☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אידישע פרויען אלס זונות אין נאצישע לאגערן

אידישע פרויען אלס זונות אין נאצישע לאגערן

50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2228

DotCom » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:38 am

· #56327
אידישע פרויען אלס זונות אין נאצישע לאגערן
פאר לאנגע יארן נאך דער מלחמה איז געווען אנגענומען אז אידישע פרויען זענען געווען באשיצט פון סעקסואל באצוואונגען ווערן דורך די דייטשע רוצחים צוליב די טרויעריג בארימטע נורעמבערג געזעצן וואס האט צווישן אנדערע אויך פארבאטן 'ראסען-שאנדע', דאס הייסט די ריינע דייטשע ראסע האבן נישט געמעגט פארשעמען זייער כבוד און אויסמישן זייער בלוט מיט די נידעריגע אידן, עס איז אויך אייביג באקאנט געווען אז היינריך הימלער האט שוין אין 1941 אויפגעשטעלט צענדיליגע בתי זונות אין מזרח אייראפע פאר זיינע סאלדאטן, אבער דעמאלטס האבן זיי נישט געפאנגען אידישע מיידלעך נאר גויאישע מיידלעך פון גאס, אדער האבן זיי געצוואונגען די זונות וואס האבן געארבעט דארט פון פאר דעם צו ארבעטן ווייטער בחנם פאר די וועהרמאכט.

אביסל שפעטער אין די מלחמה בערך אין 1943 איז געגרינדעט געווארן בתי זונות אינעווייניג אין די צוואנגס לאגערן, דאס איז אבער נישט געווען אפיציעל פאר די דייטשן נאר פאר אנדערע -נישט אידישע- געפאנגענע, זיי פלעגן קענען באקומען א פרוי פאר 20 מינוט אלס באלוינונג פאר זייער פלייסיגע ארבעט אדער פאר געלט וואס זייער משפחה האט געשיקט פונדערהיים, די אידן אבער האבן קיינמאל נישט געמעגט און נישט געקענט אהינגיין.

מיט די יארן איז אבער צוביסלעך באקאנט געווארן אז דייטשן פלעגן זיי אויך נוצן אויף א סיסטעמאטישן וועג, הימלער פלעגט אהינשיקן די נאצישע האמא'ס פאר טעראפי זיי אויסצוהיילן פון האמאסעקסואליטי וואס היטלער פלעגט אנקוקן אלס פעלער אין די ראסע, אזוי אויך איז צוביסלעך באקאנט געווארן אז מען פלעגט זיי נוצן צו קאנטראלן און דערנידערן זייער זעלסטווירדע, און צוברעכן זייער אחדות דורך פארמערן קנאה, ווייל די זונות פלעגן באקומען בעסער צו עסן און די חברתות האבן עס נישט געקענט אויסהאלטן.

במשך די מלחמה איז אין טאטאל פון אלע בתי זונות געווען איבער 34000 פרויען וואס האבן געצוואונגענערהייט געדינט אלס זונות פאר די דייטשן, פון די לאגערן בתי זונות זענען געווען בערך 10-11 טויזנט פרויען וואס רוב דערפון זענען אויסגע'הרג'ט געווארן ווייל זיי זענען שוואך געווארן פון צופיל נוצן, אדער קראנק געווארן פון STD's, אסאך זענען פרעגנענט געווארן און זענען ליידער געשטארבן ווען די דייטשן האבן פראבירט צו מאכן אויף זיי געצוואונגענע אבארשען'ס, פון די וואס האבן איבערגעלעבט האבן זייער ווייניג פארציילט זייער היסטארי צוליב די בושה דערפון, קיינער האט נישט געוואלט אז זייערע קינדער און אייניקלעך זאלן וויסן אז זיי האבן געדינט אלס זונה פאר די דייטשן.

לעצטענס האב איך אבער געליינט אין א ביכל פון 1946 פון דר. חיים שאשקעס וואס באשרייבט איין אזא איבערלעבעניש פון א פרוי וואס האט געדינט אלס זונה אין אוישוויץ, און אויף איר הענט איז געווען אויסגעקריצט איר נאמבער און דערנעבן די ווערטער 'יודן-הארע' - jewish-whore.

