ונהפוך הוא (סאטמאר פאליטיק אשכול)
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2253
ונהפוך הוא (סאטמאר פאליטיק אשכול)
כעל דא מסביר זיין פארוואס איך בין א שטארקער סאטמארער חסיד און נישט קיין זאלי.
ס'קלאר פאר יעדן אז דער רבי הייליגער ב"מ זצוק"ל זי"ע האט אלץ זיך געטשאטשקעט מיט זיין בנו הגדול (הגה"ק אדמו"ר שליט"א מהר"א) משחר טל ילדותו פון רבינו שליט"א האט דער הייליגער ב"מ זיך משתעשע געווען מיט רבינו שליט"א, און געזען אין אים דער שלשלת הזהב עד ביאת משיח.
מרן הגה"ק רבינו שליט"א איז א ת"ח עצום, ער האט אייביג ליב געהאט צו לערנען! דאס וועט אפילו א זאלי נישט קענען לייקענען!!!
רבינו שליט"א האט אלץ אינגערמאן עוסק געווען בתורה ליל ויום, ער איז א חריף עצום. און באקאנט אלס א בקי בכל מכמני תורה.
און מהרז"ל? כ'בעטיר. קיינמאל מיט'ן טאט'ן קיין שייכות געהאט! געשטיפט דעם טאג אין בארא פארק. קוים א מנין אין זיין סיגוט'ער שול, וואו קיינער האט קיינמאל נישט געהאלטן פון אים. א פוילער מ'רחם ווי ס'איז ברייט באקאנט. דאס מערסטע פירערשאפט וואס ער האט נאר אמאל עקספיריענסד איז געווען דאס פירן א נארישער כיתה אין ישיבה, און פארגעלערענט א שיעור אין גמרא, דאס איז קיין פארגלייך צו מיין רבי'ן הגה"ק מהר"א וואס כל ימיו לא פסיק פימיה מגורסיה, און האט שוין געפירט 20 יאר אזוי שיין אזא ריזן שטעטל ווי ס'איז קרית יואל.
פון מיין רבי מרן הגה"ק מ'סאטמאר שליט"א שיינט ארויס אן אמת'דיג'קייט. ער איז עפעס נישט נושא פנים פאר קיינעם. וואס ס'איז אין זיין הארץ זעהט מען אויפ'ן פנים! דאס איז א געוואלדיגע מדה וואס א מנהיג הדור דארף האבן!
מהרז"ל, - כ'זאג נישט פאר זיכער - קומט מיר פאר זייער טריקי, שמייכעלט א גאנצן צייט צו יעדן איינעם. און ווי דער סדר פון א "פעיקער" וועט ער אסאך מאל כאפן אז ער האט שוין צופיל געשמייכעלט וועט ער סאדדענלי ווערן באבלאזען... על לא דבר, קיינער וועט נישט וויסן פארוואס. (איך ווייס אבער יא. עכ"פ דאס איז ''מיין'' טעאריע)
איך גלייך דאס זייער נישט, הגם דאס איז נישט א אידישקייט אישו, נאר מער א פראקטישער.
------
סאטמאר איז געפארן על מי מנוחות - זינט מיר האבן פארלוירן אבינו רועינו רביה"ק בעל דברי יואל - ווען כמעט יעדער האט אויפגענומען כ"ק בעל ב"מ שליט"א פאר מ"מ. דער בעל ב"מ האט געשיקט בנו הגדול והחביב מרן הגה"ק רבינו שליט"א אנצופירן און זיין דער מנהיג העדה אינעם עיר אלוקנו הר קדשו קרית יואל.
חצים ובליסטראות האבן נישט אויפגעהערט צו פליען אין סאטמאר'ס ריכטונג פון אלע זייטן. ווער איז געשטאנען און באשיצט סאטמאר? ווער האט זיך אנגענומען פאר'ן טאטן דעם הייליגן ב"מ זי"ע זצוק"ל?!?
