אומריכטיגע לשה"ק ווערטער אין די אידישע שפראך
61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2218
אומריכטיגע לשה"ק ווערטער אין די אידישע שפראך
מיר רעדן א פליסיגן אידיש, אבער כסדר ווערט אריינגעמישט ווערטער פון לשה"ק,
צב"ש מ'טאר נישט גנב'ענען, גניבה איז א לשה"ק ווארט,
און נאך פיל אזעלכע משלים אדער דוגמאות (ביידע לשה"ק ווערטער)
מ'כאפט אפילו נישט אז ס'איז א לשה"ק ווארט (אדער אסאך מאל אראמיש).
מאכט זיך אבער געוויסע ווערטער, וואס ווען מען זאל זיי פארטייטשן, וואלט מען געזעהן אז עס האט פשוט נישט קיין זין.
2 דוגמאות פאלט מיר יעצט איין, און כ'וועל בל"נ מוסיף זיין ווען כ'וועל מיר דערמאנען נאך.
כ'האב געוואלט עפעס זאגן יעצט, אבער ס'איז נישט קיין נפק"מ, לאמיר צוריקגיין צו וואס כ'האב געהאלטן אינמיטן רעדן,
עכ"פ לאמיר טאקע צוריקגיין צו אונזער שמועס.
אין די 2 פאראגראפן האב איך גענוצט 2 געווענליכע ווערטער וועלכע האבן נישט קיין פשט.
"נפקא מינה" איז טייטש, מען לערנט ארויס פון איר - אדער מען ציהט ארויס דערפון.
"על כל פנים" איז טייטש "אויף יעדנס געזיכט".
פונדעסטוועגן ווערן די ווערטער גענוצט אן א שיעור מאל.
דער "על כל פנים" האט נאך א פלאץ וואו ער ווערט באנוצט אומריכטיג.
מענטשן פארטוישן עס מיט "לכל הפחות".
"אז דו קענסט מיר נישט בארגן קיין טויזענט דאלער, גיב מיר עכ"פ האלב דערפון"...
וואס איז פשט דערפון?
א דאנק פארן אויפקלערן. איך קען הערן דעם פשט.
אבער פון וואו נעמסטו דעם טייטש?
איך מיין אז דער מקור פון "על כל פנים" קומט פון דעם פסוק "ומחה ה' דמעה מעל כל פנים". דארט מיינט עס עכ"פ זיכער געזיכט (באמערקט ווי כ'האב אריינגערוקט דעם עכ"פ?)
נישקשה
און אז מיר ריידן פון אזעלעכע דוגמאות, פון וואנען נעמט זיך דאס ווארט 'נישקשה'. איז דאס א כלאיים יידיש מיט לשון קודש? און וואס איז בעצם איר פונקטלעכע באטייטונג?
על כל פנים האט מען דיך שוין פארענטפערט.
נפקא מינה איז א ווארט וואס שטייט שוין אין די גמרא מיט די זעלבע הבנה וואס אונז ניצען מיר עס.
עכ"פ מיט דיין נאמען פין די אשכול, וואס די רעדסט פין לשון קודש ווערטער אין אידיש האבען די צוויי ווערטער, עכ"פ און נפק"מ, נישט קיין שייכות, ווייל ביידע זענען געניצט פין לאנג צוריק, נפק"מ אין די גמרא, און עכ"פ אין די ראשונים.
ווערטער אין אידיש זענען דא מיט גרייזיגע דקדוק אסאך. ווי צ.ב.ש. דאס ווארט שבתים, וואס אין לשון קודש איז דאס שבתות, אין אידיש אבער האט מען גענומען דעם ווארט שבת און געמאכט א אידיש ווארט און ממילא ווען עס איז געווארען א לשון רבים האט מען עס פאראידישט און געמאכט שבתים.
עס איז דא וועב זייטליך וואס ווייזען אהן די אלע סלאגאנען אין אידיש, פאר די וואס ווילען זיך לערנען דער שפראך.
ווי אין אידיש נוצט מען "ים" פאר לשון רבים? "עס" (טאטעס) "ער" (הייזער) און "ן" (צימערן) זענען אידיש, אבער ים?
גערעכט.
ויש ליישב אז איך האב געמיינט צו זאגען אז אין אידיש איז נישטא קיין לשון זכר ונקבה, ממילא איז עס געווארען א לשון רבים בלשון זכר. ווייל אין אידיש איז נישטא קיין לשון נקיבה (בפרט אין ווילי).
ס'דא א קיימא לן פון כל מיני אזעלכע מציאות'ער, אויף שטותים ווערסעס שטויות איז דא עפעס מכלומרשטע מעשיות, און נאך וואס איך קען מיך יעצט עכ"פ נישט דערמאנען.
אשר על כן?