דר. שאשקעס איז געווען א ווארשעווער איד, ווען די מלחמה האט זיך אנגעהויבן איז ער געווען פון די יודענראט אין ווארשע, ווען די דייטשן האבן אים איינמאל געבעטן צוצושטעלן בתי זונות אינעם געטא האט ער אפגעמאכט אז גענוג איז גענוג און ער איז אנטלאפן קיין אמעריקע, אין 1946 ווען די חורבנות זענען נאך געווען פריש, און מארד פאר א שטיקל ברויט איז נאך געווען נארמאל, איז ער -טראץ די גרויסע סכנה דערפון- ארומגעפארן איבער פוילן מיט א מיליטערישן מונדיר, און ער האט אינטערוויוט איבערלעבער'ס און דאקומענטירט זייערע געשיכטע'ס, שפעטער האט ער עס פובליצירט אין פארם פון א ביכל, און אדאנק סטיווען ספילבערג קען מען עס היינט טרעפן אנליין (דאונלאוד דא דעם גאנצן בוך - 8.5 מעג)

אבינו מלכינו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך.
📎 49.jpg

מורינו הרב » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 9:44 am

· #56394
די מעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אלס פאלש.

דאס זעלבע איז די מעשה מיט די 93 קדושות, וואס ר' יום טוב ערליך זינגט.

ידען » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 10:14 am

· #56402
מורינו הרב
די מעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אלס פאלש.

דאס זעלבע איז די מעשה מיט די 93 קדושות, וואס ר' יום טוב ערליך זינגט.

וועלעכע מעשה איז פאלטש?

פון די זונה אין אוישוויץ?

לייג אלינק וואס ווייזט אז סע פאלטש.

וואס דערציילט יו”ט ערליך?


רעד קלארער פליעז

גאלד » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 10:38 am

· #56410
יו"ט ערליך האט א ניגון "אויפן הימל פליען טויבן"
ווי ער שילדערט אז מ'האט צאמגענומען 93 מיידלעך זיי אנגעטוהן און אויסגעפיצט צו זיין גרייט,
איינע פון די מיידלעך האט געהאט מיט זיך א פלעשל סם,
אלע האבן עס איינגענומען און זענען אלע געשטארבן,

DotCom » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 10:46 am

· #56415
מורינו הרב
די מעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אלס פאלש.

ארויסגעשטעלט? אדרבה, דערציילט זשע מער פרטים וואס איר ווייסט.

היסטאריקער » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 10:58 am

· #56420
גאלד
יו"ט ערליך האט א ניגון "אויפן הימל פליען טויבן"
ווי ער שילדערט אז מ'האט צאמגענומען 93 מיידלעך זיי אנגעטוהן און אויסגעפיצט צו זיין גרייט,
איינע פון די מיידלעך האט געהאט מיט זיך א פלעשל סם,
אלע האבן עס איינגענומען און זענען אלע געשטארבן,


די ליכט שטראלן שרייבט אויך די מעשה אינטערן טיטול "איבערגעיאגט דעם שטן"

איחוד פעלד » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 11:52 am

· #56442
DotCom
פאר לאנגע יארן נאך דער מלחמה איז געווען אנגענומען אז אידישע פרויען זענען געווען באשיצט פון סעקסואל באצוואונגען ווערן דורך די דייטשע רוצחים צוליב די טרויעריג בארימטע נורעמבערג געזעצן וואס האט צווישן אנדערע אויך פארבאטן 'ראסען-שאנדע',
אבינו מלכינו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך.


דאכט זיך אז עס איז דא א דאקומענטרי אויף דעם אויך.
איך מיין אז עס איז לאו דוקא געוועהן פין אידישע פרויען, זיי האבען אויף דעם גענומען פוילישע פרויען אויך.
עס איז אינטרעסאנט איך מיין אז מען האט מתיר געוועהן א פרוי וואס האט געהאט א מאן א כהן, און ביידע האבען איבערגלעבט, כאטש עפ"י הלכה איז דאס א פראבלעם צוליב עיר שכבשוה כרכום, אבער דא האט מען געזאגט אז די דייטשען האבען משפיל געוועהן די אידען אזוי ווייט אז זיי האבען נישט געדארפט מורא האבען פאר אן אונס.

פיקציע » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:12 pm

· #56466
DotCom

שפעטער האט ער עס פובליצירט אין פארם פון א ביכל, און אדאנק סטיווען ספילבערג קען מען עס היינט טרעפן אנליין

פון וואו האט ר' שמואל שפילבערג געשאפן אזא אוצר מיט אידישע ביכער?