הא??
מהרז"ל? אדער מרן הגה"ק רבינו שליט"א?
-------------------
13 יאר איז אריבער און מ"פ משתמש האט געשיקט מהרז"ל קיין אר"י. אין סאטמאר האט מען געקלערט אז דאס איז א גוטע שריט, דער ב"מ וויל נישט מהרז"ל זאל אנווערטשאפטן קיין מחלוקת (אוי האט ער געהאט ווייטע אויגן!) האט ער אים פארשיקט, גיידיר קיין אר"י און עלטער דיך דארט אין פריידן אין דיין קליינעם סאטמאר'ן שולכ'ל דארט.
זעהט אויס גוט, ניין? נייו ליידער! ווי מ'איז שפעטער געוואר געווארן איז מ"פ געווען אויף א מיסיע דא! ס'גאר ער געווען וואס האט געשיקט מהרז"ל קיין אר"י. ווייל געוויסט האט ער אז גיין פון זיין א פשוט'ער מגי"ש צו ווערן סאטמארע רבי וועט עפעס נישט קליקן...!!
און את אשר יגורנו בא, ער האט טאקע א יאר דערויף אויסגעפירט זיינע בייזוויליגע פלענער. ער האט געהאט דעם ב"מ אין די הענט. יעדער רעכטדענקדער מענטש האט געוויסט אז דער ב"מ איז שוין נישט געווען אין פילן אייגענעם דעת. כ'וויל נישט איבער גיין היסטאריע יעצט, נאר בעיקר וואס יעדער איינער ווייסט אז די שריט איז בכלל נישט געווען אין איינקלאנג מיט'ן הייליגן ב"מ מהלך פון די 20 יאר.
מ'קען נארמער מאריך זיין. אבער כ'מיין אז איך האב שוין גענוג גוט ארויסגעברענגט פארוואס איך צייל מיר צווישן די חסידי כ"ק מרן הגאון הקדוש מ'סאטמאר שליט"א און נישט פון זיין אינגער'ן ברודער מהרז"ל.
--------
דער אשכול איז "מיין" אשכול, און ווי יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט האב איך זיך פיין אנגעפלאגט צו שרייבן אזא געשרייבעכטס..............
מילא האב איך דא מיינע רעכטן. יעדער באקאנטער ניק דארף שרייבן פארקערט! א זאלוינישער ניק זאל שרייבן ווי אן ארויני און אן ארוינישער ניק זאל שרייבן ווי א זאלי.
אז נישט זאל מען לאזן ליידיג.
און יעצט קעניך גיין עסן לאנטש.
מען מעג דא רעדן וועגן סערעט? ? 😉
אפשר יא. דער עיקר איז אז מ'דארף שרייבן פארקערט אויב שרייבט מען פון סאטמארע פאליטיק
איך בין א פאפענער מיין איך אז איך האב נישט וואס ארינצורעדן דא
איך בין א צומישטער חסיד. אבער נישט פון די 2 רעבבעס.
אבער חסיד אהער חסיד אהין.
די גרעסטע קנאים האבן געוואוסט און גע'טענה'ט אז ביי שמחות און ביי די פארקערטע ח"ו מישט מען נישט קיין פאליטיק.
מיט וואספארא רעכט נעמט מען בכלל א טאטן וואס גייט אויס צו זעהן די נחת פון די קינדער/אייניקלעך,
בפרט נאכן אדורכגיין די צרות הגיא, ווי יעדענס שטיקל נחת איז געווען די זיסטע נקמה און נצחון אין די רשעים ימ"ש
און מ'פירט אים אוועק צום אנדערן עק לאנד, ער זאל זיך נישט קענען משתתף זיין מיט זיין אייגן קינד'ס שמחה?
און בפרט א גרויסן מפורסמ'דיגן רבי'ן, וואס ס'איז נישט נאר נישט נוח לשמים, נאר אפילו לשיחה וללעג ולקלס בפי הבריות!
