט אויך נישט געוואלט וויסן וואס ליגט אין די לופט וואס מ'אטעמט, לאך נישט, חוץ פאלושען איז עס פיל מיט ראבער פארעקעלס פון קאר רעדער.

וואנצעס איך בעט דיך קויף נישט אפ די פוסטער לופטיגע פראפאגאנדע פון די ליבעראלן.
עס איז א פאקט אז מענטשן לעבן היינט פיל פיל לענגער ווי סיי וועלכער צייט אין היסטארי. מיר לעבן לענגער ווי די אמאליגע מענטשן וואס האבן געשעפט וואסער גראד פון קוואל, און גענוצט פערד און וועגענער, און נישט געהאט קיין פעקטעריס אין שטאט. זיי האבט נישט געהאט קיין פלארייד אין די וואסער, און נישט קיין פארפעסטיגטע לופט, און לכאורה זענען די וועגענער נישט געפארן גענוג שנעל צו מאכן ראבער פארטיקולס.
מילא אז איינער הייבט אן פארפירן וועגן די שלעכטע ענווייערמענט, ווייז אים דער פשוט'ער פאקט, און ער העט בלייבן מיטן צינגל אינדרויסן.

petergrifin » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 10:54 pm

· #153577
אליצפן

מיט אזא לעבן פול מיט מחלות און פילן אויף די עלטער הײנט אין די אנטװיקלטע לענדער איז בעסער װי אמאל? קען זײן
איך האב ערגעץ געלײנט אז די צוריק געשטאנע לענדער לעבט מען אויך אסאך לענגער אבער גזונטער

אליצפן » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 11:09 pm

· #153581
petergrifin

מיט אזא לעבן פול מיט מחלות און פילן אויף די עלטער הײנט אין די אנטװיקלטע לענדער איז בעסער װי אמאל? קען זײן
איך האב ערגעץ געלײנט אז די צוריק געשטאנע לענדער לעבט מען אויך אסאך לענגער אבער גזונטער

אוי איר דאך שוין באלד ווי דער עכטע פיטער גריפין..
וואו פונטקליך האט איר דאס געליינט אויב מעג איך פרעגן? א שנעלע בליק אין וויקיפעדיא האט מיר געוויזן אז אין איבער פופציג פון די וועלטס לענדער זענען די לעבן'ס ערווארטונגען אונטער 65, מיט טייל אזוי נידריג ווי 49.
ווי אויך איז ברור כשמש אז אין דריטע וועלט לענדער, פונקט ווי אין דער אלטער היים איז דער מצב הבריאות, מילליאן מאל שוואכער ווי אין די מער פארגעשריטענע לענדער. ופשוט הוא.

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 11:16 pm

· #153582
אליצפן
רויטע וואנצעס
כ'וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'איז דא קעמיקאלס אין די וואסער וואס מ'טרינקט. כ'וואלט אויך נישט געוואלט וויסן וואס ליגט אין די לופט וואס מ'אטעמט, לאך נישט, חוץ פאלושען איז עס פיל מיט ראבער פארעקעלס פון קאר רעדער.

וואנצעס איך בעט דיך קויף נישט אפ די פוסטער לופטיגע פראפאגאנדע פון די ליבעראלן.
עס איז א פאקט אז מענטשן לעבן היינט פיל פיל לענגער ווי סיי וועלכער צייט אין היסטארי. מיר לעבן לענגער ווי די אמאליגע מענטשן וואס האבן געשעפט וואסער גראד פון קוואל, און גענוצט פערד און וועגענער, און נישט געהאט קיין פעקטעריס אין שטאט. זיי האבט נישט געהאט קיין פלארייד אין די וואסער, און נישט קיין פארפעסטיגטע לופט, און לכאורה זענען די וועגענער נישט געפארן גענוג שנעל צו מאכן ראבער פארטיקולס.
מילא אז איינער הייבט אן פארפירן וועגן די שלעכטע ענווייערמענט, ווייז אים דער פשוט'ער פאקט, און ער העט בלייבן מיטן צינגל אינדרויסן.