אפשר גיימער שוין?, איז אויך לכאורה אנדערש פון די לשוה"ק'דיגע אפשר, וואס איז טייטש האבן די מעגליכקייט, אזוי ווי אי אפשר להתקיים, אבער צו זאגן אפשר אנו הולכים כבר, מאכט נישט קיין סענס, אזוי מיין איך עכ"פ.
בעל חוב ווערט גענוצט פאר די פארקערטע ווי אין גמרא, ווי דער בעל חוב איז געווען וועמען מ'איז געווען שולדיג, נישט די שולדיגער.
דמיון אין לשו"ק איז א פארגלייך, אין אידיש איז עס הוילע דמיונות.
דא האט איר א רשימה פון ווערטער אין אידיש וואס שטאמען פון לשו"ק.
געפילטע פישאפשר גיימער שוין?, איז אויך לכאורה אנדערש פון די לשוה"ק'דיגע אפשר, וואס איז טייטש האבן די מעגליכקייט, אזוי ווי אי אפשר להתקיים, אבער צו זאגן אפשר אנו הולכים כבר, מאכט נישט קיין סענס, אזוי מיין איך עכ"פ.
דעם לעצטן ווארט האסטו געלייגט בכוונה?...
גוט מארגן אמעריטשקע!
ביסט אין ארץ ישראל יעצט מיט לוסטיג? אדער אינדערהיים אויף ארשיווע?
וואס'א גוט מארגן איז דאס יעצט כחצות הלילה?
פארראכטן.
געפילטע פישווי אין אידיש נוצט מען "ים" פאר לשון רבים? "עס" (טאטעס) "ער" (הייזער) און "ן" (צימערן) זענען אידיש, אבער ים?
דאקטוירים.
ארוינים
שמעקעדיגמיר רעדן א פליסיגן אידיש, אבער כסדר ווערט אריינגעמישט ווערטער פון לשה"ק,
צב"ש מ'טאר נישט גנב'ענען, גניבה איז א לשה"ק ווארט,
און נאך פיל אזעלכע משלים אדער דוגמאות (ביידע לשה"ק ווערטער)
מ'כאפט אפילו נישט אז ס'איז א לשה"ק ווארט (אדער אסאך מאל אראמיש).
מאכט זיך אבער געוויסע ווערטער, וואס ווען מען זאל זיי פארטייטשן, וואלט מען געזעהן אז עס האט פשוט נישט קיין זין.
2 דוגמאות פאלט מיר יעצט איין, און כ'וועל בל"נ מוסיף זיין ווען כ'וועל מיר דערמאנען נאך.
כ'האב געוואלט עפעס זאגן יעצט, אבער ס'איז נישט קיין נפק"מ, לאמיר צוריקגיין צו וואס כ'האב געהאלטן אינמיטן רעדן,
עכ"פ לאמיר טאקע צוריקגיין צו אונזער שמועס.
אין די 2 פאראגראפן האב איך גענוצט 2 געווענליכע ווערטער וועלכע האבן נישט קיין פשט.
"נפקא מינה" איז טייטש, מען לערנט ארויס פון איר - אדער מען ציהט ארויס דערפון.
"על כל פנים" איז טייטש "אויף יעדנס געזיכט".
פונדעסטוועגן ווערן די ווערטער גענוצט אן א שיעור מאל.
דער "על כל פנים" האט נאך א פלאץ וואו ער ווערט באנוצט אומריכטיג.
מענטשן פארטוישן עס מיט "לכל הפחות".
"אז דו קענסט מיר נישט בארגן קיין טויזענט דאלער, גיב מיר עכ"פ האלב דערפון"...
וואס איז פשט דערפון?
קענסט גערן זיך אריינלאזן אין פרובירן דערגיין די געשיכטע און עטימאלאגיע פון די ווערטער און וויאזוי זיי האבן דורכגעמאכט דעם גלגול צו אננעמען דעם פרישן באדייט, אבער געדענק אז יעצט מאכט עס בכלל נישט אויס און היינט ווען די ווערטער זענען געווארן א טייל פון אונזער שפראך איז עס הונדערט פראצענט "ריכטיג", אפילו אויב זאל מען קלארשטעלן אז עס האט זיך אנגעהויבן צוליב עפעס א גראבן עם-הארץ. אזוי ארבעט יעדע איינציגע שפראך. עס מוז נישט מאכן קיין טראפ סענס און ווערטער קענען אננעמען פרישע באדייטן און קענען אפילו זיין מופרך מעיקרא, אבער איינמאל עס איז אריין אין באניץ און מענטשן באצייכענען דערמיט א זאך אדער עס געט א פרישע משמעות אדער אויסדרוק, האט עס אנגענומען א לעבן פאר זיך און קענסט שרייען חי וקים (און דא איז ווידער נישט קיין חילוק וויאזוי די מעשה גייט וויאזוי דאס האט זיך אנגעהויבן), אבער דאס קינד איז א געבוירענע און דאס ווארט איז מקודש מקודש.
