☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פון האריקעין סענדי, צו האריקעין יוסעלע!!

פון האריקעין סענדי, צו האריקעין יוסעלע!!

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2251
בלאט: 1 2

אוי טאטי » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 4:17 pm

· #57279
פון האריקעין סענדי, צו האריקעין יוסעלע!!
קאפי פעיסט:
ווי אן אטאם-באמבע וואס רייסט אויף אינמיטן העלן טאג, ווי א וואולקאנישער סענדי וואס דערטרענקט אונז אינמיטן די נאכט, ווי א מאכטפולער שטורעם-ווינט וואס הייבט אונז אלע אויף פון אונזער קאנטינענט און דערהייבט אונז צו די העכסטע ספערן, אט אזוי שפירן מיר יעצט ווען מיר באקומען די באריכט אז יא, אונזער 'יאסעלע פריעד' איז אין א מזלדיגע שעה א ''חתן'' עב"ג בת הרה"ח ר' יצחק חיים פריינד הי"ו פון קרית יואל!!!

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 4:24 pm

· #57281
מז"ט!
איינער זאגט מיר אז רעהאט געכאפט אן עפל פון מהרי"י מ'סאטמאר צום ערשטן מאל דעם יאר.

קליגער איד » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:00 pm

· #57287
זר זהב
איינער זאגט מיר אז רעהאט געכאפט אן עפל פון מהרי"י מ'סאטמאר צום ערשטן מאל דעם יאר.

אויך מיר א מופת

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:05 pm

· #57289
קליגער איד
זר זהב
איינער זאגט מיר אז רעהאט געכאפט אן עפל פון מהרי"י מ'סאטמאר צום ערשטן מאל דעם יאר.

אויך מיר א מופת

פארוואס נישט?

פאראיאר איז ער געווען ביי מהר"א כאפן אן עפעל, א ציין איז אים ארויסגעפאלן פונעם זעץ, און קיין חתן נישט געווארן. דע יאר איז ער געווען ביי מהרי"י, א סאליד קעטש און א חתן געווארן.

פלאטץ!!

אוי טאטי » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:06 pm

· #57290
קודם כל, קיינער האט נישט געשריבן אז עס איז מופת, (בבחינת ׳דער נער זאל ארויסגיין פון מקוה),
צווייטנס, ביי מיר איז עס יא א מופת, פשוט ווייל ער איז מיין רבי, און א 24 יעריגער בחור וואס האט ס׳ערשטע מאל געכאפט אן עפל פונעם, און ׳פונקט׳ דאס יאר איז ער א חתן געווארן, מעג איך עס אנלייגן אויף דעם!

----
ביטע נישט צוברענגען עס זאל אנקומען אין צימעס, אויב ווילסטו דוקה זיך טענה׳ען עפן א פרישע אשכול (אנטשולדיגט יידל) אין צימעס! שכח.

--
זר האקט.

גאלד » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:06 pm

· #57292
כאגעהערט דעם נאמען אסאך, כאניש געוויסט ער איז א בחור,

אוי טאטי » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:07 pm

· #57293
אינטערסאנט..

קליגער איד » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:09 pm

· #57294
איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט נישט געהאט קיין קינדער יארן לאנג און ער האט דאס יאר געכאפט עפל און 2 וואכן דער נאך האט ער געהאט א קינד

גאלד » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:14 pm

· #57298
וואס עפעס מאכן לצנות פון אמונת צדיקים? אז א איד גלייבט אז ס'א מופת, לאז זיין א מופת, איך זעה נישט קיים שום הארם דערין אפי' איך פערזענליך בין נישט קיין חסיד פון דעם רבי'ן, אזוי לאנג דער רבי הייסט נישט לך עבוד ע"ז, אדרבא

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:16 pm

· #57300
קליגער איד
איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט נישט געהאט קיין קינדער יארן לאנג און ער האט דאס יאר געכאפט עפל און 2 וואכן דער נאך האט ער געהאט א קינד

דאס איז געווען ביי מהר"א! מהרז"ל איז נישט אזוי גרויס אין הימל, ביי אים נעמט עס גאנצע 9 חדשים.

sunbar » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:28 pm

· #57310
איז ער דער וואס שיקט די tweets?

קפנדריא » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:28 pm

· #57311
דאס איז פיינע נייעס, ווער איז דער יאסעלע, א בילד ביטע!

שעפטל » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:39 pm

· #57325
sunbar
איז ער דער וואס שיקט די tweets?

יאפ SatmarHQ

מזל טוב!

פרענטש וואנילע » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:39 pm

· #57328
מזל טוב!!! אזא שמחה, כ'האב גארניקס געהערט...