יאיר » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 3:59 pm

· #56602
אין דעם בוך גערטרודע'ס צוזאג א וואונדערליכע מעשה ווי אזוי א גוי'אישע דינסט האט געראטעוועט א אידיש קינד און איבערגעלעבט מיט אים די מלחמה, האב איך געליינט אז זיי האבן געטראפן אין די די פי לאגערן א מיידל וואס האט נישט געוואלט רעדן צו קיינעם און זי איז געשלאפן אויפ'ן גאס, נאך א קורצע צייט האט זיך ארויסגעשטעלט אז זי איז נעבעך געווען איינע פון די אומגליקליכע פרויען וואס האבן געהאט אויסגעקריצט אויף זייער האנט whore, און זי האט פארלוירן דאס מינדעסטע טראסט אין די מענטשהייט. נאך א שטיק צייט האט מען געפינען איר קערפער אין וואסער.

zurich » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 4:04 pm

· #56608
אין די באקאנטע מאווי ״שינדלערס ליסט״ זעהט מען אויך די געדאנק אז די נאציס האבן גענימען יודישע זונות

smart » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 5:40 pm

· #56656
דאט קאם דו ביסט מעגא!!! א גרויסן שכוח פארן אויפברענגען אזא אשכול

ס'האט מיר אייביג געארט ווי אזוי איז געווען די מצב אין די מלחמה יארן בנוגע זנות, אבער ווי פארשטייט זיך איז דאס אן ענין ווערט פארשוויגן ביי אונז.

איחוד פעלד » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 9:36 pm

· #56759
DotCom
לעצטענס האב איך אבער געליינט אין א ביכל פון 1946 פון דר. חיים שאשקעס וואס באשרייבט איין אזא איבערלעבעניש פון א פרוי וואס האט געדינט אלס זונה אין אוישוויץ, און אויף איר הענט איז געווען אויסגעקריצט איר נאמבער און דערנעבן די ווערטער 'יודן-הארע' - jewish-whore.


וועלכע בלאט אין דעם ביכל שטייט וועגן דעם ענין?

DotCom » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 9:55 pm

· #56765
Page 46 פאנגט זיך אן די מעשה מיט דעם פרוי.

דבילה » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 1:02 am

· #56798
מורינו הרב
די מעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אלס פאלש.

דאס זעלבע איז די מעשה מיט די 93 קדושות, וואס ר' יום טוב ערליך זינגט.


אבי געהאקט א טשייניק. די מעשיות מיט די קדושות, אדער פרויען וואס האבן זיך גענומען דאס לעבן אבי נישט צו דינען א נאצישן בעל תאוה, איז זיכער געווען דא און דארט אזוינע. אבער אם לדון איז דא א שטארקע אינטערעסע פאר מענטשן צו מאכן אזוינע מעשיות טאקע אויף צו באדעקן פאר די שרעקליכער, שענדליכע, אבער דאך נאטורליך ערווארטערטע מעשים בכל יום וואס דאטקאם שילדערט אזוי פיין - און לאידך גיסא, איז נישטא קיין אויסערליכע אינטערעסע אויף דער וועלט (חוץ פון צו דאקומענטירן די פיין פון די אידן און די רשעות פון די נאציס) אויף צו פראדוצירן פאנטאזיעס פאר די מציאות פון אידישע זונות פאר נאציס.

איחוד פעלד » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 8:50 am

· #56808
די מעשה מיט די קדושים מוז נישט זיין נישט אמת. דער מעשה האט מען שוין דערציילט אין די לאגערען. קיינער ווייסט נאר נישט פעסטשטעלען די מעשה.

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 1:15 pm

· #56863
אין אסתר פרברשטיין'ס ביכל "בסתר רעם" [ווער סהאט עס נאכנישט געליינט זאל שוין] איז פאראן א אריכות איבער די מעשה פון די 93 , זי טענהט אז לא דובים ולא יער. און בכלל נעמט זי ארום זייער שיין ענינים פון הלכה און יידושקייט בשעתן קריג און מלוקט אסאך תשובות איבער די אלע שאלות וואס איז דא ארום דעם בשעתן מלחמה און נאכדעם.
א זוך אין גוגל וועט זיכער ברענגען אסאך חומר איבער די מעשה פון די 93 לכאן ולכאן.