מען דארף האבן א הארץ פון שטיין, צו קענען דאס טוהן פאר א ראשקעבעהאג (שיער טועה געווען מיט אנאנים)!!
פיין געזאגט שמעקי! באלד וועלן די ארוינים קומען "דא" טענה'ן אז ס'גארנישט אז מ'נעמט אוועק א זיידן... ווארט...
You people just cant stop... 😃
יאך בין א חסיד פון הגה׳ק שליט׳א, בלויז ווייל איך קען נישט סובל זיין מהר׳זל׳ס חסידים, זיי בויען נאר פאר ארטיסטן, פארגינען נישט קיין דירות פאר אנשי שלומינו, ווען עס קומט א פרעמדע רבי, פראטעסטירן זיי אנטקעגן זיין גבאי, זיי הייסן זייערע מיידלעך טאנצן פאר פרעמדע גוים, וכו׳ וכו׳..
הממממ... דיין תגובה שמעקט אביסעלע פון ציניסיזם.
תשנ"ט האט די ברך משה אריינגערופען זיין זוהן כ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א און אהים געזאגט אזוי ווי סאטמאר האט זיך זייער שטארק ציוואקסען וויל ער איבערגעבען ווימ"ס אדער קרית יואל פאר כ"ק מהרז"ל מסאטמאר שליט"א און וויבאלד דו ביסט די עלצטער געב איך דיר די רעכט צו וועהלן וועלכע צונעמען
כ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א האט אויסגעוועלט קרית יואל איז ממילא ווימ"ס אריבער צו זיין ברודער
למעשה האט זיך כ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א א קעגען געשטעלט און געהאלטען אז ער דארף "גאנץ" סאטמאר און די ברודער זאל בלייבן וואוינען אין ירושלים און לעבען די ארימער לעבן ווי אזוי אלע לעבען
די אהרונים זעענדיג אז כ"ק מרן רבינו מהרז"ל שליט"א איז געקרוינט געווארן אלס רב ור"מ ד'סאטמאר ברוקלין (וואס נעמט אויך אריין וויליאמסבורג..) האבן זיי געמאכט א מיטינג אום א' שמות אין ספינקא זאל. נאכדעם זענען די דיינים (די שפעטערדיגע חברי הבד"ץ ד'סאטמאר) ובראשם הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א דער דומ"ץ (און שפעטערדיגע קאנדידאט פאר "גאב"ד ירושלים") ארויסגעקומען מיטן באקאנטן "קשר בוגדים" בריוו, ווי זיי האבן שטארק פארדאמט די מהרסים.
נאכדעם האבן די אהרונים פרובירט צו שיקן א הזמנה פון נוהברדוק בית דין (ווי א איד וואלט קוים געטרינקן א גלעזעל וואסער ביי זיי) אבער די סאטמארע (צד מהרז"ל) האבן דאס נישט אקצעפטירט מיטן גערעכטע טענה אז "מ'קען זיך נאר מתדיין זיין ביי די אייגענע רבנים, וואס קענען די תהליכי הקהלה" ס'האט נישט געהאלפן די טענה פון די אהרונים אז די דיינים (ווי פריער דערמאנט) האבן שוין גענומען א צד אין די מחלוקה און זיי ווילן דוקא נאר גיין צו אן אומפארטייאישע בית דין. שפעטער האט סאטמאר געטוהן א שריט -לפנים משורת הדין- און יא מסכים געווען צו גיין צו אן "אומפארטייאישע" בי"ד און געגעבן די אויסוואל פון 'בי"ד חקר הלכה - בראשות הג"ר יצחק מאנדל אין קרית יואל, בי"ד קארלוסבורג - בראשות הג"ר יחזקאל ראטה, און נאך א דריטע (וואס איך געדענק נישט לעת עתה).