היסטאריקער » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:42 pm

· #57331
מזל טוב

איך האף ער וועט ווייטער שיקן די טוויטס, עס איז צו גוט מיר זאלן מוותר זיין דערויף

a1b2 » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:16 pm

· #57344
איך בין געווען לעבן אים ווען ער האט עס געכאפט

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:18 pm

· #57345
שוין ווייטער אן ארויני ביים אנדערן צד!

a1b2 » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:35 pm

· #57349
.
📎 1351722829.jpg

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:37 pm

· #57350
דער עפל-מופת איז געוואלדיג! קוים א חתן געווארן און שוין ביים קבלת פנים. קען טאקע זיין אז יענער אינגערמאן וואס האט געהאט א קינד נאך 2 וואכן איז יא געווען ביי מהרי"י!

יידל » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:45 pm

· #57354
אוי טאטי

ביטע נישט צוברענגען עס זאל אנקומען אין צימעס, אויב ווילסטו דוקה זיך טענה׳ען עפן א פרישע אשכול (אנטשולדיגט יידל) אין צימעס! שכח.

😳

יידל » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:47 pm

· #57356
איך האף אויך אז ער וועט אויפהערן שרייען שבת אויף מיין ווייב.

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:52 pm

· #57358
נעה! אין זכות פון שרייען איז ער א חתן געווארן!

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:55 pm

· #57359
לשמחה מה זו עושה אז ער פארדינט א אשכול?
איז זיין בלוט גרינער ווי אנדערע חתנים?
איז ער בכלל מסכים דא צו פיגורירן?

קליגער איד » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:18 pm

· #57424
זר זהב
קליגער איד
איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט נישט געהאט קיין קינדער יארן לאנג און ער האט דאס יאר געכאפט עפל און 2 וואכן דער נאך האט ער געהאט א קינד

דאס איז געווען ביי מהר"א! מהרז"ל איז נישט אזוי גרויס אין הימל, ביי אים נעמט עס גאנצע 9 חדשים.

מהר"א שיסט נישט קיין עפלעך ער געט דאס איבער ווי נארמאלער מענטש

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:21 pm

· #57430
ער ווארפט אייער. עפעלך צוברעכט זיך נישט, אייער מאכט שמוציג

NAVY SEAL » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:55 pm

· #57442
קליגער איד
זר זהב
איינער זאגט מיר אז רעהאט געכאפט אן עפל פון מהרי"י מ'סאטמאר צום ערשטן מאל דעם יאר.

אויך מיר א מופת


דו ביסט דאך א פאפא חסיד וועגן דעם גלייבסטו נישט....

אוי טאטי » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:41 pm

· #57479
יידל
איך האף אויך אז ער וועט אויפהערן שרייען שבת אויף מיין ווייב.

איינעמ׳ס פראפייל היינט: ׳יוסעלע, איין פראבלעם האסטו, אין קרית יואל איז דא א עירוב׳...

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 3:07 am

· #57506
גאלד
כאגעהערט דעם נאמען אסאך, כאניש געוויסט ער איז א בחור,

ס'הייסט. ד'האסט נישט געזען אז ער דאוונט אן א טלית. און שבת גייט ער נישט קיין שטריימל?

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 3:11 am

· #57507
😂
קליגער איד
איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט נישט געהאט קיין קינדער יארן לאנג און ער האט דאס יאר געכאפט עפל און 2 וואכן דער נאך האט ער געהאט א קינד

😂 😳 🙄 👍

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 3:16 am

· #57508
גאלד
וואס עפעס מאכן לצנות פון אמונת צדיקים? אז א איד גלייבט אז ס'א מופת, לאז זיין א מופת, איך זעה נישט קיים שום הארם דערין אפי' איך פערזענליך בין נישט קיין חסיד פון דעם רבי'ן, אזוי לאנג דער רבי הייסט נישט לך עבוד ע"ז, אדרבא

און אויב דער רבי הייסט גיין שניידן רעדער אדער אויסברעכן שויבן, אדער גאר היל"ת אונטערצינדן דעם אפיקורס' הויז, וועסטו פאלגן?

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 3:21 am

· #57509
a1b2
איך בין געווען לעבן אים ווען ער האט עס געכאפט

נו, דארפסטו אויך געהאלפן ווערן. טשעק וואו דיינע סטאקס האלטן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 3:25 am

· #57510
זר זהב
דער עפל-מופת איז געוואלדיג! קוים א חתן געווארן און שוין ביים קבלת פנים. קען טאקע זיין אז יענער אינגערמאן וואס האט געהאט א קינד נאך 2 וואכן איז יא געווען ביי מהרי"י!

נו דו הייבסט שוין אן צו ווערן א שטיקל מאמין.