גערעכט לגבי דאקטוירים, אהרונים איז לשוה"ק.
😳
די ווארט אהרונים איז עלטער ווי די שפראך אידיש, אין תנ"ך שטייט עס דאכט זיך נישט, אבער שפעטער איז עס געווען א נאמען פאר כהנים. אין קינות שטייט אפאר מאל לויים ואהרונים.
זלונים איז שוין אבער יא אידיש.
זאלוינים איז ריין ראסיסטיש
געפילטע פישגערעכט לגבי דאקטוירים, אהרונים איז לשוה"ק.
טו בי האנעסט, האב איך גראדע הנאה פון דעם "אהרונים" (און זאלוינים?) וואס איז אפיציעל אריין אין באניץ. כאטש עפעס א שטיקל קריעטיוויטי אין אונזער היינטיגן ארעמען אידישן וואקובאלאר און עפעס א רעלאטיוו-אויסגערעכנטע ווארט אין דעם היימישן לעקסיקאן. מער טיפיקל איז "די תולדות-אהר'נע" און "מרדכי דוד'ס"... יא, דער כוח פון פאליטיק...
דערמאנסט מיר דער ווערטל: נאך א מזל דער ברך משה האט נישט געהאט קיין זוהן יחיאל אויב יא וואלטן מיר געהאט "חילונים"..
ואגב, צד רמ"ד ריפט צד רב"צ "ציונים"
זר זהבזאלוינים איז ריין ראסיסטיש
זאלוינים אביסל ביליג, ווייל דאס איז געבויט אויפן נאמען זאלי, משא"כ זלמונים איז מער ציוויל. איך מיין אז אין ישראל רופט מען זיי טאקע זלמונים.
וואס איז ישראל?
זר זהבוואס איז ישראל?

ס'הערט זיך זייער יידישיסטיש.
וואס איז ״מדינת״ ישראל?
זר זהבוואס איז ישראל?
די חיד"א ברענגט אז ישראל איז די ר"ת פון אלע אבות ואמהות
י - איז פאר "יואל" - אה, סארי, י איז פאר יצחק, יעקב
ש - שרה
ר - רבקה, רחל
א - אברהם
ל - לאה
און די אבות רופן עס זלמונים? שיין
משה געצילוואס איז ״מדינת״ ישראל?
היימיש, נישט אלגעמיינער דזשורנאליסטיש...
אהא...
אמעריקא = אידישסטיש
מדינת אמעריקא = סאטמעריסטיש
ב״ה די ברכת התורה היינט איז נישט געווען לבטלה.
משה געצילוואס איז ״מדינת״ ישראל?
קענסט נישט רביה"ק ווארט-ווערטל אויף "על מה אבדה הארץ" ?
פון ווי זאל איך עס קענען?
נו מילא, אמאל איז דער מגן דוד אויך געווען הייליג. זאכן טוישן זיך..
איך אויךקענסט נישט רביה"ק ווארט-ווערטל אויף "על מה אבדה הארץ" ?
דער ווארט גייט, אז אונזער לאנד פלעגט הייסן "ארץ" ישראל, און מען האט עס געטוישט צו "מדינת" ישראל,
איז די קשיא "על מה אבדה הארץ", וואס עפעס איז פארלוירן געגאנגען דער ווארט "ארץ" און געווארן ערזעצט מיט "מדינת",
איז דער תירוץ "על עזבם את תורתי אשר נתתי לפניהם, ולא שמעו בקולי ולא הלכו בה".
ד.ה. "ארץ ישראל" איז א הייליגע תורה'דיגע לאנד; "מדינת ישראל" נישט.
ודפח"ח.
אה שיין ווארט. איז דאך לויט דעם אויך גוט אזוי ווי די יידישסט'ן שרייבן בלויז 'ישראל', זאג זיי נישט דעם ווארט פון רבי'ן ווייל זיי וועלן שנעל אנהייבן שרייבן אויך 'ארץ'...
אין תנ"ך ווערט די לאנד אנגערופן "ישראל", מיט פארשידענע באגלייטנדע טיטלען: ארץ ישראל, הרי ישראל, ערי ישראל, אדמת ישראל, בנות ישראל, אבער טיילמאל ערשיינט ישראל אן קיין טיטל.
דה"ב לד כא: לכו דרשו את ה' בעדי ובעד הנשאר בישראל וביהודה.
דה"ב ל ו: וילכו הרצים באגרות מיד המלך ושריו בכל ישראל ויהודה.
זכריה ב ב: אשר זרו את יהודה את ישראל ואת ירושלים.
דארט מיינט נישט ישראל ויהודה מלכות ישראל און מלכות יהודה?