פארשטייט זיך די אהרונים נישט וועלענדיג גיין צו דין תורה האבן זיי געטראפן תירוצים און אנגעוויזן אז די אויבענדערמאנטע רבנים זענען נישט קיין פריינט (און גאר שונאים) פאר ר' אהרן'ן.
די אהרונים האבן דערווישט עפעס א היתר בית דין צו גיין אין ערכאות, און עס אריינגעלייגט ביים ווינע רב אין שופלאד. דארט האט זיך אנגעהויבן די נייע טיטל פון "הולכי ערכאות - ומרים יד בתורת משה" וואס איז געניצט געווארן אין די לעצטע 10 יאר דורך ביידע זייטן.
אינמיטן די ערכאות איבער די קהלה האט אויסגעבראכן א פרישע מחלוקה'לע איבערן וואוילזיין פונעם ברך משה ווי די אהרונים האבן געעפענט א "פעמעלי קאורט" קעיס, דער איד האט געהאט א שרעקעדיגע ערשטע זייט פון "רבן דקרו" מיט א בילד ווי א ערל טמא וויל איבערגעבן א סופבינע פארן ברך משה.
סאטמאר האט תיכף געזאגט אונז ווילן מיר גיין צו דין תורה, און געשיקט א הזמנה פון התאחדות הרבנים". די הולכי בערכאות זענען אנגעקומען און די געריפענע האבן אבער געטענה'ט אז עכט דארפן מיר נישט קומען אלס אין נזקקין, און דארט איז די די"ת שלאפן געגאנגן.
די קאורט האבן טאקע די אהרונים פארלוירן און די המה כרעו ונפלו טאנץ איז געזינגן געווארן אין ביהמ"ד הג' אויף ראדני סט.
(כאנישט יעצט קיין כח אויף מער....)
מהרז"ל פארט יעצט אויף מיאמי זיך אפריען... אפריען פון וואס? ער האט צו פלייסיג געלערנט? און וואס מיט'ן איסור קעגן פארן אויף מיאמי?
כ"ק אדמו"ר הגה"ק מ'סאטמאר זייענדיג א ריכטיגער מנהיג ישראל, ווייסט אז א מנהיג איז א סעמפעל פאר כלל ישראל און מ'טוט נישט קעגן די הוראות התחהר"ב.
וויפיל איך זאל ווען וועלען קען איך נישט זיין א חסיד פון די מהרז"ל פארטיי, איך קען נישט צוקוקען ווי שלעכט און אוממענטשליך זיי זענען, ווען דער ברך משה האט זיך איינגערעדט אז אין קרית יואל האט זיך רבינו מהר"א שליט"א איינגעקויפט גאר אסאך שונאים אויך אויסער קרית יואל, און מ'האט אויך איינגערעדט דעם ברך משה אז רבנו מהר"א האקט אויף אלע ערליכע אידען און פארשמירט סאטמאר'ס נאמען, האט ער גענומען זיין אינגערע זון מהרז"ל און אים געשטעלט אין וויליאמסבורג אלץ רב און עווענטשעלי אלץ רבי, צו געבען מיט דעם פאר יעדע סאטמארער חסיד צוויי טשויסעס, און אויכעט האט ער מן הסתם געוואלט געבען מיט דעם א שארפען איינשפריץ פאר רבינו הגה"ק מהר"א שליט"א אים צו שטעלען אין פלאץ, ווייל ער האט דאך געגלייבט די אלע פאלשע לשון הרע'ס וואס די שונאים משתבקי"ם און מיעוטים המחזיקים את המרובה - איך מיין די יחידים המשתלטים על הציבור האבען אים איינגערעדט...