קליינע רעבעלע » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 8:08 pm

· #57045
אינטערסאנט....
אין שו"ת דברי יואל פרעגט דארט איינער אן וועגן זיין פרוי פין פארן קריג. אזוי ווי ער איז א כהן וויל ער וויסען צי ער מעג בלייבן מיט איר מדין שביה
אינע פין דע טענות וואס ער פירט אויס להיתרה איז ווייל דע רשעים ימ"ש האבען פיינד געהאט א איד אין זיי וואלטן קיינמאל נישט געוואינט מיט איר

ווידעראום אין דע תשבות פין הרב אשרי (איך גדענק נישט דע נאמען יעצט) פרעגט דארט איינער אן אז דע דייטשען ימ"ש האבען אריין געקריצט אויף בהאלטענע פלעצער אז זי איז א זונה פין דע דייטשען אין אז יעדע מאל וואס ער וואינט מיט איר זעיט ער עס
זאגט אז גאר א זכיה צי זיין מיט אזא פרוי וכו'
איך יקיימי שניהם?

קליינע רעבעלע » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 8:11 pm

· #57046
איחוד פעלד
די מעשה מיט די קדושים מוז נישט זיין נישט אמת. דער מעשה האט מען שוין דערציילט אין די לאגערען. קיינער ווייסט נאר נישט פעסטשטעלען די מעשה.


אין איינע פין הרב דאמב ספרים ווייזט ער אויף אז די גאנצע מעשה איז נישט געשטויגן און געפלויגען
ער זאגט דאס איז פשוט געווען א פראפעגאנדע פין דע אגודה

הרב_שלום » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 9:54 pm

· #57084
הרה"ח ר' עזריאל גליק מיט זיין ברודער הרה"ח ר' יחזקאל גליק זענען ביידע געווען איידימער ביי ר' אליעזר ליימזידער, טראץ דעם וואס עס איז דא א צוואה פון רבי יהודה החסיד אז צוויי ברודערס טארן נישט ווערן אן איידעם ביים זעלבען מענטש, אבער וויבאלד די צוויי שוועסטערס זענען נישט געווען אין לאגער האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זי"ע געהאלטען אז מען זאל נישט קוקן אויף צוואת רבי יהודה החסיד.

קליינע רעבעלע » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:08 pm

· #57088
הרב_שלום
וויבאלד די צוויי שוועסטערס זענען נישט געווען אין לאגער האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זי"ע געהאלטען אז מען זאל נישט קוקען אויף צוואת רבי יהודה החסיד

וואס האט איינס צו טוהן מיטן צווייטן?

sunbar » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 1:31 am

· #57155
קליינע רעבעלע
הרב_שלום
וויבאלד די צוויי שוועסטערס זענען נישט געווען אין לאגער האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זי"ע געהאלטען אז מען זאל נישט קוקען אויף צוואת רבי יהודה החסיד

וואס האט איינס צו טוהן מיטן צווייטן?

איחוד פעלד » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 8:52 am

· #57177
אפשר פארקערט, וויבאלט זיי זענען יא געוועהן אין לאגער, זענען זיי למעלה מן מזל.

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:24 am

· #57200
ליינט דא:

<a class="postlink" href="http://uncensoredhistory.blogspot.com/2012/08/rape-by-german-and-waffen-ss-soldiers.html">http://uncensoredhistory.blogspot.com/2 ... diers.html</a>


וויקיפעדיע:
<a class="postlink" href="http://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q=&esrc=s&frm=1&source=web&cd=1&cad=rja&ved=0CB4QFjAA&url=http%3A%2F%2Fen.wikipedia.org%2Fwiki%2FGerman_camp_brothels_in_World_War_II&ei=XEKRUL-YNNGC0QGOo4DIAQ&usg=AFQjCNGl12WIvVL_vgw-w9oR2c5If97A0g&sig2=jn85q5zcUCiqYKXzD9w7ew">http://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q= ... YKXzD9w7ew</a>

עפל פאי » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:19 am

· #57512
קליינע רעבעלע
איחוד פעלד
די מעשה מיט די קדושים מוז נישט זיין נישט אמת. דער מעשה האט מען שוין דערציילט אין די לאגערען. קיינער ווייסט נאר נישט פעסטשטעלען די מעשה.


אין איינע פין הרב דאמב ספרים ווייזט ער אויף אז די גאנצע מעשה איז נישט געשטויגן און געפלויגען
ער זאגט דאס איז פשוט געווען א פראפעגאנדע פין דע אגודה


זייער שווער היינט אויפצואווייזן... אבער ס'איז דאך מעגליך אז עס איז אמת, עס איז נאר נישט דא קיין קלארע באווייזן.
אפשר ווען עס וועט זיך עפענען אלע ארכיוון פון די דייטשן ימ"ש וועט מען זען אויב עס איז אמת.

smart » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 10:54 am

· #57533
sunbar
קליינע רעבעלע
הרב_שלום
וויבאלד די צוויי שוועסטערס זענען נישט געווען אין לאגער האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זי"ע געהאלטען אז מען זאל נישט קוקען אויף צוואת רבי יהודה החסיד

וואס האט איינס צו טוהן מיטן צווייטן?

