סענדי שפילט פאליטיק, 13 הופער אומגעגענט גענצליך טרוקן!
ס'ווערט באשטעטיגט יעצט אז אין די געגענט ארום דו שול 13-14 הופער דער שול פון חסידי מהר"א, ווערט גענצליך אפגעשוינט פון האריקעין סענדי. מענטשן פארציילן מיט וואונדער אז ווי נאר מ'שפאצירט אריין אינמיטן פונעם בלאק פון ביידע זייטן, הערט זיך אומגלויבליך אויף דער רעגן און ס'נישטא קיין שום ווינט... ווי כאילו יענער שטיקל געגענט איז עפעס אין א צווייטן לאנד!
חסידי מהר"א זענען אויסער זיך, זיי זאגן אז דאס איז נאר בזכותו של אותו צדיק.
חסידי סאטמאר ווערן געזען יעצט ארום ראדני שול מיט גרויסע שאוולען און טרעקטארס פרובירן אפצושרעקן סענדי זי זאל זיך אפטראגן פון זיי אויך. אבער ס'העלפט נישט אויף דערווייל. בלומבערג האט אראפגעשיקט עטליכע מידיאראלאדזשיסט'ן צו אבזערוון אם כנים הדברים, זיי באשטעטיגן אז יא. בלומבערג טענה'ט אז ס'מוז זיין סענדי איז דערשראקן געווארן פון אזויפיל שווארצע היטן וואס דרייען זיך אין יענעם געגענט. חסידי מהר"א שטימען איין מיט'ן מעיאר, א ווארט זאגער פון הופער זאגט אז אין ראדני דרייען זיך נישט אזויפיל שווארצע היטן, מ'דארף דארט זוכן מנין ממילא האט זיך סענדי נישט דערשראקן.
ווי נאר דאס איז דערהערט געווארן איז ארויס א טעקסט פון אחים לדעה אז יעדער איינער וואס האט נאר א שווארצע היט זאל קומען זאפארט צו ראדני אנשרעקן סענדי. באריכטן קומען ארויס אז מ'האט נארוואס איינגעבראכן ביי פעלטי'ס היט סטאר ווייל מ'האט פשוט נישט געקענט לאוקעיטן דעם בעה"ב מ'האט צוכאפט אלע היטן און מ'גייט קיין ראדני. דערווייל האבן זיך חסידי מהר"א ארויסגעלאזט אין א טאנץ לויבענדיג ה' פאר די אפענע וואונדער און אפראוועל אויף זייער צד. פון מאנראוי הערט מען אז מהר"א וועט מעגליך אריינקומען קיין וויליאמסבורג וויבאלד סענדי האלט זיך נישט ביים אפטראגן פון דארט.
סארי פארן שרייבן שטותים.