די חסידי ואוהדי מהר"א האבען גוזר געוועזען אז מהרז"ל מוז זיך עוקר זיין פון אין ניו יארק תיכף נאך פסח און גיין קיין אפריקא אדער כאטשיג אשדוד, נישט אפילו ירושלים, שוין זאל שוין זיין ירושלים, אבער ווער פארשוואונדען פון דא!! דער עזות פנים צוזאמען מיט די משתבקי"ם האבען מיט רשעות און שלעכטקייט נישט אויסגעפאלגט דעם באפעל, זיי האבען אזוי וויי געטוהן מיט דעם פאר אונז אלע, מיט אזא פרעכהייט האט ער נאך תמימות'דיג (כאילו..) אנגענומען די טאטעס התמנות, און האט ער ווען אביסעל גוטסקייט אדער מענטשליכקייט, נעמט ער זיך איין בית מדרש'ל ווי קליימער אדער די ארטיסטען שול אויף מירטעל, און לאזט אונז חסידי רבינו געמאך, ניין, דוקא אין ראדני ווי סאיז געוועזען אונזער האטבעד, אונזער היים און באזע, און נאך מיטגעשלעפט אלע סאטמארער שולען און מוסדות אין שטאט, נועם המידות? א שלעכטקייט!!
צו דעם אלעם איז ער נישט צופרידען געוועזען מיט דעם, און מיט זייער אוממענטשליכקייט האבען די קליקע געעפענט א ישיבה גדולה, מילא א אויסגעשפילטע ישיבה, אין די נידעריגע אויסגעלאסענע געגענט פון קווינס, ווי אלע גויאישע באמעס פון אמעריקא קונמען פארוויילען, אבער נישט גענוג ער פליהט נישט ארויס פון וויליאמסבורג אויף די לבנה, אפריקע, אשדוד, אדער לכל הפחות קליימער מירטעל, עפענט ער נאך א ישיבה גדולה אין דער צייט ווען אונזער טייערע קרית יואל ישיבה גייט דורך א ערענסטע אפעראציע, און בשעת "יעדער ווייסט" אז ער האט נישט קיין 100 מענטשען, עפענט ער א ישיבה מיט כמעט 200 בחורים? פוי, פרעך!!
ולא עוד, די רשעות האט נישט קיין גבול, אין אנהייב צייטען האט יעדער געוואוסט אז דער הגז"ל פארמאגט נישט קיין 100 מענטשען אונטער זיך, אונז האמיר דאס גוט געלאזט וויסען פאר יעדעם, און יעדער האט טאקע אזוי געוויסט, האט ער געמוזט מאכען גרויסע חתונות מיט הויכע אנגעפאקטע פרענטשעס צו ווייזען אז ער האט יא מער ווי 100 מענטשען, איך האב אפילו געהערט דעמאלס פון א חבר מיינעם א חסיד פון רבינו מהר"א שלי"א אז די פרענטשעס זענען געווען אנגעפילט מיט פאלשע דאמיס און מיט פאפענע..פארוואס? יענעם צו צודרוקען און מאכען די אויגען אויסגיין ?
ווען איינער איז א מושחת המידות ווערט עס נאר ערגער אויף די עלטער, ווען דער מהרז"ל איז געווארען רבי ביי זיינע מענטשען אין וויליאמסבורג, האט ער מיט זיינע פארדארבענע מידות געפירט ריזיגע נעילת החג'ס מיט גרויסע הקפות, ריזיגע חתונות, באגלייטענס פון טויזענטער מענטשען, און נישט פארגעסען, ער טוט דאס אלעס מיט איין בייזע כוונה, צו אויסשטעכען די אויגען פון די אמת'דיגע חסידי סאטמאר, און ווי ער איז ציוואקסען צו א וועלטס אימפעריע פון ווייניגער ווי 100 מענטשען הערט ער נישט אויף צו וואקסען ווי אויף הייווען, מוסדות אין וומסב"ג מיט 9000 קינדער, א ישיבה גדולה מיט טויזענט בחורים, ישיבות קטנות מיט 800 בחורים אין וויליאמסבורג אליין, א כולל פון 700 אינגעלייט, בתי מדרשים כוללים און מוסדות איבער די וועלט, וויפיל איז די שיעור צו וואקסען??? אלעס יענעם וויי צו טוהן? איך קען פשוט מער נישט שרייבען די רשעות'דישע אקטען ווייל מיינע הענט ציטערען פאר כעס אויף די אומדערהערטע אומבאגרעניצטע השחתה און אוממאראלישע אקטן...