איך מיין אז די הסבר איז: ווייל אויב זענען זיי נישט געוען אין לאגער איז נישט דרא קיין חשש אויף שבי' און איז ענדערשט עובר צו זיין אויף צווואת ר' יהודה החסיד וויאיידער צונעמען א מיידדעל א מלחמה איבערלעבער וואס מען קען נישט וויסען וואס מען האט אלס געטוהן מיט איר

smart » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 10:56 am

· #57535
ברוך שכוונתי לראשהקהל!

איך האב נישט געזען אז עס איז דא א צווייטע בלאט..

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 11:59 am

· #57556
אין דיפענס פון סאטמערע רב, ער האט דאס מ'סתם געזאגט פאר איינער וואס האט געוואלט חתונה האבן מיט זיין ברודערס ווייבס שוועסטער, האט ער עם געזאגט אז ער דארף נישט זארגן וועגן צריה"ח ווייל די אנדערע אפציע איז א שבויה, איך גלייב נישט ער וואלט אפגערעדט א איד פון חתונה האבן מיט א מיידל פון לאגער.

קליינע רעבעלע » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:28 pm

· #57799
לאמיר עס קלאר מאכן סנישטא קיין שום איסור אויף א שביה אפילו פאר א כהן אויב זי איז נישט חתונה געהאט
איך גלייב נישט אז סאטמאר רב האט געהאלטען אז עס איז דא ענין נישט צי נעמען א מיידל וואס האט דורך געליעבט דע מלחמה
דע גאנצע מעשה מאכט נישט קיין סענס

מורינו הרב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:03 am

· #60584
אידן טייערע:

מיין עלטער מומע איז געווען א לאגער געליטענע און באפרייט געווארן פון די רוסן. זי איז פון די סארט וואס האבן ליב צו רעדן, און לאו-דוקא וואס מען דארף און וואס מען מעג. אלזא, זי האט מיר אראפגעמאלן א שטיקל בילד פון יענע צייט.

לויט אירע ווערטער האבן די דייטשן נישט צוגערירט קיין אידישע קינדער, סיי אלס עקל און סיי אלס בפירוש'ער באפעל פון דעם רייך - זיי זענען דאך געווען פון די נידעריגע ראסע. אויב וואלט מען געכאפט א דייטש ביי די מעשה וואלט ער ביטער באצאלט דערפאר.

נאר וואס יא? - די אוקראינער מיט די רוסן, זיי האבן געמאכט די מעשה. נאך וואס די רוסן האבן באפרייט די מיידלעך לאגערן, דעמאלס האבן זיך אנגעהויבן די צרות. די רוסן האבן מאנס געווען מיידלעך אין גרויסן.

לויט אירע ווערטער איז בפירוש געווען ערגער אונטער די רוסן ווי אונטער די דייטשן, אין דעם הינזיכט.

זי זאגט אז זי קען שיינע משפחות, וואס האבן אוועקגעשטעלט שיינע שטיבער, וואס די רוסן האבן מאנס געווען און מען האט געמאכט א שווייג - קיינער ווייסט נישט.

דעינעש » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 8:41 am

· #60605
לפי"ז (ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין..), א גרויליגע התנהגות דאס געווען ביי די רוסן\אוקרייאינער. פעך. לבי אומר לי (..כ'ווייס נישט פ"וו) אז עס איז נאך כהיום היפש געזעצלאז אין דעם הינזיכט. אפי', און ביתר שאת ביי די עליטע/פאליצייאישע מונדירן. נעבעך, אז עס שטינקט..

ניו יארק » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:59 am

· #60609
און די מיינסט אז די אמעריקאנער זענען בעסער דערין? David Petraeus יוכיח!!!

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:15 am

· #60617
נוי יארק
און דו מיינסט אז די אמעריקאנער זענען בעסער דערין? David Petraeus יוכיח!!!

אבער קוק וואספארא שטינק עס האט פאסירט אין אמעריקע דערוועגן!
אין רוסלאנד איז ענדערש אין פוצה פה ומצפצף.
א שאד זיי האבן נישט נחום נח"ש דארטן. ער וואלט געמאכט א לייט פון זיי.