איך בין מחשיב דיין דעה, און מסכים מיט די חלק פון ליבאראלע פראפאגאנדע וואס איז א באזונדערע שמועס. די ליבאראלע פראפאגאנדע זאגט אז גלאבל היץ איז דא דורכן מענטש וואס באמת איז דאס א סייענטיפישע מחלוקת, די ליבאראלן האבן עס נאר גענומען אלץ א שטיף קינד און ניצן עס פאר זייערע אינטערעסן ואכמ"ל.

מיין הודעה איז באמת געווען מער אויפן סארקאסטישין זייט מיטן וואסער, וכבר האריכו בזה חכמי השטיבל במקו"א. די ראבער באדערט מיך אבער טאקע, וואס זאל איך טוען איך בין משוגא לאותו דבר. קוק די לינק ס'איז א מציאות אז מיר אטעמען אריין כל מיני גארביזש.<a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/new-york/new-york-air-full-junk-article-1.1176851">http://www.nydailynews.com/new-york/new ... -1.1176851</a> אויף דיין טענה אז מ'לעבט לאנג, ביסט גערעכט אבער ס'איז נישט קיין קוואליטי לייף כמו שכתוב חברינו גריפין מ'לעבט אויף פילן און טעכנאלאגיע וואס פארמיסאטוקעלס שטיפן. ווארף אוועק אלע מעדעצינען אין גארביזש און פלאג אויס די ווענטעלעיטורס וועסו זעהן וואס איך מיין.

petergrifin » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 11:29 pm

· #153585
אליצפן
petergrifin

מיט אזא לעבן פול מיט מחלות און פילן אויף די עלטער הײנט אין די אנטװיקלטע לענדער איז בעסער װי אמאל? קען זײן
איך האב ערגעץ געלײנט אז די צוריק געשטאנע לענדער לעבט מען אויך אסאך לענגער אבער גזונטער

אוי איר דאך שוין באלד ווי דער עכטע פיטער גריפין..
וואו פונטקליך האט איר דאס געליינט אויב מעג איך פרעגן? א שנעלע בליק אין וויקיפעדיא האט מיר געוויזן אז אין איבער פופציג פון די וועלטס לענדער זענען די לעבן'ס ערווארטונגען אונטער 65, מיט טייל אזוי נידריג ווי 49.
ווי אויך איז ברור כשמש אז אין דריטע וועלט לענדער, פונקט ווי אין דער אלטער היים איז דער מצב הבריאות, מילליאן מאל שוואכער ווי אין די מער פארגעשריטענע לענדער. ופשוט הוא.

איך בין די עכטער 😂

אויף דיין צווייטער פוינט - פארדריי מיך נישט א קאפ מיט פאקטן איי מעיד אפ מיי מיינד 😃

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 11:10 am

· #154040
זר זהב
ר' בערל, איך ליג אין גשמיות, איך האב נישט געמיינט מיר. איך רעד פון 'אידן' וואס לעבן און זעען אויס אזוי ווי דעם גוי, נאר אנשטאט זונטאג האט ער א שבת. אנשטאט האלעווין האט ער א פורים, קיין פיאות און בארד טראגט ער נישט, גייט צום זעלבן יענקי געים. וואטשט דעם זעלבן טעלעוויזישן. און יולי 4 סעלעברעט מען צוזאמען מיט'ן גויאישן שכן. דאונט געט מי ראנג, ס'קען זיין ער גייט אין גן עדן. נישט דאס איז דער נושא דא.

איך קען פערזענליך עטליכע אידן מיט א זכר פון א בארד און "פייעס", (נישט דיך האביך געמיינט. דו זעהסט אויס גוט, ב"ה. דו ביסט דאך דער שטילער יונגערמאן מיט'ן רויטן בערדל און פלאכע ביבער הוט, וועלכער זיצט אזוי עניוות'דיג ביים ווינקל פון מערבית צפונית, וועלכער טשעפעט נישט א פליג. שייף עייל שייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשי') וועלכע זענען פארזונקען אין גשמיות. דאס דערקענטצעך טאקע אויף זייער צורה. 🙄 😂