נו, נאך צוזעהן אזא השחתה, פאלשקייט, געמיינע מידות, קען איך נאך זיין א חסיד?
פרענטש וואנילע האט ער געמוזט מאכען גרויסע חתונות מיט הויכע אנגעפאקטע פרענטשעס
נישט "
וואנילעס"?
מיין רבי באזוכט אין די מתיבתא און איז מחזק די בחורים
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/137340">http://www.jdn.co.il/news/137340</a>
זר זהבמיין רבי באזוכט אין די מתיבתא און איז מחזק די בחורים
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/137340">http://www.jdn.co.il/news/137340</a>
האדמו"ר ביקר ב-4 היכלי לימוד ופשוט השתומם, למרות סופת ההוריקן 'סנדי' שלדברי החזאים תוקפת אחת ל-100 שנים, עובדה זו לא עניינה אף בחור מבין אלפי הצורבים בישיבות סאטמאר, כולם חבשו את ספסלי היכלי התורה כשהם רכונים על הגמרא, וקולם מהדהד בשפה ברורה ונעימה, חלקם למדו לאור התאורה הרגילה וחלקם לאור נרות, האדמו"ר עבר בין אלפי הבחורים וגם התפלפל עם חלק מהם.WOW
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/137284">http://www.jdn.co.il/news/137284</a>
סוער בחוץ שמח בפנים: בסקווירא חגגו שבע ברכות בליל הסופה
בעוד הרחובות בשיכון סקווירא היו מנותקים מחשמל ורק רוחות סוערות ומים רבים שטפו את השיכון, מאות חסידים הצטופפו בהיכל בית המדרש הגדול והמואר וחגגו בשמחת השבע ברכות לנכד כ"ק אדמו"ר שליט"א • תיעוד
דאס איז ריכטיג משתתף בצערן/שמחתן של ישראל
קאווע טרינקערhttp://www.jdn.co.il/news/137284
סוער בחוץ שמח בפנים: בסקווירא חגגו שבע ברכות בליל הסופה
בעוד הרחובות בשיכון סקווירא היו מנותקים מחשמל ורק רוחות סוערות ומים רבים שטפו את השיכון, מאות חסידים הצטופפו בהיכל בית המדרש הגדול והמואר וחגגו בשמחת השבע ברכות לנכד כ"ק אדמו"ר שליט"א • תיעוד
דאס איז ריכטיג משתתף בצערן/שמחתן של ישראל
ס'האט מיר אויך געשטערט, פאסט נישט צו טון אזא זאך, און ס'איז אפשר קעגן הלכה אויך.
וואס זוכט סקווירא נייעס אין דעם אשכול?
זר זהבוואס זוכט סקווירא נייעס אין דעם אשכול?
ס'איז א טו-וועי סטריט.
אין אנדערע אשכולות מישט מען אריין סאטמאר,
מישט מען אין סאטמאר אריין אנדערע חסידות...
(ונהפוך הוא)
איך בין א הייסע חסיד פון כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר מהרי"י ט"ב שליט"א
ווייל
ער אי א איד וואס לערענט 18 שעה א מעת לעת,
לייגט זיך נישט אין בעט במשך גאנץ שבת קודש,
מאכט זיך צומאל אין די הייליגע טעג אז ער לייגט זיך נישט אין בעט במשך וואכן ברציפות,
פאסט אלע תעניות צדיקים כמבואר בש"ע סימן ת"ח,
בכלל עסט ער כמעט גארנישט במשך די גאנצע וואך,
צו דעם איז ער נאך א בעל יסורים פון יונגווייז אן,
בנוסף צו דעם אז לערענען 10 אדער 15 שעה ברציפות אן קיין שום הפסקה,
אפילו נישט בלויז פאר א גלאז קאווע אדער טיי, איז ביי איהם א נארמאלע ערשיינונג.