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:17 am

· #60618
איים סארי ניו יארק, אבער יעצט מיין איך מאכסטו א טעות. פעטראאוס האט קיינעם נישט גערעיפט, ער האט זיך בלויז פארליבט אין א צווייטן בשעת'ן זיין פארהייראט צו א ערשטן.
וואס האקסטו א טשייניק?

ניו יארק » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:40 am

· #60621
טאמבל סאס
איים סארי ניו יארק, אבער יעצט מיין איך מאכסטו א טעות. פעטראאוס האט קיינעם נישט גערעיפט, ער האט זיך בלויז פארליבט אין א צווייטן בשעת'ן זיין פארהייראט צו א ערשטן.
וואס האקסטו א טשייניק?

איך בין נאך נישט אזוי זיכער און וואס ער האט יא אדער נישט געטון.
אבער אויב ווילסטו דוקא קענסטו קוקן אויף אסאך אנדערע:
Anthony Weiner
Herman Cain
Eliot Spitzer
Vito Lopez
טשעק אויס דעם לינק ביטע

דעינעש » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:10 am

· #60634
אלעס (..נישט) פיין און (..נישט) וואויל.. אבער דא האבן די באקריוודעטע א קול עטליעסט ..אפשר הייזעריג. אבער דארט..?! ה"י. סע אפשר שוין א ייחוס אפי' און מיטן גוטן ווילן בבחי' איף יו קען ביעט איט דזשוין איט.

הדד בן בדד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:12 pm

· #61088
דעינעש
אלעס (..נישט) פיין און (..נישט) וואויל.. אבער דא האבן די באקריוודעטע א קול עטליעסט ..אפשר הייזעריג. אבער דארט..?! ה"י. סע אפשר שוין א ייחוס אפי' און מיטן גוטן ווילן בבחי' איף יו קען ביעט איט דזשוין איט.


עס איז קיין ספק נישט אז אין אמעריקא איז אויך הפקר אין דעם הינזיכט, אבער אין אמעריקא בכלליות איז אלעס מער פראפעסיאנעל, ממילא גייט דעס שגץ שטיק אויך צו מער פראפעסיאנעל, און עס קאסט מער געלט. אין רוסלאנד- אוקראינא איז ידוע ומפורסם וואס דארט טוט זיך אפ זאל מען אפגעהיטן ווערן. בדידי הוה עובדא, איך בין אמאל געווען דארט אויף קברי צדיקים, און נאך א לאנגן טאג פון גאר אסאך ארום פארן, און אויפן וועג צוריק, גייענדיג צום האטעל שלאפן, האט דער דרייווער זיך מיר געלאזט אנהערן, אז נאך אזא טאג ארבעט - בדרך כלל - מוז ער ביינאכט האבן ... און איך גיב אים א קוק אן, דיין ווייב איז דאך נישט דא? זאג ער מיר: וואס ווייב, איך גיי ארויס אין גאס און אין איין מינוט האב איך וויפיל איך וויל, פאר אפאר טאללער. איך קען דיר אויך שאפן אויב דו ווילסט.

א נס איך האב געהאט דארט א שומר, אזוי כאטש האב איך נישט געהאט קיין נסיון. אבער עס האט מיר געוויזן דעם שוידערליכן הפקרות וואס דארט גייט פאר.

הדד בן בדד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:17 pm

· #61090
לגבי דעם ענין פון דעם אשכול בכלליות, וואלט געווען אינטערעסאנט צו דערמאנען א מעשה ווואס איך האב געזעהן מיט יארן צוריק אין רידערס דיידשעסט, מתומצת פון א בוך, א מעשה פון פוילישע פרוי (וואס זי אליינס שרייבט דאס), ווועלכע איז געווען א משרתת ביי איינעם פון די גרויסע דייטשע מאכערס אין פוילן, און זי האט באהאלטן אידן דארט ביי אים אין קעללער. וווען ער האט איר געכאפט, האט זיך געוויינט און זיך געבעטן ביים דייטש ער זאל זיי נישט ארויסגעבן. האט ער געזאגט: מיט איין תנאי, השמיעי לי. זי זאגט זי איז געווען זיכער אז זי מעג דאס טוהן, כאטש זי איז נאך געווען א בתולה (זי שרייבט א מאן האט איר קיינמאל נישט געקושט).

זי איז דערנאך געגאנגען צום גלח בעטן א תשובה, אויף וואס ער האט געענטפערט אז ער קען איר דאס נישט געבן. איז זי ארויסגעלאפן פון דעם גלח, זי איז געווען זיכער אז דער גלח זאגט ליגנט.