צוריק צו דעם ארגענאלען צהיל פון אומריכטיגע לשה"ק ווערטער אין די אידישע שפראך.
דער ארימאן וואס פארמאגט נישט קיין איינציגע סענט ווערט אנגערופן "דלפון", דאס איז דאך פון עשרת בני המן, ווי פאלט דאס אויף דעם ארימאן?
אענה אף אני חלקי.
"בלבול" - משמש בלשון אידישאי עתיק יומין למובן "עלילה". אינני יודע מנין ומדוע.
"הגם" - עוד לא מצאתי היכן הוא התחיל לשמש במובן "על אף, למרות, אע"פ". בכתבי הקודש מובנו תמיד "האם גם" והה"א הוא הא התימה.
דער גאנצער פרייטאג ווערט אנגערופן ערב שבת, וכן די טאג בעפאר יום טוב.
אבער ערב מיינט דאך "אווענט", ניין?
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז נישט אפגערוקט פון דעם ריכטיגן אפטייטש. נאר ס'פעלט עטליכע ווערטער. דער זאץ איז נישט פולקאם. (The sentence is incomplete.)
למשל: צוויי מענטשן האבן א ויכוח. זאגט איינער ארויס א מיינונג. און דער צווייטער איז צום סוף מסכים מיט איהם. זאגט ער "מהיכא תיתי"...אז ס'איז נישט אזוי...!
דאס מיינט אז ער איז מסכים מיט זיין מיינונג...!
געפילטע פישווי אין אידיש נוצט מען "ים" פאר לשון רבים? "עס" (טאטעס) "ער" (הייזער) און "ן" (צימערן) זענען אידיש, אבער ים?
אין לשה"ק איז יא דא א לשון רבים מיט "ים". מועד/מועדים.
נאר פארוואס איז "שבת" בלשון רבים "שבתות" און מועד בלשון רבים "מועדים"?
נאר, ס'קען זיין ווייל מועד איז לשון זכר. און שבת איז בלשון נקבה....!
שמעקעדיגדער גאנצער פרייטאג ווערט אנגערופן ערב שבת, וכן די טאג בעפאר יום טוב.
אבער ערב מיינט דאך "אווענט", ניין?
אויף די שפה הטמאה...עברית/העברעאיש, ר"ל, ווערט טאקע אנגערופן פרייטיג צו נאכטס "ערב שבת"... אין ענגליש: The eve of Sabbath...!
שמעקעדיגדער גאנצער פרייטאג ווערט אנגערופן ערב שבת, וכן די טאג בעפאר יום טוב.
אבער ערב מיינט דאך "אווענט", ניין?
להוי ידוע לך אז די ציונים די חילונים (לכאורה א דאפלט לשון) רופן טאקע אן פרייטיג צו נאכטס "ערב שבת". למשל ."בערב שבת נסענו לחוף"...! און די רעליגיעזע ציונים זאגן..."הוא הלך לתפילה של ערב שבת"...!
דאס איז פון גוגל טרענסלעיט.
📎 QuickMemo+_2015-01-14-22-58-44~2.jpg
שמעון וואלףדאס איז פון גוגל טרענסלעיט.
שמעון וואלף: ייש"כ. דאס ווייזט וואספארא פנים מ'האט אויב מ'לעבט נישט מיט אין די קולטור פון די שפראך. דעס איז דאך דער בראך פון די "אידישיסטן",וועלכע האבן פארלאזט דעם דרך התורה און נישט געלערנט קיין תורה. זיי האבן זיך נאר אנגעהאלטן אין די אידישע שפראך. אבער דאס איז אזוי ווי א גוף אן א נשמה.
דו האסט שוין אמאל געזעהן א "פאוסטער" אדער אן אנדער אנאנס וואס איז געשריבן געווארן דורך "סיטי האלל" אויף אידישיסטישן אידיש. ס'האט נישט קיין הענט און קיין פוס... 😂
איך דערמאן מיך טאקע ביי די מאראטאן האט די סיטי געהאנגן צעטלעך אויף בעדפארד עוועניו "נישט פארקן סאטערדעי"
שמעקעדיגדער גאנצער פרייטאג ווערט אנגערופן ערב שבת, וכן די טאג בעפאר יום טוב.
אבער ערב מיינט דאך "אווענט", ניין?
סליחה שאני בא באיחור... פעמים שבא בארוכה.
זה לא כ"כ פשוט. לפעמים פירושו יום הקודם, "ערבי פסחים סמוך למנחה". ולפעמים הפירוש הוא ליל שבת כמו "עונת ת"ח מערב שבת לערב שבת".
Re: אומריכטיגע לשה"ק ווערטער אין די אידישע שפראך
הק׳ היא על לישנא דעלמא שקוראים ערב לכל היום כולו , האם על זה יש מקור ?