און צו דעם אלעם טיילט ער אויס שווערע מיליאנען פאר צדקה
בו בזמן וואס פאר זיך זעלבסט לאזט ער נישט איבער אפילו א שווה פרוטה,
ער מאכט חתונה יתומים און איז מפרנס אלמנות,
צאלט אויס צרכי רפואה פאר פרעמדע מענטשן
וואס האבן מיט איהם קיין שום שייכות נישט,
שיקט גרויסע געלטער פאר זיינע גרעסטע שונאים בעבר ובהווה,
ממש אזוי ווי די גדולי ישראל פון פריערדיגע דורות.
איז מקפיד על קלה כחמורה אויף יעדן מנהג ישראל,
איז מהדר יוצא צו זיין כמעט אלע שיטות הראשונים והאחרונים
ביי יעדער מצוה דאורייתא ודרבנן, אויף א נפלא'דיגן שטייגער.
איז שולט אויף כל התורה כולה בנגלה ובנסתר,
תורה נביאים כתובים, משנה, תלמוד בבלי וירושלמי, ש"ס פוסקים,
מדרש, ספרא ספרי, תוספתא ברייתות דר"י ור"י,
ד' חלקי ש"ע ונושאי כליהם עד לאחרוני האחרונים ממש,
ספרי מוסר וחסידות, זוהר הק', תורת האר"י הק' ותלמידיו הק', און וואס נישט?
דינט דעם רבוש"ע למעלה מדרך הטבע ממש,
מיט א פלאם פייערדיגע התלהבות דקדושה וואס איז שלא מעלמא הדין,
ווי יעדער וואס שטייט אין די זמנים אין זיין ד' אמות כאפט א שוידער און א ציטער
פון גרויס פחד ה' והדר גאונו וואס דערקענט זיך אויף זיין הייליגע צורה
בעתות ובזמנים מיוחדים ביי די הייליגע עבודת ה'.
און נאך און נאך און נאך עד אין שיעור וקצבה.
און דאס אלעס טוט ער בהצנע לכת
ווייט ווייט פון די אויגן פון מענטשן, הצנע בתוך הצנע
אזוי ווייט אז טאמער דוכט זיך איהם אז עמיצער האט איהם ענטדעקט...
זאגט ער באלד א גלייך ווערטל וכדומה
כדי מ'זאל איהם נישט חושד זיין אלס עבד ה'
וואס איז דבוק כל ימי חייו בקוב"ה ושכינתיה,
און האט נישט בעולמו גארנישט חוץ פון דעם רבוש"ע ותורתו הק'.
בבחינת כבוד ה' הסתר דבר.
און צו דעם אלעם איז ער נאך א פועל ישועות אויך,
ווי טויזענטער אידן זענען שוין געהאלפן געווארן
מיט וואונדערליכע ישועות און רפואות אויף אומנאטורליכע אופנים,
א בעל רוח הקודש בגלוי ממש,
וואס זעהט זאכן מסוף העולם ועד סופו,
תופס מחשבות פון מענטשן וואס קומען אריין צו איהם לעצה ותושיה,
אזוי ווי מיר האבן געזעהן ביי די צדיקים פון פריערדיגע דורות
מימות הבעש"ט הק' זי"ע ועד ימינו אנו.
ווידער סארקאזם, נישט דאס האביך געמיינט. מיין פתיחה איז נישט געווען ציניש.
רבינו שליט"א ערשטן טאג חנוכה הדלקת הנירות
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=6OELgGzE3jQ">http://www.youtube.com/watch?v=6OELgGzE3jQ</a>
שיינע בילדער פון רבינו שליט"א ימי הפסח
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/206068">http://www.jdn.co.il/news/206068</a>