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:38 pm

· #61100
הדד, איך קלער איר וואלט הנאה געהאט פונעם פילם 'בלעק בוק' עס איז א עקסעלענט ווערק. דא קענט איר עס זעהן אונליין, מען דארף עס לאזן בופערן אפאר מינוט.

הדד בן בדד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:19 pm

· #61183
איך אויך
הדד, איך קלער איר וואלט הנאה געהאט פונעם פילם 'בלעק בוק' עס איז א עקסעלענט ווערק. דא קענט איר עס זעהן אונליין, מען דארף עס לאזן בופערן אפאר מינוט.


איז די מעשה פון דעם פילם אמת, אדער א נאוועלע?

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 7:14 pm

· #61197
Based on true events, בכל אופן איז עס א גיטע דראמא.

ניו יארק » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 7:53 pm

· #61206
ווי אזוי האט יענער געזאגט? אז עס וואלט ווען געקענט זיין אמת איז עס שוין נישט קיין ליגענט …....

smartinof » דינסטאג יאנואר 1, 2013 12:18 pm

· #74316
און דעם פילם 'שינדלערס ליסט' זעט מען דארט ווי 'אמון ג'ט ימ"ש' וויל צווינגען א יידיש מיידעל חתונה האבן מיט אים, אינדערמיט זעט מען ווי ער צווייפעלט זיך אויב איר פנים איז פון א 'מייז' אדער א מענטש... מצד אחד האבן זיי דאס געוואלט, מצד שני האבן זיי דאס נישט געקענט טאן וויל דאס איז און קעגנזאץ וואס זיי האבן געטון א גאנצען טאג, הרגענען פון די אזויגערופענע 'אומריינע ראסע

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 1, 2013 12:59 pm

· #74329
קליינע רעבעלע
לאמיר עס קלאר מאכן סנישטא קיין שום איסור אויף א שביה אפילו פאר א כהן אויב זי איז נישט חתונה געהאט

נישט אמת. אויב דער בועל איז א גוי ווערט זי יא אסור.

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 2, 2013 8:14 am

· #74681
היימישער ליטוואק
קליינע רעבעלע
לאמיר עס קלאר מאכן סנישטא קיין שום איסור אויף א שביה אפילו פאר א כהן אויב זי איז נישט חתונה געהאט

נישט אמת. אויב דער בועל איז א גוי ווערט זי יא אסור.

ביסטו זיכער?

פליז קוק עס נאך.

outspoken » מיטוואך יאנואר 2, 2013 9:24 am

· #74688
איחוד פעלד
היימישער ליטוואק
קליינע רעבעלע
לאמיר עס קלאר מאכן סנישטא קיין שום איסור אויף א שביה אפילו פאר א כהן אויב זי איז נישט חתונה געהאט

נישט אמת. אויב דער בועל איז א גוי ווערט זי יא אסור.

ביסטו זיכער?

פליז קוק עס נאך.


היימישער ליטוואק איז גערעכט ופשוט הוא (א פנויה קען נאך זיין הארבער ביי שבויה לשם ממון ואכמ''ל)

דעתי הענייה » פרייטאג יאנואר 18, 2013 12:10 am

· #80691
קליינע רעבעלע
איחוד פעלד
די מעשה מיט די קדושים מוז נישט זיין נישט אמת. דער מעשה האט מען שוין דערציילט אין די לאגערען. קיינער ווייסט נאר נישט פעסטשטעלען די מעשה.


אין איינע פין הרב דאמב ספרים ווייזט ער אויף אז די גאנצע מעשה איז נישט געשטויגן און געפלויגען
ער זאגט דאס איז פשוט געווען א פראפעגאנדע פין דע אגודה

אה, און וואס איז מיט זיין פארקערטע פראפגאנדע?
דער לעצטער מענטש צו גלייבן ווען עס קומט צו די ענינים איז ער...

אז מען רעדט: ער האט אמאל געזאגט פאר זיין ידיד פון לובלין) פאלטישאנער רב, בנוגע די לאקאלע בחירות און ארץ ישראל, וואו ער האט אידן לוחם געווען קעגן סאטמארער רב, צווי שטארקע נקודות, פון וואס מען קען אביסל ארויסהאבן זיין מהלך המחשבה.
1) אויפן עצם ענין, וואס ער מאכט אזוי איבערקערניש, האט ער אים געזאגט: איך ווייס דען נישט אז עס איבערגעטריבן, מען דארף אבער טוהן וואס מען פיהלט עס פעהלט אויס.
2) וועגן סאטמארער רב, איך גיי נישט מיט אים ווייל איך האלט אזוי ווי ער, ער איז פשוט דער נענטסטער גדול צו מיין שיטה.