גאלד » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 10:06 am

· #57523
berlbalaguleh
גאלד
וואס עפעס מאכן לצנות פון אמונת צדיקים? אז א איד גלייבט אז ס'א מופת, לאז זיין א מופת, איך זעה נישט קיים שום הארם דערין אפי' איך פערזענליך בין נישט קיין חסיד פון דעם רבי'ן, אזוי לאנג דער רבי הייסט נישט לך עבוד ע"ז, אדרבא

און אויב דער רבי הייסט גיין שניידן רעדער אדער אויסברעכן שויבן, אדער גאר היל"ת אונטערצינדן דעם אפיקורס' הויז, וועסטו פאלגן?


איך ווייס נישט, דערווייל האב איך ב"ה נאך נישט געהאט אזא סיטועשן,
מיין רבי האט מיר דערווייל נישט געהייסן טאן די זאכן,
זאלן די חסידים וואס זייער רבי הייסט זיי יא טאן די זאכן זיך זארגן

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:05 pm

· #57563
מזל טוב, יוסעלע
וועלכע פריינד איז דיין 'לאקי' מחותן? איז דאס דער פין תימן?
ווי אלט איז די כלה?

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:13 pm

· #57567
יא פאר פון תימן

אוי טאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:24 pm

· #57573
קלאר, יא דאס איז דער פריינד וואס גייט ארום נאך געלט פאר תימנע אידן!

עפעס האלטסטו נישט אויס.. (אזוי סאונד עס)

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:34 pm

· #57576
אוי טאטי
קלאר, יא דאס איז דער פריינד וואס גייט ארום נאך געלט פאר תימנע אידן!

עפעס האלטסטו נישט אויס.. (אזוי סאונד עס)


פארוואס זאל איך נישט אויסהאלטען? אין וויאזוי סאונד עס?
די האסט זייער א אינטערסאנטע וועג פין קוקען אויף א זאך

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:36 pm

· #57577
שעפטל
יא פאר פון תימן

יש''כ
ווי אלט איז די כלה?

אוי טאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:38 pm

· #57579
קלאר
אוי טאטי
קלאר, יא דאס איז דער פריינד וואס גייט ארום נאך געלט פאר תימנע אידן!

עפעס האלטסטו נישט אויס.. (אזוי סאונד עס)


פארוואס זאל איך נישט אויסהאלטען? אין וויאזוי סאונד עס?
די האסט זייער א אינטערסאנטע וועג פין קוקען אויף א זאך

נעווער מיינד... כא׳גארנישט געזאגט..

אוי טאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:39 pm

· #57582
קלאר
שעפטל
יא פאר פון תימן

יש''כ
ווי אלט איז די כלה?

42, ביזט העפי?..

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:41 pm

· #57586
איך פיהל זיך ארויס-פון-פלאץ
פון וועם רעדט מען דא?
קען מיר איינער מחכים זיין אין אישי


בד"וו, כ'האב געהערט אז די 100 דאללער וואס מ'האט "מחייב" געווען דעם ציבור פאר 2-3 יאהר צוריק למען ילדי תימן, תחת פקודת סקולענער רבי, איז גענוצט געווארן פאר סיטי פיעלד

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:49 pm

· #57596
אוי טאטי
קלאר
שעפטל
יא פאר פון תימן

יש''כ
ווי אלט איז די כלה?

42, ביזט העפי?..


סארי פארן זיך טרעפן
כ'האב געמיינט כ'רעדט מיט א נארמאלע מענטש

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 12:50 pm

· #57598
דו טרעפסט אן עקזעקטלי דיין קאליבאר

היסטאריקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 1:12 pm

· #57620
אוי טאטי
קלאר, יא דאס איז דער פריינד וואס גייט ארום נאך געלט פאר תימנע אידן!

עפעס האלטסטו נישט אויס.. (אזוי סאונד עס)


לדעתי דארפסטו איבערבעטן קלאר, ער האט באמת גארנישט געמיינט
יעדער פרייט זיך מיט זיין שמחה,

אוי טאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 1:14 pm

· #57621
כ׳ווייס, וועגן דעם האט ער אזוי אנגעצייכנט די ווארט ׳לאקי׳, ווייל ער מיינט עס ׳אמת׳דיג׳!..

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:00 pm

· #97224
היינט איז די חתונה אין קאנטינענטאל

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:28 pm

· #97242
דו האסט א מעכטיגע זכרון... צו געדענקען אז ס'איז פארהאן אזא ברענעדיגע אשכול! WOW

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:29 pm

· #97243
מאכסט חוזק אדער דו מאכסט א וויץ... דו נפק"מ העט כאפן ביים לייק.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:33 pm

· #97247
זר זהב
מאכסט חוזק אדער דו מאכסט א וויץ... דו נפק"מ העט כאפן ביים לייק.

הוזיק, ווי די באבע פלעגט זאגן.

אבי גערעדט » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:33 pm

· #97249
בהתעוררות
📎 IMG-20130314-WA0019.jpg
בלאט: 1 2