איחוד פעלד » מוצ"ש מערץ 2, 2013 11:36 pm

· #91896
אין צווישען די נייעס איז געוועהן אז זיי האבען לעצטענס אויף געטריבען העכערע נומערען אין די דעטאלען פין די לאגערען און געטאס וואס די נאציס ימ"ש האבען געמאכט.

עס ווערט דארט דערמאנט בתוך הדברים
The numbers astound: 30,000 slave labor camps; 1,150 Jewish ghettos; 980 concentration camps; 1,000 prisoner-of-war camps; 500 brothels filled with sex slaves; and thousands of other camps used for euthanizing the elderly and infirm, performing forced abortions, “Germanizing” prisoners or transporting victims to killing centers.

In Berlin alone, researchers have documented some 3,000 camps and so-called Jew houses, while Hamburg held 1,300 sites.


<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2013/03/03/sunday-review/the-holocaust-just-got-more-shocking.html?pagewanted=2&_r=1&adxnnlx=1362236748-5jy69MPKaw0svfJWxthXZQ">http://www.nytimes.com/2013/03/03/sunda ... vfJWxthXZQ</a>

חכימא » זונטאג יאנואר 29, 2017 6:20 pm

· #361098
אינע'ם העכסט-אינטרעסאנטן און באלערענדע ספר "עלי מרורות" פון הרב אהרונסון, באשרייבט ער ווי גלייך אינע'ם אנפאנג פון די נאצישע אקופאציע האבן זיך אין א געוויסע נאכט א גרופע סאלדאטן געלאזט איבער'ן אידישע קווארטל, און.... סתם ולא פירש. אבער די רעדאקטארס לייגן צו אז לויטן ראט פון פראמינענטע אנשי חינוך האבן זיי משמיט געווען דעם פאראגראף.

באלד אינדערפרי, שרייבט ווייטער הרב אהרונסון, האב איך זיך באקלאגט פאר'ן קאמאנדיר אויף די וועלכע האבן פארשוועכט דעם אריש'ן הערן-ראסע.


ווי אויך האב איך אמאל געזען א דאקומענטאריש'ן פילם איבער א געוויסע פרומע מיידל וועלכער האט געארבעט אין אוישוויץ אין "קאמאנדא קאנאדע", און א דארטיגער אפיציר נתן עיניו בה און איר גענומען אונטער זיין פליגל.

נאך די מלחמה האבן זיי זיך באזעצט און בערלין אונע'ם רוסישן אקופאציע ראיאן, זי האט געשוואנגערט מיט א קינד, און אין א העלן טאג האבן אים די רוסן גערופן ולא נודעו עקבותיו.

פון גרויס צער און פלאג, און פון די איבערמידליכע זוכעניש האט זי דעם קינד פארלוירן. דערנאך האט זי געהייראט א רוסישן קריגס-העלד, גראדע א איד, און געוואוינט ערגעץ-וואו פארווארפן אין די אומ-ענדליכע רוסישע סטעפעס.

ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעוויזן האבן די רוסן, וועלכער האבן זיך דאן געפונען אין די ערשטע שטאפלען פון אויפשטעלן די קאמוניסטישע שטאאט און אסט-דייטשלאנד, די אזוי גערופענע "דויטשע דעמאקראטישע רעפובליק", אויסגעפארשט איר געוועזענע מאן איבער פארשידענע אנגעלעגנהייטן אנבאלאנג דעם ענין, און דערנאך איהם אריינגעשליידערט און איינער פון די טויזענטער גולאג'ס, און עד היום ווייסט מען נישט וואו זיין געביין איז אהינגעקומען.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 29, 2017 10:47 pm

· #361115
איך וויל נאר מעורר זיין. די בוך פון וואנעט די אינפארמאציע קומט, פון דר. ה. שאשקעס, האב איך געהאט ארויפגעלייגט אויף עמעזאן און מ'קען עס דארט קויפן.
זוך די ווערטער a velt vos iz farbei ותמצא נחת

חכימא » מאנטאג יאנואר 30, 2017 11:04 am

· #361157
ליטוואק,

כמדומני אז איהר זענט זיך טועה.
דאס בוך פון וואנעט די אינפארמאציע קומט הייסט "פולין 1946".
אמנם פונעם זעלבן מחבר פון "א וועלט וואס איז פארביי", אבער פארט א צווייטער בוך.